ווער עס וויל האָבן אַ גוטן שם אויף דער וועלט, דער דאַרף זיך דערווײַטערן פֿונעם חשש פֿון ייִדישיזם. בײַ אינטעלעקטואַלן וועט מען אים/איר אָדער אויסלאַכן, אָדער אָנקוקן מיט רחמנות־בליקן, אָדער ביידע אין איינעם, ווײַל אַזוינס איז דאָך אַפּנים בײַ לײַטן באמת בלויז צו לאַכן אָדער צו וויינען. מען וועט אײַך פּשוט ניט נעמען ערנסט, ווײַל דער ענין ייִדישיזם איז אי ניט דעפֿינירט, אי האָפֿענונגלאָז! מיר טוט עס וויי, ווײַל איך בין אויפֿגעוואַקסן אין אַ ייִדישיסטישער היים און בין אין משך פֿון מײַן גאַנצער יוגנט געווען שטאָלץ צו זײַן אַ ייִדישיסט. איך באַהאַלט דאָס ניט און איך שעם זיך ניט דערמיט. כאָטש עס איז הײַנט אַ ביסל אַ צו שמאָלע פּאָזיציע פֿאַר מיר, קען איך עס גרינג "צושערן" אָדער אויסברייטערן כּדי ס׳זאָל קענען גרינג שטימען מיט די אַלע אַנדערע אַספּעקטן פֿון מײַן איצטיקן קוק אויף זיך, אויף ייִדן, אויף ייִדישקייט און אויף דעם ווי איך קוק אויף אָט דעם גאַנץ אָנגעווייטיקטן און עמאָציאָנירטן ענין (און די טעמעס אַרום אים) הײַנט.
וואָס איז דער ייִדישיזם געווען מלכתּחילה?
אַזוי ווי קיין אָפֿיציעלע פּאַרטיי־פּראָגראַם כּדי צו דעפֿינירן דעם ייִדישיזם איז קיין מאָל ניט אָנגענומען געוואָרן, דערציילט אונדז יעדע דעפֿיניציע אפֿשר מער וועגן דעם, וואָס נעמט זיך דאָס אונטער, ווי וועגן דעם ייִדישיזם גופֿא. לפֿי־דעתּי איז דער ייִדישיזם אַ מאָדערנער געזעלשאַפֿטלעכער פּרוּוו אַוועקצושטעלן ייִדיש ווי איינע פֿון די צענטראַלע עיקרים פֿונעם ייִדישן לעבן, פֿון דער ייִדישער קהילה, פֿון דער ייִדישער קולטור און פֿון דער שעפֿערישקייט פֿון ייִדן ווי אַ וועלטפֿאָלק. פֿאַרשטייט זיך, אַז עס רעדט זיך דאָ בלויז וועגן אַשכּנזים, ווײַל אָנהייב 19טן יאָרהונדערט, ווען דער ייִדישיזם איז אויפֿגעקומען אין מיזרח־אייראָפּע, האָבן נאָך ספֿרדים און אַשכּנזים ס׳רובֿ געלעבט ממש אין צוויי באַזונדערע וועלטן.
נאָר אַפֿילו "דעמאָלט" האָט אינעם ייִדישיזם געפֿעלט אַזוי פֿיל (למשל דער יהדות־געדאַנק, דער טעריטאָריעלער געדאַנק און דער קלאַסן־געדאַנק), אַז כּמעט קיינער האָט ניט געקענט זײַן בלויז אַ ייִדישיסט לגמרי, פּשוט־כּמשמעו, דאָס הייסט, אָן אַ בפֿירושער באַפֿאַרבונג פֿון "נאָך עפּעס", מעג דאָס זײַן בונדיזם, אַנאַרכיזם, צי טעריטאָריאַליזם. מסתּמא זענען אַ מאָל אַפֿילו געווען ייִדישיסטן צווישן די "אַגודה"־לײַט אויך. אַפֿילו מרדכי שעכטער איז געשטאַנען נעענטער צום טעריטאָריאַליזם און מאַקס ווײַנרײַך צום דובנאָוויזם, אַפֿילו מיט ביידנס גאַנצער אומפּאַרטיייִשקייט. די פֿליגל בײַם ייִדישיזם זענען תּמיד געווען אָנזעעוודיקער ווי דער "צענטער", ווײַל ס׳האָט תּמיד געפֿעלט אַ צענטראַלע אינסטאַנץ, אָדער אַ צענטראַלער מענטש, אָדער אַ צענטראַלע אָרגאַניזאַציע וואָס זאָל זיי אַלעמען פֿאַרבינדן, דעפֿינירן און רעפּרעזענטירן.
וואָס דער ייִדישיזם האָט יאָ פֿאַרמאָגט די־והותר איז געווען אינטעלעקטועלע שעפֿערישע כּוחות. דערפֿאַר האָט יעדע ריכטונג אַזוי גרינג געקענט אַרום זיך אויסהאַלטן אַן אייגענעם זשורנאַל צי צײַטונג, אַן אייגענעם כאָר, אַן אייגענע נעץ פֿון קינדער־שולן, פֿרויען־קרײַזן, לייענער־קרײַזן און איבער זיי אַלעמען, איז אינעם מערבֿ געהאַנגען דער ווילנער און ניו־יאָרקער ייִוואָ און אינעם מיזרח: "זײַנס גלײַכן" אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. ס׳זענען אויך געווען עטלעכע ווייניקער אָנגעזעענע צענטראַלע אינסטאַנצן (למשל די "ציק״אָ" און דער "איקוף"), ביכער־געשעפֿטן, ליטעראַרישע קאַפֿעען, טעאַטערס, אאַז״וו. הכּלל: ס׳איז געווען אַ פֿולע וועלט וואָס איז אין איר בליצײַט באַשטאַנען פֿון הונדערטער טויזנטער לפֿי־ערך יונגע און טעטיקע מענטשן, און וואָס האָט ממש געאָטעמט, געפֿיבערט מיט קולטור און מיט פּאָליטיק.
פֿאַרוואָס זשע איז דערפֿון אַזוי ווייניק איבערגעבליבן?
כּדי צו ענטפֿערן אויף אָט דער מכריעדיקער פֿראַגע דאַרף מען איצט גוט אַ קוק טאָן אויף דער אַנדערער זײַט פֿון דער מטבע און זיך פֿאַרנעמען דערמיט, וואָס דעם ייִדישיזם האָט געפֿעלט. דאָ דאַרפֿן מיר, דער עיקר, זוכן סיבות וואָס האָבן צו טאָן ניט מיט חורבן און מיט ישׂראל (צוויי מעכטיקע פֿאַקטאָרן, וואָס האָבן אָבער אויך באַווירקט אַלע אַנדערע באַוועגונגען פֿון דער צײַט, וואָס מערסטע האָבן זיי ביידע איבערגעלעבט מיט מער הצלחה ווי ס׳האָט דער ייִדישיזם). לאָמיר געדענקען, אַז דער ייִדישיזם איז אַרײַן אין דער מלחמה אין אַ סך אַ שוואַכערן מצבֿ ווי די אַנדערע באַוועגונגען, טאַקע, דער עיקר, צוליב דעם פֿעלן פֿון אַ פֿאַרלאָזלעכער צענטראַלער אָרגאַניזאַציע, צי אינסטיטוציע, צי אַפֿילו אַ דעפֿיניטיווע דעפֿיניציע, צי דעקלאַראַציע, פֿון פּרינציפּן. דער שפּראַכיזם אַליין האָט מער ווי אַ דור־צוויי אין ערגעץ ניט געקענט אויסהאַלטן אָן אַ מאַכט, אָן אַ צד און אָן אַ שומר; ניט אין די אימיגראַציע־לענדער און ניט אין די חרובֿע "אַלטע היימען". אין די אַמעריקעס האָט קיין אַנדער אומה־ולשון וואָס איז אַריבערגעקומען איבער די ימען אין דער זעלבער תּקופֿה אין וועלכער ס׳זענען אַהער געקומען דער רובֿ פֿון די ייִדישע אימיגראַנטן (פּאָליאַקן, אוקראַיִנער, דײַטשן, פֿראַנצויזן, איטאַליענער, גריכן, אַראַבער, אַרמענער אאַז״וו), ניט אויסגעהאַלטן דעם אַמעריקאַנער עקזאַמען לגבי שפּראַך־קיום, שוין אַפֿילו אָן אַ חורבן און אַפֿילו מיט פֿאַרשיידענע שטאַרקע אונטערשטיצונגען מצד זייערע "אַלטע היימען". די אַלע שפּראַך־גרופּעס, וואָס זענען איצט אַזוי אָנזעעוודיק אינעם אַמעריקאַנער לעבן, זענען דאָך געקומען פֿון נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה און פֿון אַפֿילו גאָר לעצטנס. אויסער די שפּאַניש־רעדנדיקע, וואָס זענען במילא יוצא־דופֿנדיק דערמיט וואָס זיי געפֿינען זיך דאָ לפֿי־ערך נאָענט צו זייערע אַלטע היימען אויף יענער זײַט פֿון דער ניט־פֿאַרמאַכלעכער גרענעץ און וואָס האָבן דאָ געהאַט "שפּראַכיקע קרובֿים" נאָך פֿון פֿאַר די קאָלאָניאַלע צײַטן (אין די דרום־מערבֿ שטאַטן), וואָס האַלטן זיך דעריבער דערווײַל נאָך גאַנץ פֿעסט (כאָטש דער ענגליש וואַקסט ווי אַ ווילדפֿלייש צווישן זייער יוגנט און איין גאָט ווייסט ווי זיי אַלע וועלן אויסזען אין אַ דור־צוויי אַרום), זענען זיי אַלע נוטים־למות. הכּלל, דער ייִדישיזם אין אַמעריקע, וווּ איך האָב שוין מער ווי 75 יאָר געהאַט די געלעגנהייט אים גוט צו אָבסערווירן, האָט זיך גאָר נישט מיט וואָס צו שעמען וואָס ער האָט ניט געוווּנען דעם אוממעגלעכן קאַמף קעגן דעם אַמעריקאַנער ריז.
דער ייִדישיזם האָט ערלעך געקעמפֿט, בדרך־כּלל אומעטום און כּמעט אַלץ פֿאַרלוירן, נאָר פֿאָרט אונדז איבערגעלאָזט עטלעכע שיינע מתּנות וואָס מיר האָבן געירשנט און וואָס קענען אונדז צו נוץ קומען אויפֿן וועג פֿאָרויס. דאַרפֿן מיר, די עטלעכע איבערגעבליבענע, וועמען דער ענין גייט נאָך אָן און וואָס קענען דעם ציניזם און דאָס שמייכעלע אַוועקלייגן אין אַ זײַט, זיך סטאַרען זיי אויפֿצוהיטן און צו אַנטוויקלען פֿאַר די קומענדיקע דורות.
איז וואָס זשע דאַרפֿן מיר פֿאָרט איצט טאָן?
איך שרײַב "דאַרפֿן מיר" און "דאַרף מען", כּדי ס׳זאָל זײַן קלאָר אַז איך רעכן זיך אַליין אַרײַן אינעם קרײַז פֿון די מעגלעכע "טוערס". מי ומי ההולכים? אויף וועמען קען מען דאָ באמת בויען אין אַ צײַט ווען עס פֿעלט כּמעט אַלץ; דער עיקר, אַ קלאָרער ציל און גענוגנדיקע כּוחות און רעסורסן זיי דורכצופֿירן? לפֿי־דעתּי זענען מיר אָבער ניט נאָר קליין אין צאָל און רעסורסן, נאָר אויך צעזייט און צעשפּרייט איבער ווײַטע שטחים. און אַחוץ אַלעמען זענען מיר נאָך זייער צעטיילט צווישן זיך מכּוח אונדזערע ייִדישע און אַלגעמיינע פּאָליטיש־געזעלשאַפֿטלעכע מיינונגען. צי קענען אַפֿילו די עטלעכע לעצטע מאָהיקאַנער צוזאַמען מיטאַרבעטן איינער מיטן אַנדערן? דאָס איז בײַ מיר אַ גרויסע קשיא און כּמעט אַ ספֿק ווי די אונטערשטע שורה.
צי וואָלטן מיר זיך הײַנט, נאָך אַזוי פֿיל יאָרן פֿון זײַן לאָקאַטאָרן בײַ אַנדערע באַוועגונגען און שיטות געקענט זיך פֿאַראייניקן כּדי צו דעפֿינירן און דערגרייכן ממשותדיקע צילן? למשל, איך האַלט זייער פֿונעם "קליינעם טעריטאָריאַליזם" וואָס שטרעבט צוזאַמענצוברענגען עטלעכע משפּחות אין איין געגנט כּדי אָנצופֿירן מיט אַ בשותּפֿותדיקער קינדערשול און קולטור־צענטער. אויב מיר וואָלטן פֿאַרמאָגט כאָטש 10 משפּחות וואָס זענען גרייט דאָס צו טאָן אויף אַ "ייִדישיסטישן דרך", ווי מען זאָל דאָס ניט דעפֿינירן, צי וועלן זיי דען קענען בײַקומען די אַלע כּסדרדיקע סיכסוכים צווישן פֿרומע און פֿרײַע, צווישן ליבעראַלן און קאָנסערוואַטיוון, צי צווישן ציוניסטן און "דאָיִסטן", כּדי צו קענען צוזאַמענאַרבעטן בשלום און בהצלחה אויף אַזעלכע עיקרדיקע פֿראָנטן ווי קינדער־דערציִונג? איך בין אין דעם, לחלוטין, ניט איבערצײַגט. צי וואָלט איך צוליב "טהרות הייִדיש" געווען גרייט אַז מײַנס אַן אייניקל זאָל באַזוכן אַ ייִדישיסטישע קינדערשול אום שבת (אַזוי ווי איך אַליין פֿלעג דאָס טאָן מיט 70 יאָר צוריק)?
און איך בין ניט קיין עקסטרעמיסט אין די ענינים. איך בין אין גאַנצן גרייט צו זאָגן, אַז ייִדיש איז אינעם גדר פֿון ייִדישער קדושה, צווישן די תּשמישי־קדושה, נאָר צו זײַן ממש איינע פֿון די גופֿי־קדושה (ווי למשל, אויפֿהאַלטן די תּורה, שמירת־שבת און אָפּהיטן כּשרות) קומט עס ניט. ייִדיש געפֿינט זיך זיכער אין מײַן היכל, נאָר עס געפֿינען זיך דאָרטן אויך אַנדערע זאַכן, וואָס שטייען בײַ מיר אַפֿילו "אויב ניט נאָר העכער" ווי ייִדיש! איך מיין, אַז אַזוינע חילוקי־דעות וואָלטן סוף־כּל־סוף געשטערט אויסצופֿאָרמירן קהילות אין וועלכע פֿאַרשיידנאַרטיקע ייִדישיסטן וואָלטן געקענט אײַנשטעלן אַן אייגענע טאָג־טעגלעכקייט פֿאַר זיך און פֿאַר זייערע משפּחות. אָן דעם וועלן זיי בלײַבן דאָס וואָס זיי זענען איצט: אַ שיטה וואָס קען אין ערגעץ איר אייגענעם שטעטל ניט באַשטיין.
דער ייִדישיזם ווי אַ "פֿון צײַט צו צײַטיקע" אַמוזירונג
דער ייִדישיזם איז מלכתּחילה געווען דער עיקר אַ גרויס־שטאָטישע (אַ נאָך־שטעטלשע) דערשײַנונג. צוליב דער מאָדערנער גרויסשטאָטישקייט איז ער תּמיד געווען פֿון די ערשטע אײַנצופֿירן נײַעסן: למשל, קינדער־שולן וווּ מען האָט מיט קינדער געלערנט ייִדישע געשיכטע ממש (ניט בלויז חומש־מעשׂהלעך) און וווּ ס׳איז געווען נאָרמאַטיוו אַז ייִנגלעך און מיידלעך זאָלן זיך לערנען צוזאַמען און אויפֿטרעטן צוזאַמען בײַ פֿאָרשטעלונגען און אונטערנעמונגען, און צווישן די לערערס זאָלן זיך געפֿינען פֿרויען אויך. די גרויסע שטאָט איז אָבער אויך אַ פּראָבלעם. מען זעט זיך בלויז מיט די נאָענטסטע פֿון צײַט צו צײַט און אַזוי ווי ייִדישיסטן זענען תּמיד אַ מיעוט־שבמיעוט טרעפֿן זיי זיך אויך, בדרך־כּלל, בלויז פֿון צײַט צו צײַט. ייִדישיסטישע טרעפֿונגען זענען בײַ געלעגנהייטן (קאָנצערטן, לעקציעס, פֿאָרשטעלונגען) און זייער דגש איז דער עיקר אויף צוהערן זיך און אויף מיטזינגען און ניט אויף פּנים־אל־פּנימדיקע באַציִונגען, מיטשמועסן און אויף צוויי־ריכטונגדיקער קאָמוניקאַציע.
אין אַ תּקופֿה פֿון קאָמפּיוטערײַ זעט דאָס אפֿשר אויס זייער נאָרמאַל, נאָר אין דער אמתן (אין דער רעאַלער וועלט) איז דאָס אַן אָפּשוואַכונג פֿון דער געזעלשאַפֿטלעכער באַזע פֿונעם מענטשלעכן צוזאַמענלעבן. "ייִדישוואָך" איז אפֿשר די איינציקע דערמאָנונג אין דעם וואָס אַן אָרגאַניזירטע און לאַנג־דויערנדיקע ייִדישיסטישע פּנים־אל־פּנימדיקייט וואָלט געקענט און געדאַרפֿט זײַן. צי קענען מיר זיך דערקלערן צו נאָך אָדער מער אַזעלכע מינים טרעפֿונגען? ס׳וואָלט געווען אַ מיצווה וועגן דעם ווײַטער און טיפֿער און ברייטער אַ טראַכט צו טאָן.
אָבער דאָס אַליין איז דאָך אַ סימן פֿון אונדזער אוממאַכטיקייט. פֿון אַ מאַסן־באַוועגונג אויף אַ וועלט־פֿאָרמאַט האָבן מיר זיך דערקײַקלט צום פּרובירן דערטראַכטן זיך צו קליינע, בציבורדיקע, לאַנג־דויערנדיקע, נאָר פֿאָרט בלויז פֿון צײַט צו צײַטיקע איבערלעבונגען. ווי אַן אָרגאַניזירטע דערשײַנונג אויף דער ייִדישער גאַס איז דאָס אַלץ וואָס פֿונעם ייִדישיזם איז געבליבן. דער עולם האָט נאָך אַלץ הנאה פֿון ייִדישן געזאַנג און פֿון ייִדישע וויצן, נאָר צי איז דאָס אַ באַוועגונג, אַן "יִזם". נו, פֿרעג איך אײַך אַליין? צי איז עס שוין טאַקע "נאָך אַלעמען", צי ס׳שלאָגט נאָך ערגעץ אַ לעבעדיקער, אַקטיוויסטישער, אָרגאַניזירלעכער אָדער?