|
Anya Ulinich. Petropolis: A Novel. Penguin, 2008. |
|
אין די לעצטע צענדליק יאָר האָט זיך אויף דעם האָריזאָנט פֿון דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור באַוויזן אַ נײַע גרופּע פֿון רוסיש־געבוירענע מחברים, וועלכע זײַנען געקומען קיין אַמעריקע מיט דער לעצטער כוואַליע פֿון דער ייִדישער אימיגראַציע. דאָס רובֿ פֿון זיי האָט באַקומען אַ גוטע בילדונג אין די אַמעריקאַנער קאָלעדזשן און פֿילן זיך מער היימיש אין ענגליש איידער אין רוסיש. אָבער די רוסישע טעמע בלײַבט דער עיקר פֿון זייער שאַפֿונג. די סאַמע באַקאַנטע נעמען זײַנען מסתּמא גערי שטיינגאַרט און לאַראַ וואַפּניאַר.
זיי האָבן זיך קונה־שם געווען בײַם ברייטערן אַמעריקאַנער לייענער אַ דאַנק די פּובליקאַציעס אין דעם זשורנאַל "ניו־יאָרקער", ווען ער איז אַריבער אין די רעדאַקטאָרישע הענט פֿון דוד רעמניק, וועלכער איז אַליין אַ קענער און אַ ליבהאָבער פֿון דער רוסישער קולטור.
אין רוסלאַנד, און אַפֿילו צווישן די רוסישע אימיגראַנטן אין אַמעריקע, זײַנען די דאָזיקע שרײַבער ניט איבעריקס באַליבט. מען האַלט זיי פֿאַר פּרעטענציעז, אויבערפֿלעכלעך און פּשוט ניט אינטערעסאַנט, און מען חידושט זיך, מיט וואָס האָבן זיי אַזוי אויסגענומען בײַ דעם אַמעריקאַנער עולם. אין דער דאָזיקער בטולדיקער באַציִונג מצד דעם עלטערן דור פֿון רוסישער אימיגראַנטישער אינטעליגענץ, וואָס איז געקומען קיין אַמעריקע שוין אין אַ דערוואַקסענעם עלטער און האָט ניט דורכגעמאַכט דעם פּײַנלעכן פּראָצעס פֿון אַדאַפּטאַציע, שטעקט אַ פֿאַרדראָס און אַפֿילו קינאה — הלמאי שרײַבן אָט די דאָזיקע "יונגאַטשעס" וועגן דעם, וואָס זיי ווייסן ניט.
די דאָזיקע קריטיק טראָגט אַ געוויס קערנדל פֿון אמת, ווײַל די דאָזיקע מחברים, וועלכע זײַנען גוט אויסגעשולט אין הילכות ליטעראַטור, זײַנען בכּוח אויסצופֿאַרטיקן ליטעראַרישע טעקסטן צוגעמאָסטן צו די אַמעריקאַנער סטערעאָטיפּן וועגן רוסלאַנד. מער אינטערעסאַנט איז דער "צווייטער עשעלאָן" פֿון רוסיש־ייִדישע שרײַבער אויף ענגליש, אַזעלכע ווי: דוד בעזמאָזגיס, סאַנאַ קראַסיקאָוו, אירינאַ ריין, קייט געסען און אַניאַ אוליניטש, וועלכע זײַנען ניט אַזוי סטערעאָטיפּיש אין זייער באַשרײַבונג פֿונעם אימיגראַנטישן לעבן.
דער ראָמאַן "פּעטראָפּאָליס" פֿון אַניאַ אוליניטש איז אַ געראָטענער פּרוּוו איבערצופֿלאַנצן די רוסישע ליטעראַרישע טראַדיציע אויף דעם אַמעריקאַנער באָדן. חוץ דעם, לאָזט זיך דאָס דאָזיקע בוך לייענען אויך דורך דעם שפּאַקטיוו פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, וואָס וואָלט אַוודאי געקומען ווי אַ גרויסער חידוש סײַ פֿאַר דער מחברין און סײַ פֿאַר אירע לייענער.
די העלדין פֿונעם ראָמאַן איז אַ רוסיש מיידל מיטן נאָמען סאַשע גאָלדמאַן, וועלכע האָט ניט אין זיך קיין טראָפּן ייִדיש בלוט. וואָס יאָ, זי האָט אַ זיידע ערגעץ אין אַפֿריקע, מיט וועמען איר באָבע האָט זיך אַ מאָל געטראָפֿן אין מאָסקווע בעת דעם יוגנט־פֿעסטיוואַל אין 1957. דער האַלב־שוואַרצער פֿרוכט פֿון דער דאָזיקער קורצער ליבע איז אַדאָפּטירט געוואָרן דורך אַ ייִדישער משפּחה און איז שפּעטער געוואָרן סאַשעס פֿאָטער.
אוליניטש נייטיקט זיך אין דעם דאָזיקן קונץ, כּדי צו ווײַזן, אַז "ייִדישקייט", בפֿרט אין איר סאָוועטישן נוסח, איז אַ ריינע פֿאַנטאַזיע, וואָס מען רעדט זיך אײַן. סאַשע וואַקסט אין אַ ווײַטער סיבירער שטאָט מיטן נאָמען "אַסבעסט 2", אַ סימבאָל פֿונעם תּוהו־ובֿוהו פֿון די לעצטע יאָרן פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה. כּדי זיך אַרויסצורײַסן פֿון דעם דאָזיקן קאַלטן גיהנום פֿאַרשרײַבט זי זיך אין אַ שדחנות־אַגענטור און קומט ווי אַ "פּאָטשט־כּלה" קיין פֿעניקס, אַריזאָנע.
די באַשרײַבונגען פֿון פּראָווינציעלע אויסרײַסענישן, סײַ אין סיביר און סײַ אין אַריזאָנע, זײַנען אויסגעצייכנט שאַרף און סאַרקאַסטיש, אָבער אוליניטש האָט רחמנות אויף איר העלדין, "קליינע מענטשעלעך". די פּאָרטרעטן פֿון פֿאַרמעגלעכע ייִדן אין שיקאַגע, וואָס שפּילן אויס זייערע פּסיכאָלאָגישע קאָמפּלעקסן דורך כּלומערשט העלפֿן רוסישע אימיגראַנטן, זײַנען אַ סך מער נעגאַטיוו. דער ראָמאַן איז אָנגעפֿילט מיט פּלוצעמדיקע סוזשעטישע קערן און אומדערוואַרטע טרעפֿונגען, וואָס דערמאָנען אַ ביסל דעם איראָנישן סטיל אין די "הויכגעשפּאַנטע" פּאָפּולערע ייִדישע ראָמאַנען פֿונעם 19טן יאָרהונדערט.
אייניקע אַמעריקאַנער קריטיקער נעמען די דאָזיקע גראָטעסקע געשטאַלטן און בילדער אָן פֿאַר ריין געלט און האַלטן, אַז אַזאַ איז דאָס לעבן אין רוסלאַנד. אַזוי ווי כּמעט אַלע יונגע רוסיש־אַמעריקאַנער שרײַבער, איז אוליניטש גוט באַקאַנט מיט די אַמעריקאַנער קלישעען און סטערעאָטיפּן וועגן רוסלאַנד בכלל און וועגן רוסישע ייִדן בפֿרט. אָבער להיפּוך צו זיי, נוצט זי זיי איראָניש און ניט קאָמערציעל.
דער סיפּור־המעשׂה פֿון "פּעטראָפּאָליס" דערמאָנט אַ ביסל אין מענדעלעס "פֿישקע דער קרומער", די סענטימענטאַלע ליבע־געשיכטע פֿון אַ פֿאַרקריפּלטן יונגערמאַן און אַ "האָרבאַטע" מיידל, וואָס איר "האָרב" האָט צו טאָן מיט איר מאָדנעם אָפּשטאַם. אַזוי ווי אין "פֿישקע", איז די האַנדלונג פֿון "פּעטראָפּאָליס" געפּאַקט מיט כּלערליי אַוואַנטורעס, אָבער צום סוף געפֿינען די העלדן זייער גליק. און אַזוי ווי בײַ מענדעלען, איז דאָס דאָזיקע בוך אַ בײַסנדיקע סאַטירע אויף די הײַנטיקע געזעלשאַפֿטלעכע מידות, מאַכט אוליניטש חוזק סײַ פֿון דער סאָוועטישער אינטעליגענץ מיט אירע פּרעטענזיעס און גאווה, סײַ פֿון דער אַמעריקאַנער בורזשואַזיע מיט איר פּראָווינציעלער חוצפּה.
אַניאַ אוליניטש האָט זיך אונטערגענומען אָנצושרײַבן אַ ראָמאַן, וואָס זאָל זײַן אי אַלטמאָדיש־סענטימענטאַל, אי הײַנטצײַטיק־פֿריש. איר דערפֿאָלג ווײַזט, אַז דער רײַכער רעפּערטואַר פֿון טראַדיציאָנעלע רעסורסן פֿון דער רוסישער (און אויך ייִדישער) ליטעראַטור איז נאָך ניט אויסגעשעפּט און לאָזט שאַפֿן אייגנאַרטיקע ווערק פֿון דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור — און דערבײַ זיך ניט אַראָפּלאָזן צו דעם ניוואָ פֿון די קאָמערציעלע ליטעראַרישע מאַכערײַקעס.