|
די לאָנדאָנדער קאַפּעליע "קלעזמער־קלוב" מיט דער זינגערין וויווי לאַקס (רעכטס) |
|
עס זענען דאָ אַזוינע וואָס האַלטן, אַז די אויפֿלעבונג פֿון קלעזמער־מוזיק האָט בלויז אַ באַגרענעצטע השפּעה געהאַט אויף דער ייִדישער קולטור. אָבער פֿון דער צווייטער זײַט, קען מען זאָגן, אַז עפּעס איז בעסער ווי גאָרנישט. אומעטום באַקען איך זיך מיט יונגע־לײַט, וועלכע זענען נישט געווען צופֿרידן בלויז צו קענען שפּילן די מוזיק פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן,
נאָר זענען ווײַטער געגאַנגען מיט זייער אינטערעס צו דער ייִדישער קולטור און געשיכטע, און האָבן זיך אויסגעלערנט די ייִדישע שפּראַך; זיי זענען געוואָרן אַקטיוו אין דער באַוועגונג אויפֿצוהאַלטן און אַנטוויקלען די קולטור.
וויווי לאַקס, למשל, האָט געזונגען ייִדישע לידער, איידער זי האָט זיך אויסגעלערנט די שפּראַך, אָבער הײַנט רעדט זי ייִדיש און פֿאָרשט ייִדישע לידער, בפֿרט די לידער וואָס האָבן אַ שײַכות מיט איר לאָנדאָנער ייִדישער קהילה. לאַקס האָט אָקאָרשט אַרויסגעלאָזט אַ גאָר אינטערעסאַנטן קאָמפּאַקט־דיסק פֿון די געזאַמלטע לאָנדאָנער לידער מיט דער קאַפּעליע "קלעזמער־קלוב" מיטן טיטל: "מײַן ווײַטשעפּעל".
די ייִדישע קולטור־סבֿיבֿה אין לאָנדאָן איז געוואָרן אַלץ קלענער און קלענער נאָכן חורבן, אָבער אַ געטרײַע גרופּע האָט זיך רעגולער געטראָפֿן, צווישן זיי, דער פּאָעט אַ. נ. שטענצל (1917 — 1983). דער אינטערעס צו קלעזמער־מוזיק און צום ייִדישן ליד אין די 1980ער און 1990ער יאָרן האָט אַרײַנגעבראַכט נײַע ייִדישע קולטור־כּוחות. אין לאָנדאָן האָט דזשעראָלדין אַווערבאַך און אַנדערע אָרגאַניזירט אַ "ייִדישן מוזיק־פֿעסטיוואַל", וואָס איז מגולגל געוואָרן אינעם "ייִדישן מוזיק־אינסטיטוט". צו ערשט, איז דער "אינסטיטוט" געווען אַן אומאָפּהענגיקע אָרגאַניזאַציע. אָבער אין יאָר 2000, איז ער געוואָרן אַ טייל פֿון דער "שול פֿון אָריענטאַלישע און אַפֿריקאַנישע שטודיעס" בײַם לאָנדאָנדער אוניווערסיטעט. ווי אַ פּרעלעגענט פֿונעם "אינסטיטוט" פֿאַרנעמט דאָרט פּראָפֿ׳ אַבי וווּד אַ לעקטאָר־פּאָסטן אין ייִדישער מוזיק, מיטן טראָפּ אויף קלעזמער־מוזיק און ייִדישן ליד. דער "קלעזפֿעסט־לאָנדאָן", און דער ייִדישער שפּראַך־וואַרשטאַט "אָט אַזוי", וואָס זענען פֿאָרגעקומען אין אויגוסט, עקזיסטירן אונטערן דאַך פֿונעם "אינסטיטוט", און זענען געוואָרן הויפּט־געשעענישן אויפֿן ייִדישן מוזיק־קאַלענדאַר.
אין 1996 האָט וויווי לאַקס זיך באַטייליקט אינעם ניו־יאָרקער "קלעזקעמפּ" און די זינגערין אַדריאַן קופּער האָט זי אינספּירירט ווײַטער אויפֿצוטרעטן. האָט זי אַנטווילקט אַ קאָנצערט־פּראָגראַם פֿון ליבע־לידער, סאָציאַליסטישע און פֿעמיניסטישע לידער און געזונגען אין קלובן און אויף קאָנצערטן אין לאָנדאָן מער ווי צען יאָר לאַנג. אין די סוף 1980ער יאָרן האָבן די ייִדישע און נישט־ייִדישע מוזיקער געשאַפֿן די גרופּע "קלעזמער־קלוב" אין לאָנדאָן און מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער איז זי געוואָרן די זינגערין פֿון דער קאַפּעליע.
וויווי לאַקס איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט ליווערפּול אָבער שטאַמט פֿון פּוילישע ייִדן, וואָס האָבן אימיגרירט קיין ענגלאַנד און געוווינט אינעם באַוווּסטן "איסט ענד", די לאָנדאָנער איסט־סײַד, און אינעם צענטער פֿון דער געגנט — ווײַטשעפּעל. איר זיידע, שמואל לאַקס, איז געבוירן געוואָרן אין מאָשטשיסק, גאַליציע, און די באָבע מאַניע רײַך, אין בראָד. לאַקס שטאָלצירט מיט איר פּויליש־ייִדישן ייִחוס, און נאָך דעם ווי אַ מומע האָט געהערט זי זינגען, האָט זי באַמערקט, אַז אין זייער משפּחה רעדט מען ייִדיש אַנדערש, האָט לאַקס אָנגעהויבן צו זינגען און רעקאָרדירן אין דעם פּוילישן דיאַלעקט.
איר טאַטע האָט זי אויסגעלערנט ייִדישע לידער ווי אַ קינד, און דײַטש האָט זי שטודירט אין שול, כּדי צו פֿאַרשטיין דאָס לשון. אָבער ערשט אין 2000, באַלד נאָך איר טאַטנס טויט, האָט זי אָנגעהויבן ערנסט זיך לערנען ייִדיש. שוין 24 יאָר, אַז זי אַרבעט אין געביט פֿון קינדער־דערציִונג אין לאָנדאָן און האָט אָפּגעדרוקט וועגן דעם אַרטיקלען. דעם האַרבסט וועט זי דרוקן אַן אַרטיקל מכּוח איר פֿאָרשונג פֿון ייִדישע לידער וועגן דער לאָנדאָנער קהילה.
|
דאָס נײַע קאָמפּאַקטל פֿון וויווי לאַקס |
|
די פֿאָרש־אַרבעט האָט זי אָנגעהויבן מיט דרײַ, פֿיר יאָר צוריק, און עד־היום אָנגעזאַמלט 6 לידער. די לידער זענען טאַקע טשיקאַווע צו הערן, און זענען כּמעט אַלע אומבאַקאַנט פֿאַרן אַמעריקאַנער עולם. די ווערטער צום ליד "ווײַטשעפּעל, מײַן ווײַטשעפּעל" האָט געשאַפֿן חיים טאַובער, אַ ניו־אָרקער טעאַטראַל, וועלכער האָט אויך גוט געקענט די לאָנדאָנער קהילה, און געשריבן דאָס נאָסטאַלגישע ליד פֿאַרן צווייטן דור. די מעלאָדיע האָט מען "געליגן" פֿון משה אוישערס "אַ קעשענעווער שטיקעלע":
ווײַטשעפּעל, מײַן ווײַטשעפּעל
דערקענען קען איך דיך נישט מער
דו ביסט געווען דעם לאָנדאָנער ייִדנס גלאַנץ
ווײַטשעפּעל, מײַן ווײַטשעפּעל פֿון די אויגן פֿאַלט אַ טרער
געבליבן איז קיין ווינקעלע, קיין גלאַנץ...
כ׳זע טיפּן דאָ פֿאַרשיידענע, די הייסע בייגל־ייִדענע
און ייִדיש האָט מען נאָר גערעדט.
כאָטש איך וווין איצט אין "גאָלדערס גרין",
ציט עס מיר צוריק אַהין
ס׳וועט נישט זײַן מער דאָס וואָס איז געווען.
דאָס ליד רעכנט אויך אויס די באַליבטע ערטער פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער געגנט ווי "לאַנדויס רעסטאָראַנט" און דער "פּאַוויליאָן"־טעאַטער.
לאַקס האָט געזאַמלט און זינגט צוויי קינדער־לידער, וואָס מאַכן חוזק פֿון אַמאָליקע לאָנדאָנער ייִדישע גאַסן־טיפּן — "מאָרגען סטריט" און "סאָלאָמאָן לוי" —
מײַ האָם אין מאָרגאַן סטריט [מײַן היים אין מאָרגאַן־סטריט]
עס איז מיר ווויל און גיט
איך האָב מײַן אייגן שטוב
נאָר ס׳שמעקט פֿון פֿאַרשטינקענע פֿיש...
אָלד [אַלט] סאָלאָמאָן לוי, טראַ־לאַ־לאַ־לאַ־לאַ
די מאַמע געמאַכט די קליסקעס, טראַ־לאַ־לאַ־לאַ־לאַ
אַ פֿרוי מיט פֿינף קינדער קוקט אַרויס פֿון דער ווינדע [פֿענצטער]
און אוי זי קרעכצט און אוי זי לאַכט
פֿון ׳אָלד׳ סאָלאָמאָן לוי.
לאַקס האָט אויסגעפֿונען, אַז דער סאָלאָמאָן לוי איז געווען אַ וואַנדערנדיקער מוזיקער, און די מעלאָדיע האָט מען גענומען פֿון אַן אַלט פּאָפּולער ענגליש ליד וועגן דעם שטאַט טענעסי!
דאָס איינציקע ליד אויף דער רעקאָרדירונג, וואָס איז אונדז פֿריִער געווען באַקאַנט, איז מאָריס ווינטשעווסקיס "דרײַ שוועסטער", וואָס לאַקס זינגט מיט איר דין, זיס קולכל, און עס קלינגט, ווי איינע פֿון די פֿאַרמוטשעטע שוועסטער זינגט דאָס ליד —
די ייִנגסטע פֿאַרקויפֿט דאָרטן בלומען
די עלטערע, בענדלעך צו שיך
און שפּעט אין דער נאַכט טוט זי קומען
די דריטע וואָס האַנדלט מיט זיך...
דאָס אינטערעסאַנטסטע ליד איז "דער נײַער השבֿינו נאַזאַד", מסתּמא אַ פּאַראָדיע אויף אַ גאָלדפֿאַדען ליד, אָבער די ווערטער דערציילן וועגן אַ ייִד, אַן אימיגראַנט, וואָס לײַדט אין די לאָנדאָנער גאַסן און טראַכט פֿון צוריק פֿאָרן קיין רוסלאַנד. די קלעזמאָרים שפּילן דאָס ליד אין אַ "דיקסי־לאַנד־דזשעז"־סטיל און ס׳איז קלאָר, אַז לאַקס האָט הנאה פֿון דעם פּאָליטישן אַספּעקט פֿון די ווערטער.
"מײַן ווײַטשעפּעל" האָט עפּעס נײַעס פֿאַרן ליבהאָבער פֿונעם ייִדישן ליד און דער ענטוזיאַזם און איבערגעגעבנקייט פֿון דער זינגערין וויווי לאַקס איז אַ פֿאַרגעניגן צו הערן. דאָס קאָמפּאַקטל קען מען באַשטעלן בײַ:
www.jewishmusic-jmd.co.uk