|
אַ בילד לכּבֿוד ראָש־השנה, פֿון מאַרק פּאָדוואַל, 2008 |
|
בײַ אַ סך פֿעלקער, וואָס האָבן אַן אַלטע שריפֿטלעכע ליטעראַטור, איז פֿאַראַן אַן אייגענע טראַדיציע פֿונעם קינסטלערישן שרײַבן — קאַליגראַפֿיע. למשל, אַזאַ טראַדיציע האָט עקזיסטירט אין מצרים און בײַ די מאַיאַ־אינדיאַנער אין דרום־אַמעריקע. ביידע ציוויליזאַציעס האָבן געשאַפֿן גאָר קאָמפּליצירטע היעראָגליפֿישע שריפֿט־סיסטעם, אין וועלכע יעדער צייכן האָט רעפּרעזענטירט אַ גאַנץ וואָרט אָדער אַ געוויסן טראַף.
די פֿריִיִקע פֿאָרעמס פֿון די מיצרישע היעראָגליפֿן האָבן אויסגעזען ווי גאַנצע בילדער־גאַלעריעס, אָפֿט גאָר שיינע און קאָליריקע, און האָבן זיך אָפֿט אַסאָציִיִרט מיטן טעקסט אויף פֿאַרשיידענע נישט־טריוויאַלע אופֿנים. פֿאַר די מיצרים איז דאָס שרײַבן געווען אַ גאַנצע חכמה און קונסט, וואָס בלויז אַ קליינע צאָל געבילדעטע מענטשן האָבן געקאָנט באַהערשן נאָך עטלעכע יאָר שטודיעס.
ווען דער אַראַבישער כאַליפֿאַט האָט איבערגענומען עגיפּטן, אינעם זיבעטן יאָרהונדערט, זענען די היעראָגליפֿן געווען שוין לאַנג פֿאַרגעסן. די אַראַבער האָבן אָנגערופֿן די מיסטעריעזע אוראַלטע מיצרישע שריפֿט "די פֿויגלשע שפּראַך", ווײַל צווישן די היעראָגליפֿן טרעפֿן זיך אָפֿט כּלערליי פֿויגלען: סאָוועס, פֿלאַמינגאָס, קאַטשקעס, שוואַלבן, גריפֿן, איביסן. אַחוץ די "באַפֿליגלטע" צייכנס, וואָס ציִען טאַקע דעם אויפֿמערק צום מערסטן, זענען די אַלט־מיצרישע טעקסטן אויך פֿול מיט מענטשן, שלאַנגען, טײַכן און אַנדערע זאַכן.
אין 1799, בעת נאַפּאָלעאָנס אינוואַזיע אין עגיפּטן, האָט אַ פֿראַנצויזישער אַרמיי־אינזשעניר אַנטדעקט דעם באַרימטן "ראָזעטע־שטיין" — אַ שטיינערנע סטעלע מיט פּאַראַלעלע טעקסטן אויף גריכיש און מיצריש. צוליב דעם געפֿינס, האָט זיך אײַנגעגעבן צו דעשיפֿרירן די מיסטעריעזע שריפֿט. נאָך מיט 8 יאָרהונדערטער פֿריִער, אָבער, האָבן צוויי עגיפּטיש־אַראַבישע וויסנשאַפֿטלער און מיסטיקער, דול־נון אַל־מיסרי און איבן־וואַשיאַ דורכגעפֿירט אַ גרויסע פֿאָרשערישע אַרבעט, און האָבן ריכטיק פֿאַרשטאַנען, לכל־הפּחות, אַ טייל פֿון די היעראָגליפֿן.
|
דער טעקסט פֿון "שיר־השירים" רעפּרעזענטירט ווי צוויי טויבן, פֿונעם ישׂראלדיקן מאָלער דוד יוחנן |
|
די איסלאַמישע קונסט־סטאַנדאַרטן זענען, פֿאַרשטייט זיך, גאָר ווײַט פֿון דער אַלט־מיצרישער קולטור. ס׳רובֿ מוסולמענער האַלטן, אַז מע טאָר נישט צייכענען קיין מענטשן און אַפֿילו בעלי־חיים, צוליב אַ חשש פֿון עבֿודה־זרה. להיפּוך, די אַלט־מיצרישע קונסט איז אויף יעדן שריט און טריט פֿול מיט די אימאַזשן פֿון געצן, מענטשן, חיות און פֿאַרשיידענע "פּיפּערנאָטערס". די איסלאַמישע קינסטלער האָבן אָבער אויסגעאַרבעט אַן אָריגינעלן מעטאָד, וואָס דערלויבט צו "באַלעבן" דעם טעקסט, בלײַבנדיק געטרײַ די איסלאַמישע "הלכות": צונויפֿצופֿלעכטן די אותיות אין אַ וואָרט, אַ פֿראַזע אָדער גאַנצע פּאַראַגראַפֿן, שאַפֿנדיק אַ וויזועלע רעפּרעזענטאַציע פֿונעם טעקסט — למשל, אַ פּאַווע, אַ לייב אַ שיפֿל און אַנדערע פֿיגורן. די געשטאַלטן פֿון מענטשן בלײַבן, אָבער, נאָך אַלץ פֿאַרבאָטן. אַזאַ חכמה פֿאַרנעמט זייער אַ בכּבֿודיק אָרט אין דער מוסולמענישער קונסט.
דער בריטישער עגיפּטאָלאָג אָקאַשאַ על־דאַלי און אַ צאָל פֿאָרשער האַלטן, אַז, נישט געקוקט אויף דעם שאַרפֿן קולטורעלן אונטערשייד, האָבן די אוראַלטע מיצרישע היעראָגליפֿן שטאַרק משפּיע געווען אויף דער אַנטוויקלונג פֿון דער אַראַבישער קאַליגראַפֿיע. אַ סך אַראַבישע וויסנשאַפֿטלער אין עגיפּטן און די אַרומיקע לענדער האָבן זיך שטאַרק אינטערעסירט מיט דער געהיימנישפֿולער "פֿויגלשער שפּראַך". זיי האָבן געגלייבט, אַז אין דער "לעבעדיקער" מיצרישער שריפֿט מוז שטעקן אַ גרויסע חכמה.
די דאָקטוירים, אַלכעמיקער און מיסטיקער האָבן געהאָפֿט צו אַנטדעקן אין די היעראָגליפֿישע טעקסטן לאַנג־פֿאַרגעסענע רפֿואות און אַנדערע ניצלעכע ידיעות, און די קינסטלער האָט פֿאַרחידושט דער עצם־געדאַנק צו רעפּרעזענטירן דעם טעקסט ווי אַ קונסט־ווערק. די איסלאַמישע קאַליגראַפֿישע קונסט קאָן באַטראַכט ווערן ווי אַ מין "פֿאַרקערטע היעראָגליפֿן". ווען די מיצרים האָבן זיך, במשך פֿון דער צײַט, אָפּגעזאָגט פֿון דער קאָמפּליצירטער היעראָגליפֿישער סיסטעם, האָבן די אַראַבישע קאַליגראַפֿן פֿאַרוואַנדלט די געוויינטלעכע אותיות אין אַ מיטל, וואָס דערמעגלעכט צו צייכענען אויף אַ "כּשרן" אופֿן.
אונטער דער איסלאַמישער השפּעה, האָבן די ייִדן אין עגיפּטן און אין אַנדערע לענדער געשאַפֿן אַן אייגענע קאַליגראַפֿישע חכמה, וועלכע האָט זיך שפּעטער פֿאַרשפּרייט אין אייראָפּע און בלײַבט נאָך אַלץ זייער פּאָפּולער. די אותיות פֿונעם ייִדישן אַלף־בית האָבן אַ קוואַדראַט־פֿאָרעם, און לאָזן זיך נישט אַזוי גרינג צעציִען און צעבייגן, ווי די אַראַבישע, דערפֿאַר האָבן די ייִדישע קינסטלער אויסגעאַרבעט אַן אוניקאַלע טראַדיציע פֿון מיקראָגראַפֿיע. מע פֿאַרשרײַבט אַ טעקסט, צומאָל גאָר אַ לאַנגן, מיט פּיצל־קליינע אותיות, שאַפֿנדיק אַ גאַנצן אימאַזש. צום בײַשפּיל, האָט משה־אליהו גאָלדשטיין, אַ פֿראַנקפֿורטער קינסטלער פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, פֿאַרוואַנדלט דעם גאַנצן תּנ״כישן ספֿר וועגן דעם נבֿיא יונה מיט מדרש־קאָמענטאַרן אין אַ בילד פֿון אַ שיף אויפֿן ים, מיט מענטשן, מעוועס און דעם לוויתן.
|
אַלט־מיצרישע היעראָגליפֿן |
|
די ערשטע באַקאַנטע בײַשפּילן פֿון אַזאַ קונסט האָבן זיך באַוויזן מיט איבער 1,100 יאָר צוריק, טאַקע אין עגיפּטן און די שכנישע לענדער. די אָרטיקע ייִדן האָבן אויך געפֿאָלגט דעם איסלאַמישן פֿאַרבאָט נישט צו צייכענען קיין מענטש. די שפּעטערדיקע ייִדישע קינסטלער האָבן אָבער געשאַפֿן כּלערליי מיקראָגראַפֿישע בילדער, פֿון משה רבינו מיט די לוחות אָדער פֿונעם מלאך־המוות מיט אַ שאַרבן און קאָסע, ביז אַ פּאָרטרעט פֿונעם באַרימטן פֿאָלק־דראַמאַטורג און פּאָעט אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען.
די ייִדן זענען אויך געווען פּיאָנערן פֿון וויזועלער פּאָעזיע, וועלכע האָט אָפֿט געטראָגן אַ מיסטישן טעם. בײַשפּילן פֿון אַזאַ קונסט טרעפֿן זיך, צום בײַשפּיל, אין די ווערק פֿונעם גרויסן שפּאַנישן מקובל רבי אַבֿרהם אַבולעפֿיא, ווי אויך אין אַ טייל אַלטע קמיעות.
די מקובלים באַטראַכטן דעם גאַנצן אוניווערס ווי אַ ריזיקן טעקסט, צונויפֿגעשטעלט פֿון באַהאַלטענע הימלישע אותיות; די חסידים דערציילן, אַז אַ גרויסער צדיק זעט די וועלט ווי אַן אָפֿענעם ספֿר, וואָס ער קאָן לייענען און אַפֿילו איבערשרײַבן. אין דעם 14טן און 15טן יאָרהונדערט האָט זיך אין דער מוסולמענישער וועלט פֿאַרשפּרייט "די חכמה פֿון די אותיות", כורופֿיזם — מסתּמא, אונטער אַ שטאַרקער השפּעה פֿון קבלה. די כורופֿיטן האָבן באַטראַכט די וועלט ווי אַ טעקסט, אַ געוועב פֿון פֿאַרבאָרגענע אותיות. די באַוועגונג איז געווען באַזונדערס פּאָפּולער אין טערקײַ, פּערסיע און אַזערבײַדזשאַן, און איז געווען דורכגעזאַפּט מיט רעוואָלוציאָנערע און בונטאַרישע שטימונגען.
נישט געקוקט אויף די אַכזריותדיקע רדיפֿות מצד די רעגירונגען, האָט כורופֿיזם איבערגעלאָזט אַ שטאַרקע השפּעה אין דער איסלאַמישער וועלט, און בלײַבט אַ קוואַל פֿון שעפֿערישער אינספּיראַציע, אויסגעמישט מיטן הײַנטצײַטיקן פּאָסטמאָדערניזם — למשל, אינעם "שוואַרצן בוך" פֿונעם טערקישן שרײַבער אָרהאַן פּאַמוק. ס׳זעט אויס, אַז אויף די כורופֿיסטישע פּרינציפּן איז אויך געבויט דער אָריגינעלער סטיל פֿון דער איראַנישער מאָלערין־אַוואַנגאַרדיסטקע מאַנסורע כאָסייני.
אַ צאָל הײַנטיקע ייִדישע מאָלער פֿאַרבינדן אויך קבלה און אַלטע קאַליגראַפֿישע טראַדיציעס מיט אַוואַנגאַרד־קונסט. אַ טייל זענען ממשיך די טראַדיציע פֿון מיקראָגראַפֿיע אויף אַ פּאָסטמאָדערניסטישן שטייגער, אַ טייל פֿלעכטן אימאַזשן פֿון אויסגעבויגענע, איבערגעקערטע און צעצויגענע ייִדישע אותיות, באַגײַסטערט פֿון דער איסלאַמישער קאַליגראַפֿיע.
נישט געקוקט אויף די פֿאַרשיידענע רעליגיעזע און קולטורעלע באַגרענעצונגען, איז קונסט, בעצם, אַ קאָסמאָפּאָליטישער פֿענאָמען. די קונסט־טראַדיציעס ווירקן אָפֿט איינע אויף דער צווייטער, טיילמאָל, אויף אומגעריכטע, חידושדיקע אופֿנים.
די ייִדישע קאַליגראַפֿיע האָט זיך געשאַפֿן אונטער דער השפּעה פֿון קבלה, איסלאַם, מיטל־עלטערישע אייראָפּעיִשע טראַדיציעס פֿון בוך־אילוסטראַציע און העראַלדיק, און אַפֿילו, מעגלעך, אויך פֿון די אַלט־מיצרישע היעראָגליפֿן.
אין אַ סך ייִדישע פֿאָלק־מעשׂיות זענען די צדיקים מסוגל צו פֿאַרשטיין "שׂיחת העופֿות", די שפּראַך פֿון די פֿייגל. דער זעלבער מאָטיוו איז פֿאַרשפּרייט אינעם פֿאָלקלאָר, מיסטישע טראַדיציעס און פּאָעזיע אַרום דער גאָרער וועלט. די מיסטיקער באַטראַכטן די "שׂיחת העופֿות" ווי אַ געהיימע אוניווערסאַלע שפּראַך פֿון מלאָכים און פּאָעטן. ווען מע קוקט אויף דעם, ווי פֿאַרשיידענע קונסט־טראַדיציעס זענען צונויפֿגעפֿלאָכטן איינע מיט דער צווייטער, דאַכט זיך אַמאָל טאַקע, אַז אַ טייל קינסטלער באַהערשן אַזאַ "פֿויגלשע שפּראַך", וואָס איז גובֿר די באַריערן צווישן פֿעלקער און צײַטן.