- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
פֿון אַלע ייִדישע ליטעראַטן איז ש. אַנ־סקי (שלמה־זאַנוול ראַפּאָפּאָרט, 1863—1920) אפֿשר געווען די סאַמע פֿילזײַטיקע פּערזענלעכקייט. ער האָט געשריבן אויף רוסיש און ייִדיש און געפֿאָרשט ייִדישע עטנאָגראַפֿיע און פֿאָלקלאָר, און דערבײַ איז ער געווען טיף פֿאַרטאָן אין דער ראַדיקאַלער רוסישער פּאָליטיק, געווען אַ ייִדישער עפֿנטלעכער טוער און האָט געהאָלפֿן ייִדישע קרבנות פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה. אַנ־סקי איז געווען אַן אייגענער אין גאָר פֿאַרשידענע סבֿיבֿות, און האָט איבערגעלאָזט אַ רײַכע דאָקומענטאַלע און ליטעראַרישע ירושה, וואָס איז צעזייט און צעשפּרייט איבער פֿאַרשידענע לענדער און קאָנטינענטן. נאָך זײַן טויט, טיילווײַז אַ דאַנק די באַמיִונגען פֿון זײַן נאָענטן פֿרײַנד חיים זשיטלאָווסקי, האָט זיך אויסגעפֿורעמט אַ מין קולט פֿון ש. אַנ־סקין, ווי אַ מוסטער פֿונעם ייִדישן אינטעליגענט, וואָס האָט מקריבֿ געווען זײַן גאַנץ לעבן פֿאַרן פֿאָלק. אָבער הײַנט־צו־טאָג געדענקט מען אים, דער עיקר, ווי דעם מחבר פֿונעם "דיבוק". יצחק לעוויטאַן (1860—1900) איז אפֿשר איינער פֿון די סאַמע באַקאַנטע רוסישע קינסטלער. רעפּראָדוקציעס פֿון זײַנע לאַנדשאַפֿטן באַגלייטן יעדעס קינד פֿון די סאַמע ערשטע שול יאָרן; מען זעט זיי אין לערנביכער פֿאַר רוסישער ליטעראַטור, אין קלאַסצימערן און צומאָל אין אָפֿיציעלע ביוראָען. מען קאָן אַפֿילו זאָגן, אַז לעוויטאַן האָט אין אַ געוויסן זין אַנטדעקט די רוסישע לאַנדשאַפֿט ווי אַן עסטעטישן און מאָלערישן יש. אָבער דווקא די דאָזיקע ברייטע פּאָפּולערקייט, דער קאַנאָנישער סטאַטוס פֿון לעוויטאַן אין דער רוסישער קולטור שטערט צו זען זײַן אָריגינעלקייט. לעוויטאַן איז פּשוט צו גוט באַקאַנט, מען זאָל קענען באַמערקן אין זײַנע ווערק עפּעס נײַס. אָבער ווען מען קוקט זיך צו צו זײַן לעבן און זײַן שאַפֿונג מיט מער אויפֿמערק, שטויסט מען זיך אָן אויף כּלערליי פֿראַגעס, וועלכע ווערן קוים באַרירט אינעם אָפֿיציעלן נוסח פֿון זײַן ביאָגראַפֿיע.
וויקטאָר פּעלעווין. דער שרײַבער וויקטאָר פּעלעווין איז איינער פֿון די ווייניקע הײַנטיקע רוסישע ליטעראַטן מיט אַן אינטערנאַציאָנאַלן שם, אָבער אַפֿילו צווישן זיי איז ער אַ יוצא־דופֿן. פּעלעווין איז אַ געהיימניספֿולע פֿיגור. ער באַווײַזט זיך ניט אויף די עפֿנטלעכע אונטערנעמונגען, גיט ניט קיין אינטערוויוען און זאָגט ניט אַרויס קיין מבֿינות וועגן פּאָליטישע אָדער קולטורעלע ענינים. פֿון דעסטוועגן, איז ער אפֿשר דער סאַמע שאַרפֿזיניקער אָבסערוואַטאָר און קריטיקער פֿונעם הײַנטיקן רוסישן לעבן. זײַנע ביכער שפּיגלען אָפּ די ווירקלעכקייט בעסער פֿון נײַעס־באַריכטן אָדער רעפּאָרטאַזשן.
Howard Jacobson. דער נאָמען פֿונעם ענגליש־ייִדישן שרײַבער האָואַרד דזשייקאָבסאָן איז עד־היום ניט ווײַט באַקאַנט, מחוץ ענגלאַנד. אָבער דער הײַיאָריקער דערפֿאָלג פֿון זײַן נײַעם ראָמאַן "די פֿינקלער־פֿראַגע" וועט אים אַוודאי מאַכן באַרימט אין דער ברייטער וועלט. דזשייקאָבסאָן איז איינער פֿון די פֿײַנסטע מײַסטער פֿון דער ליטעראַרישער ענגלישער שפּראַך. ער איז שאַרפֿזיניק, איראָניש, אָבער דערבײַ ערנסט און צומאָל טרויעריק.
Transit und Transformation. דער פֿאָרש־פּראָיעקט "פֿון שאַרלאָטען־גראַד ביז שוינען־פֿירטל", וואָס איז געשטיצט דורך דער מלוכישער דײַטשישער פֿאָרשונגס־געזעלשאַפֿט, גיט זיך אָפּ מיט אַ פֿילזײַטיקער שטודיע פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קהילה אין בערלין צווישן ביידע וועלט־מלחמות.
Anti-Jewish Violence: דאָס רוסישע וואָרט "פּאָגראָם" איז אַרײַן אין אַלע אייראָפּעיִשע שפּראַכן. סוף 19טן, אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט איז דער ענין פֿון פּאָגראָמען קעגן דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין דער רוסישער אימפּעריע געווען אַ הייסע טעמע אין דער מערבֿ־אייראָפּעיִשער און אַמעריקאַנער פּרעסע, וואָס האָט געהאַט אַ שטאַרקע השפּעה אויף דער עפֿנטלעכער מיינונג. מען איז געווען זיכער, אַז די פּאָגראָמען זײַנען געווען כּסדר אינספּירירט, אָרגאַניזירט און אויסגעפֿירט דורך דער צאַרישער רעגירונג, כּדי אָפּצוּווענדן דעם כּעס פֿונעם אָרעמען פּויערטום פֿון די קריסטלעכע פּריצים און קאַפּיטאַליסטן.
Rebecca Kobrin. ביאַליסטאָק איז געווען אי אַ טיפּישע ייִדישע שטאָט אינעם רוסישן טייל פֿון פּוילן, אי אַ יחיד־במינו, אַן אייגנאַרטיקע דערשײַנונג צווישן אַנדערע ייִדישע שטעט אין דער אַמאָליקער רוסישער אימפּעריע. מיט העכער ווי פֿופֿציק טויזנט ייִדישע תּושבֿים, וואָס האָבן באַטראָפֿן בערך דרײַ־פֿערטל פֿון דער גאַנצער באַפֿעלקערונג פֿון דער שטאָט, איז ביאַליסטאָק געווען ענלעך צו באַרדיטשעוו. Emunah Nachmany Gafny. Dividing Hearts: The Removal of Jewish Children from Gentile Families in Poland in the Immediate Post-Holocaust Years. Jerusalem: Yad Vashem, 2009 Nahum Bogner. At the Mercy of Strangers: The Rescue of Jewish Children with Assumed Identites in Poland. Jerusalem: Yad Vashem, 2009. די פֿראַגע "ווער איז געווען ערגער׃ היטלער אָדער סטאַלין?" קומט כּסדר אויף אין עפֿנטלעכע וויכּוחים אויף היסטאָרישע טעמעס. גאַנץ אָפֿט האָט די דאָזיקע פֿראַגע אַן אַקטועלן פּאָליטישן און אידעאָלאָגישן הינטערגרונט. אין דײַטשלאַנד האָבן אייניקע היסטאָריקער געפּרוּווט פֿאָרשטעלן היטלערן ווי פּשוט אַ "תּלמיד" פֿון סטאַלינס מעטאָדן פֿון טעראָר און מאַסן־מאָרד. אין רוסלאַנד איז פֿאַרשפּרייט די מיינונג, אַז ניט געקוקט אויף זײַן אַכזריות, איז סטאַלין געווען אַן "עפֿעקטיווער מענעדזשער", וואָס האָט מאָדערניזירט די סאָוועטישע ווירטשאַפֿט און האָט געוווּנען די מלחמה. דאָס נײַע בוך פֿונעם באַגאַבטן אַמעריקאַנער היסטאָריקער טימאָטי סנײַדער באַהאַנדלט דעם גאַנצן ענין אונטער אַן אַנדערן קוקווינקל. דער העברעיִשער מחבר צבֿי פּרייגערזאָן, וועלכער איז געבוירן געוואָרן מיט 110 יאָר צוריק, האָט געהערט צו דעם לעצטן דור פֿון דער רוסיש־ייִדישער אינטעליגענץ, וואָס האָט זיך אויסגעפֿורעמט פֿאַר דער רעוואָלוציע. ער איז אויך געווען דער לעצטער פֿון די העברעיִשע שרײַבער פֿון יענעם דור אין רוסלאַנד. ביז 1934 האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט זײַנע העברעיִשע דערציילונגען אין אויסלאַנד, און דערנאָך האָט ער געשריבן "אין טיש אַרײַּן", פֿאַר אַ לייענער, וואָס וועט אַנטדעקן זײַנע ווערק אין דער צוקונפֿט. דער בריוו־אויסטויש צווישן חנה אַרענדט און לעני יחיל, אַ באַקאַנטע ישׂראלדיקע היסטאָריקערין פֿונעם חורבן, וואָס איז לעצטנס דערשינען (יד־ושם שטודיעס, 2, 2009), איז אַ שפּאַנענדיקער דאָקומענט פֿון דער צײַט אַרום אײַכמאַנס מישפּט. די בריוו באַרירן ענינים, וואָס זײַנען געווען אַקטועל דעמאָלט און בלײַבן אַקטועל איצט. אַרענדט און יחיל האָבן זיך באַקענט און געוואָרן פֿרײַנד אין ירושלים, און דערנאָך האָבן זיי זיך קאָרעספּאָנדירט אין משך פֿון אַ פּאָר יאָר. אָבער די אידעיִשע חילוקי־דעות זײַנען געוואָרן צו שאַרף, און זייער פֿרײַנדשאַפֿט און קאָרעספּאָנדענץ האָט זיך איבערגעריסן. די מחברים פֿון דער השׂכּלה־תּקופֿה זײַנען געווען די ערשטע, וואָס האָבן אונדז געגעבן ליטעראַרישע פּאָרטרעטן פֿון ייִדישע שטעטלעך. ווי פֿאַרלאָזלעך און פּינקטלעך זײַנען זייערע באַשרײַבונגען? פֿון איין זײַט, זײַנען די משׂכּילים געווען געשטימט זייער קריטיש לגבי דעם אַלטן ייִדישן לעבנס־שטייגער, בפֿרט לגבי די חסידישע מינהגים און גלויבענישן. זייער ציל איז געווען צו באַקעמפֿן די אָפּגעשטאַנענקייט און פּרימיטיווקייט פֿון חסידישע רביים און זייערע אָנהענגער. |