מוזיק
פֿון עקיבֿא פֿישבין (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין 1819 איז בײַ ר׳ יצחק אָפֿענבאַך, דעם חזן אין דער שטאָט קעלן, געבוירן געוואָרן אַ וווּנדער־קינד פֿון מוזיק. דעם קינד, דאָס זיבעטע שוין אין דער משפּחה, האָט מען אַ נאָמען געגעבן יעקבֿ — מיט דער צײַט, אין פּאַריז, וועט פֿון יעקבֿ ווערן — זשאַק.

געבוירן מיט אַ קאָלאָסאַלן טאַלאַנט צו מוזיק איז ער, יעקבֿ, נאָך געבענטשט געווען מיט אַ שאַרפֿער אינטעליגענץ און אַ שאַרפֿן פֿאַרשפּיצטן חוש פֿאַר הומאָר. אָפֿענבאַך האָט באַשאַפֿן אַ נײַעם מין קאָמישע אָפּערע: זי וויכערט מיט אַ צעשויבערטער פֿריילעכקייט, מיט וויץ און הומאָר — זי שטעלט פֿאָר אַ שאַרף־געזעלשאַפֿטלעכע סאַטירע פֿון זײַן צײַט.

געוויינטלעך, קומען ייִדישע וווּנדער־קינדער פֿון מוזיק פֿון משפּחות מיט אַ לײַכטער מטבע, זייערע קינדער צו דערלאַנגען אַ רעגולערע מוזיקאַלישע בילדונג, צו שלײַפֿן און פּאָלירן די קינדערס טאַלאַנט. נישט דאָס איז דער פֿאַל מיט אָפֿענבאַך. אָפֿענבאַך שטאַמט פֿון אַ שבֿט ייִדישע קלעזמאָרים — אייביקע אָרעמע־לײַט — אבֿיונים... אָבער רײַך מיט אַ נייגונג צו נגינה.

יעקבֿס טאַטע, ר׳ יצחק — אַ באַגאַבטער מוזיקער, אַגבֿ אויך אַ וווּנדער־קינד — איז געווען אַ חזן, געשאַפֿן נגינות צו תּפֿילות, געלערנט קינדער שפּילן פֿידל, מיט זײַנע קינדער געשפּילט אויף ייִדישע חתונות און דאָרפֿישע בעלער — און פֿון די אַלע גליקן איז ער אַן עושר נישט אַרויס: נישט לײַכט איז אים אָנגעקומען צו באַשפּײַזן זײַן גרויסע משפּחה. זשאַק אָפֿענבאַך האָט אַזוי אַרום בײַ פֿיל פּראָפֿעסאָרן נישט געלערנט. געבוירן מיט אַ גבֿורה פֿון דער נאַטור, האָט ער געלערנט אַליין!

אַ צוציק איז ער געווען, יעקבֿ, האָט אים דער טאַטע גענומען לערנען שפּילן פֿידל. אים האָט אָבער געצויגן דווקא צום טאַטנס וויאָלאָנטשעל... איז ווען דער טאַטע פֿלעגט אַרויסגיין פֿון שטוב האָט ער אַ כאַפּ געטאָן דעם וויאָלאָנטשעל. ער האָט אויף אים געגרימפּלט און געגרימפּלט, ביז ער האָט זיך אַליין אויסגעלערנט שפּילן!

אַן איבערראַשונג האָט ר׳ יצחקן באַהערשט, ווען ער האָט דערהערט זײַן תּכשיט אויספֿירן ניגונים אייגענע אויף זײַן וויאָלאָנטשעל. דאָס האַרץ איז אים געוואַקסן פֿאַר פֿרייד! — הער נאָר אַ מעשׂה? ווען האָט ער זיך דאָס אויסגעלערנט שפּילן וויאָלאָנטשעל?! אַזוי ווי ר׳ יצחק האָט זײַן זון נישט געלערנט שפּילן וויאָלאָנטשעל איז יעקבֿס לערער געוואָרן אַ געוויסער אַלעקסאַנדער — אַ מוזיקער מאַחינו־בני־ישׂראל. אין זײַנע יונגע יאָרן האָט דער־אָ אַלעקסאַנדער געהאַט אַ שם פֿון אַ גוטן פּעדאַגאָג. אויף דער עלטער איז ער געוואָרן אַ בטלן און אַ שיכּור. גאָר שטאַרק האָט זיך אַלעקסאַנדער מיט זײַן תּלמיד נישט פֿאַרנומען... פֿאַר דער לעקציע, פֿלעגט ער קודם כאַפּן אַ גלעזל משקה, און אָפֿט מאָל האָט געטראָפֿן, אַז נאָך אַן איבערגעטריבענעם טרינק איז דער "רבי" אַרײַן אין אַ דרימל... דאָ האָט יעקבֿ שוין געמאַכט אַ לעבן. ער פֿלעגט זיך צוכאַפּן צום באַרג פּאַפּירן, וואָס האָבן זיך געוואַלגערט אויפֿן דיל, נישטערן אין די אָנגעוואָרפֿענע פּאַרטיטורן — אַרויסציִען געוויסע שאַפֿונגען און זיי אינטערפּרעטירן אויף זײַן אייגענעם שטייגער!

איין טאָג, אַז אַלעקסאַנדער איז אַרויס פֿון זײַן שיכּורן דרימל, האָט ער געטראַכט, אַז עפּעס חלומט ער נאָך... ווער שפּילט דאָס? און ווען ער איז צו זיך געקומען, איז ער פֿון גרויס איבערראַשונג, אַוועק אין איין אָטעם, צו ר׳ יצחקן מיט אַ גדולה!

"הער אָפֿענבאַך... הער אָפֿענבאַך..." האָט אַלעקסאַנדער געסאָפּעט און קיין וואָרט נישט געקאָנט אַרויסברענגען פֿון מויל... ר׳ יצחק האָט אויף אים אַ קוק געטאָן... פֿינצטער איז אים געוואָרן אין די אויגן!..

"הער אַלעקסאַנדער, האָט גאָט אין האַרצן. זאָגט מיר — וואָס איז געשען מיטן קינד?!"

"גאָרנישט... גאָרנישט געשען... הער אָפֿענבאַך... באַרויִקט אײַך... מיטן קינד איז גאָרנישט געשען..."

"איר זאָגט — גאָרנישט געשען... עפּעס איז דאָך געשען!"

"געשען... געשען... אײַער קינד...

"וואָס איז מיטן קינד?!" האָט שוין ר׳ יצחק נישט אויסגעהאַלטן, "הער אַלעקסאַנדער, רעדט רייד, כ׳זאָל פֿאַרשטיין!"

"אײַער קינד... הער אָפֿענבאַך..." האָט אַלעקסאַנדער שווער אָפּגעאָטעמט, "וואַקסט אַ גאון! דער קליינער אײַערער כאַפּט זיך צו שאַפֿונגען וועלכע איך אַליין קאָן קוים בײַקומען!.."

"אוי!!!" האָט ר׳ יצחק מיט אַ שווערן זיפֿץ אַראָפּגעלאָזט זיך אויף אַ שטול, "געלויבט זאָל זײַן דײַן ליבער נאָמען, גאָט אין הימל!!!"

ווען ר׳ יצחק איז געקומען צו זיך, האָט ער באַנומען די בשׂורה וואָס האָט אים געקאָסט אַ שטיק געזונט, און אויף ס’נײַ האָט זײַן מויל איבערגעחזרט — טאַטע אין הימל! געלויבט זאָל זײַן דײַן ליבער נאָמען, יאָ! מײַן יעקבֿל איז אַן אבֿן־טובֿ! אַז געזונט זאָל ער מיר זײַן!

די־אָ פּיקאַנטע געשיכטע ברענגט אין אירע זכרונות, דערשינען אין יאָר 1902, זשאַקס שוועסטער יוליאַ אָפֿענבאַך־גרינפֿעלד. געזען, אַז לערנען בײַ אַלעקסאַנדערן איז אַ פֿאַרלוירענע צײַט, האָט ר׳ יצחק פֿאַרן קליינעם יעקבֿ גענומען אַ צווייטן לערער — אַ מוזיקער אין שטאָטישן טעאַטער פֿון קעלן. בײַ דעם־אָ לערער בראַוער האָט יעקבֿ גענאַשט אַ ביסל טעאָרעטישע קענטענישן: בראַוער האָט אים אויך אַרײַנגעפֿירט אין הילכות קאָמפּאָזיציע, און אים אַנטפּלעקט אויך די מיסטעריע פֿון לשון־אָפּערע. אַ דאַנק בראַוערן האָט דער קליינער יעקבֿ געזען צום ערשטן מאָל די איטאַליענישע בופֿאָנע־אָפּערע און די פֿראַנצויזישע קאָמישע אָפּערע. דער דאָזיקער קלאַנג־אוניווערס איז אים טיף אַרײַן אין די ביינער.

אָבער אויך בײַ בראַוערן איז יעקבֿ לאַנג נישט געבליבן. דער ערלעכער מוזיקער האָט דערקלערט, אַז ער האָט אים מער נישט וואָס צו לערנען.

גלײַך נאָך בר־מיצווה האָט ר׳ יצחק געברענגט זײַן בנאָק אין דער קאָנסערוואַטאָריע אין פּאַריז. דאָרט האָט מען די סטודענטן געלערנט בחינם: פֿאַר ר׳ יצחקן איז דאָס געווען אַ נס! איז אָבער די מעשׂה וואָס דער שטרענגער דירעקטאָר קערוביני האָט נישט אָנגענומען תּלמידים פֿון אויסלאַנד. מען דערציילט, אַז ר׳ יצחק איז פֿאַרן שטרענגן דירעקטאָר געשטאַנען באַזאָרגט, רחמים זיך בײַ אים געבעטן ער זאָל זײַן זון בלויז אויסהערן שפּילן... אָבער קערוביני האָט זיי אַפֿילו נישט אָנגעקוקט... וואָס טוט מען — געוואַלד!.. ר׳ יצחק איז געווען פֿאַרצווייפֿלט, כאָטש נעם און שרײַ חי־וקיים! מיט אַ מאָל איז אים אײַנגעפֿאַלן אַ געדאַנק — ער האָט אַ וווּנק געטאָן צום זון ער זאָל אויף גאָרנישט קוקן און נעמען שפּילן! און מיט אַ מאָל האָט זיך יעקבֿס וויאָלאָנטשעל צעבליט מיט קלאַנגען פֿון מוזיקאַלישער טעכניק! דאָ האָט זיך קערוביני האַסטיק אַ דריי אויס געגעבן, אָפּגעמאָסטן ר׳ יצחקס תּכשיט... און דער אײַזבאַרג איז צעגאַנגען. יעקבֿ, דעם חזנס זון, איז געוואָרן אַ תּלמיד אין דער קאָנסערוואַטאָריע פֿון פּאַריז.

לאַנג אָבער האָט ער זיך אין דער קאָנסערוואַטאָריע נישט געכאָוועט. מען זאָגט, אַז דער שטרענגער קערוביני האָט אים באַזײַטיקט צוליב דיסציפּלינאַרע סיבות. אַנדערע האַלטן, אַז נאָך אַ יאָר לערנען, איז ער אַליין אַוועק פֿון דער קאָנסערוואַטאָריע, מחמת ער האָט דאָרט קיין גרויסע מוזיק־חכמה נישט גענאַשט. דער יונגער אָפֿענבאַך איז אַוועק לערנען אַליין — ער האָט גענומען שטודירן די שאַפֿונגען פֿון מאָצאַרט. ער האָט זיי אַנאַליזירט און אַ סך פֿון זיי געלערנט. אַ לעבן לאַנג וועט אָפֿענבאַך שטודירן די מאָצאַרטישע פּאַרטיטורן! ער וועט זיך אויך פֿאַרטיפֿן אין דער מוזיק פֿון באַך, הענדעל און גלוק, און לערנען פֿון זיי אַ סך.

נאָכן שפּאַציר איבער אָפֿענבאַכס "שולן און אוניווערסיטעטן", ווערט קלאָר, אַז קיין גרויסע אויסשולונג האָט ער נישט באַקומען. אַ סטיכישער גאון — אַ מעין המתגבר — האָט ער זיך געבילדעט אַליין! אַ פֿאַרוואָרצלטער אין דער באָהעם פֿון פּאַריז, האָט ער מיט אימפּעט אַ צענעם געטאָן די פֿליגל פֿון יצירה, און געשאַפֿן אַ ווערק — פֿינקלט עס, ווי דער ווײַן אין אַ בעכער פֿון קריסטאָל. מיט זײַנע שאַרף שקאָצישע אויגן האָט ער אַרומגענומען די באַלעבאַטים פֿון דער הערשנדיקער סאָציאַלער סיסטעם. אויפֿן וווּלקאַן פֿון דער אָפֿענבאַכישער הײַטערקייט טוט פּראַווען אַן עולם שיכּור פֿון עשירות און מאַכט אַ צעבאַלעוועטן שדים־טאַנץ. אָפֿענבאַך לאָזט זיך וויציק־שפּיציק וווילגיין. די אָפֿענבאַכיאַדע איז אַ שטורעם פֿון געזעלשאַפֿטלעכער סאַטירע.

צו מאָרגנס, נאָך דער פּרעמיערע פֿון אָפֿענבאַכס "אָרפֿעיוס אין גיהנום" האָט פֿראַנסיס מאַרסעי, אַ ניכטערער קריטיקער מיט שׂכל, געשריבן: "שוין גלײַך בײַ די ערשטע קלאַנגען, ווי נאָר די געטער פֿון אָלימפּ און גיהנום טוען זיך אַ צעוויג, באַקומט מען אַ שאָק. מען ווערט דערשיטערט! אונדזער גאַנצער יאָרהונדערט מיט זײַנע רעגירונגען, סאָציאַלע אינסטיטוציעס, אַלע געזעצן און זיטן טוען עפּעס אַרײַנפֿאַלן אין אַ סאַראַבאַנדע־טאַנץ".

דער ניכטערער קריטיקער האָט די לוסטיקע אָפֿענבאַכיאַדע גוט באַנומען. ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז דער "הײַנריך הײַנע פֿון דער מוזיק" (קאַרל קראַוס, דער ייִדישער פֿעליעטאָניסט פֿון אַמאָליקן ווין, פֿלעגט רופֿן אַזוי זשאַק אָפֿענבאַכן), צעוויכערט אַ צעיאַכמערטע פֿריילעכקייט פֿון וועלכער ס׳וויקלט זיך אויס דער אמת, "דער מלך איז נאַקעט"... בײַ אָפֿענבאַכן דונערט דער חוזק פֿון די אַלע וואָס פֿירן די וועלט.

אָפֿענבאַכס מוזיק איז בײַ אַרמאַן לאַנו, דעם הײַנטצײַטיקן שרײַבער אין פֿראַנקרײַך, "סאָציאַלע מוזיק פֿון דער צווייטער אימפּעריע פֿון פֿראַנקרײַך. דער עכאָ פֿון דער־אָ חוזק־מוזיק טראָגט זיך ווײַט אין דער אייביקייט אַרײַן", שרײַבט ער. דאָס סאַרקאַסטישע געלעכטער פֿון מוזיקער רײַסט אַראָפּ די קאָסמעטיק וואָס פֿאַרפּוצט דעם שקר און צבֿיעות פֿון דער געזעלשאַפֿט. "די שענסטע באַלעבאַטים פֿון שטעטל" אַנטפּלעקן זיך אין דער גאַנצער פּאַסקודנער נאַקעטקייט זייערער.

מאַקס נאָרדאַו האָט אַמאָל געזאָגט: "אוממעגלעך וועט זײַן צו שרײַבן די געשיכטע פֿון 19טן יאָרהונדערט בלי זיך צו פֿאַררופֿן אויף דעם אַריסטאָפֿאַנעס פֿון פּאַריז — זשאַק אָפֿענבאַך".

* * *

זשאַק אָפֿענבאַך איז אַן ערלעכער עדות פֿון זײַן צײַט. ס׳איז אָבער סתּם אַ צרה, אַז אויב אַ קינסטלער ווערט אַ וואָרער עדות פֿון זײַן צײַט מוז ער "באַצאָלן אַ טײַערן פּרײַז"... און טאָמער אַמאָל איז ער נאָך מאַחינו־בני־ישׂראל — טאָ, זאָל זיך גאָט אויף אים דערבאַרעמען!.. פֿאַר אַרויסברענגען מיט חוזק דאָס צבֿיעות פֿון די "הויכע פֿענצטער", פֿאַר דער דאָזיקער סאָציאַלער סאַטירע, האָט אָפֿענבאַך טײַער באַצאָלט... נאָך פֿראַנקרײַכס מפּלה אין קריג קעגן פּרײַסן (1870) האָבן זיך די אַנטיסעמיטן אין פֿראַנקרײַך מיט אַ מאָל דערמאָנט, אַז אָפֿענבאַך איז אַ "דײַטש"... כאָטש פֿאַר זײַנע פֿאַרדינסטן איז ער זײַט יאָרן געווען אַ נאַטוראַליזירטער פֿראַנצויזישער בירגער, אַפֿילו אויסגעצייכנט מיטן "ערן־לעגיאָן".

וואָס איז דאָס אַלץ אָנגעגאַנגען די שׂונאי־ישׂראל... אָפֿענבאַכן האָט מען באַשולדיקט, אַז ער לעבט טאַקע אין פֿראַנקרײַך, מיטן האַרץ אָבער איז ער אין פּרײַסן — ווי אַ פּרײַסישער שפּיאָן איז דער צוועק פֿון זײַן יצירה געווען צו דעמאָראַליזירן די פֿראַנצויזן און חוזק מאַכן פֿון פֿראַנקרײַך.

איצטער, די דײַטשישע אַנטיסעמיטן. זיי האָבן אויף אָפֿענבאַכן אויסגעטראַכט, אַז ער איז אַ "פֿאַררעטער — אַ פֿאָטערלאָזער פּאַרשוין", וואָס האָט די הייליקע טראַדיציעס פֿון קולטור געשלײַדערט אין פֿײַער אַרײַן, פֿאַרוואַנדלט די ציוויליזאַציע אין אַן אָרגיע פֿון "קאַנקאַן".

דאָס בילן פֿון די הינט האָט די גלאָריע פֿון ר׳ יצחקס זון, אויף אַ האָר נישט געמינערט. ער איז פֿאַרבליבן דער ליבלינג פֿון פֿאָלק אין פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד און עסטרײַך.

ווען זשאַק אָפֿענבאַך איז אין אָקטאָבער 1880 אַוועק פֿון דער וועלט, האָט זײַן גראַנדיעזע לוויה געהאַט די מראה פֿון אַ פֿאָלקס־מאַניפֿעסטאַציע. פּאַריז האָט נאָך אַזעלכעס נישט געזען. דאָס פֿאָלק פֿון פּאַריז איז, צום לעצטן מאָל, געקומען אויסדריקן ליבע און דאַנקבאַרקייט זשאַק אָפֿענבאַכן, דעם "הײַנע פֿון מוזיק".

אויפֿן מאָנמאַרטער בית־הקבֿרות אין פּאַריז, נישט ווײַט פֿון הײַנריך הײַנעס קבֿר, געפֿינט זיך דער קבֿר פֿון אָפֿענבאַכן; און אויפֿן קבֿר שטייט אַ בראָנזענער ביוסט פֿון קאָמפּאָזיטאָר. אינעם שאַרפֿן טראָציקן בליק פֿון אָפֿענבאַכן שפּיגלט זיך אָפּ אַ מאָדנע קעמפֿערישקייט — ממש אַן אַרויסרוף צו דער פֿאַרריסענער וועלט! האָט ער דאָך מיטן כּוח פֿון זײַן ניגון אויסגעלאַכט יענע מענטשלעכע סבֿיבֿה וואָס טונקט אין שקר און באָדט זיך אין צבֿיעות און פֿאַרשווענדערישקייט.

יאָ, דער ניגון פֿון ר׳ יצחקס זון פֿאַרמאָגט דעם צויבערקלאַנג פֿון ריינעם גינגאָלד!