פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טאָג און נאַכט זאָגט מען אונדז אָן וויפֿל און וועמען די שווײַן־עפּידעמיע וועט פֿאַרצוקן, און ווי אַזוי מען דאַרף זיך ספּראַווען מיט איר. די וועלט איז הײַנט אַ פּרוזדור, אַ דורכפֿאָר־סטאַנציע, אַ וואָקזאַל. ס׳איז אַ גלאָבאַלער דורכפֿאָר־הויז. מענטשן קומען, מען ציילט זייער באַגאַזש, מען קוקט אַדורך זייערע דאָקומענטן, מען טוט זיי אויס די שיך. אָבער ווען עס קומט צום געזונט, מאַכט מען נישט קיין אויספֿאָרשונג. ווער ווייסט וואָס זיי ברענגען אַרײַן אין לאַנד, וועלכע אָנשטעקנדיקע קראַנקייטן, וועלכע מיקראָבן און אַלערליי כאָלערעס.

ווען מיר האָבן געהאַלטן בײַם אײַנשטײַגן אויף דער שיף אין ברעמען־האַפֿן אין דײַטשלאַנד, אין יאָר 1950, אויפֿן וועג קיין אַמעריקע, האָט מען אונדז קודם אָפּגעשפּריצט פֿון אויבן ביז אַראָפּ מיט "DDT." אָנקומענדיק קיין אַמעריקע האָט מען זיך דערוווּסט, אַז עס בושעוועט אַ מגפֿה וואָס מען רופֿט פּאָליאָ. דער פּרעזידענט איז דעמאָלט געווען הערי טרומאַן. שפּעטער האָט מען זיך דערוווּסט, אַז אַפֿילו דער פֿריִערדיקער פּרעזידענט דעלאַנאָ רוזוועלט האָט געליטן אויף דער פּאָליאָ־קרענק און געווען פּאַראַליזירט, און אונדזער אַמעריקאַנער משפּחה, ס׳הייסט מײַן טאַטנס פֿעטער ידידיה, זײַן טאָכטער רחל, איז פּונקט דעמאָלט צוריקגעקומען פֿון באָליוויע מיט איר מאַן אייבעלע, דער שמעגעגע, און צוויי קינדער. זיי זײַנען געקומען פֿון דער שטאָט קוטשיבאַמבאַ. ס׳האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז איר שלימזלדיקער מאַן אייבי האָט דאָרט פֿאַרדינט וואַסער אויף קאַשע, און ווען זייער אַכט־יעריק מיידעלע, סענדי, איז אָנגעשטעקט געוואָרן מיטן פּאָליאָ־ווירוס, האָבן זיי זיך צוריקגעקערט קיין אַמעריקע. די אַכט־יעריקע סענדי איז שוין געווען פּאַראַליזירט אויף ביידע פֿיס.

געווען אַ צײַט ווען מ׳האָט באַשולדיקט די אַרגענטינער, און דער עיקר מענטשן פֿון בוענאָס־אײַרעס, אין פֿאַרשפּרייטן פּאָליאָ אין אַמעריקע. שפּעטער האָט זיך דאָ פֿאַרשפּרייט די אַזיאַטישע אינפֿלוענזע, די האָנקאָנג־פֿלו, וואָס מען האָט גערופֿן די סאַרס־עפּידעמיע. מען האָט געטענהט, אַז דער באַציל קומט פֿון פֿייגל און הינער. נאָך שפּעטער איז אונדז באַפֿאַלן די "AIDS"־עפּידעמיע. מען האָט געפֿאָרשט און געפֿאָרשט און געקומען צו דער מסקנה, אַז זי קומט ערגעץ פֿון די אַפֿריקאַנער לענדער, און אין דעם זײַנען שולדיק די מאַלפּעס, וואָס טראָגן זיך אַרום מיט דעם באַציל. זינט דעמאָלט האָבן מיר צו טאָן מיט "AIDS" און קענען בשום־אופֿן נישט פּטור ווערן דערפֿון. איצט קומט אַ נײַע אָנשיקעניש — די Swine influenza (שווײַן־פֿלו)־עפּידעמיע, וואָס מען ריכט זיך אויף איר אַ ליאַדע טאָג און מ׳טרומייטעוועט פֿון אַלע סלופּעס, אַז די מגפֿה וועט אַוועקלייגן נאָענט צו הונדערט טויזנט נפֿשות.

די עפּידעמיאָלאָגן אַמפּערן זיך צי מען זאָל די שווײַן־פֿלו אַ נאָמען געבן מעקסיקאַנישע פֿלו, אָדער די וועראַקרוז־פֿלו, אָדער לאַ גלאָריאַ־פֿלו, ווײַל דאָרטן האָט זיך דער שווײַן־פֿלו־באַציל אויסגעבליט. אַנדערע ווידער טענהן, מען זאָל אָפּלאָזן לענדער מיט די פֿעלקער, ווײַל מענטשן האָבן אַ טענדענץ אָפּצורעכענען זיך מיט יעדן פֿאָלק וואָס מ׳באַשולדיקט אין דער טראַגעדיע.

ס׳רובֿ מענטשלעכע חלאַתן קומען פֿון חיות און עופֿות ווי די "עוויאָן־פֿלו." פֿאַר אַ יאָרן, אין מײַ חודש, האָט די עגיפּטישע ממשלה אויסגעשאָכטן טויזנטער חזירים וואָס האָבן געהערט צו דער קריסטלעך־קאַטוילישער מינדערהייט. בעת מען איז געשטאַנען אויף דער וואַך, אויב די שווײַן־עפּידעמיע באַווײַזט זיך אין עגיפּטן, וועט זי זיכער קומען פֿון די קאָפּטן, ווײַל זיי פּאַשען חזירים אין אַפֿגאַניסטאַן. האָט מען דעם איינציקן חזיר אין לאַנד, וואָס מען האָט געהאַלטן אויף אַ וויסטאַווקע (אויסשטעלונג) אין קאַבולער זאָאָלאָגישן גאָרטן, איזאָלירט פֿון צווישן די קאָזעס און הערשן און אים אַרײַנגעלייגט אין קאַראַנטין. לאָמיר נישט פֿאַרגעסן, אַז בײַ די אַראַבער איז עסן חזיר פֿאַרווערט.

און ווער נישט, אָבער מיר ייִדן געדענקען גאַנץ גוט ווי מען האָט זיך איזדיעקעוועט איבער אונדז און באַשולדיקט אונדז אין פֿאַרשפּרייטן די שוואַרצע מגפֿה אין אייראָפּע. דאָס איז פֿאָרגעקומען אין מיטלעלטער און אַוועקגעלייגט מיליאָנען מענטשן. בײַ אונדז זײַנען נאָך פֿאַרבליבן ווערטלעך און אידיאָמען פֿון יענער צײַט, ווי למשל:

"צו אַל די שוואַרצע יאָר," אָדער:

"אַ שוואַרץ יאָר אויף אים."

יענע עפּידעמיע האָט אָנגעהאַלטן אַ גאַנץ יאָר צײַט. אין דער אמתן האָט זי אָנגעהאַלטן לענגער. וואָס ווײַזט זיך אַרויס? ווער האָט געברענגט די שוואַרצע מגפֿה קיין אייראָפּע? דערוויס איך זיך, אַז די שוואַרצע מגפֿה האָט געבראַכט דער מאָנגאָל מיטן נאָמען "מאָנגע כאַהן", דאָס אייניקל פֿון "דזשענגיס כאַהן", וועלכער האָט זיך אַרויסגעלאָזט קיין בורמאַ אין דרײַצנטן יאָרהונדערט. אָנקומענדיק אַהין, האָבן זיך די מאָנגאָלישע קאַראַוואַנען אָנגעשטויסן אין שטשורעס (ראַצן), וועמענס פֿליי האָבן פֿאַרשפּרייט דעם באַציל פֿון דער שוואַרצער מגפֿה צווישן די מאָנגאָלישע רײַטער. אויפֿן וועג צוריק האָבן זיך די אָנגעשטעקטע שטשורעס מיטגעכאַפּט מיט די קאַראַוואַנען. דאָס איז געווען אין יאָר 1346, ווען זיי זײַנען אָנגעקומען אין דער געגנט פֿון שוואַרצן ים. פֿון דאָרטן האָבן זיך די אָנגעשטעקטע שטשורעס אַרויסגעלאָזט איבער די לענדער, שטעט און דערפֿער אין אייראָפּע און פֿאַרשפּרייט די שרעקלעכע שוואַרצע מגפֿה. האָט זיך דאָס פּרימיטיווע, פֿינצטערע אייראָפּע פֿון יענער צײַט גענומען גריבלען אין דער זאַך, און דערגאַנגען, אַז שולדיק אין דער שוואַרצער מגפֿה זײַנען די ייִדן, וועלכע האָבן פֿאַרסמט די ברינעמער און די וואַסערן. אַ סימן האָט איר, אַז זיי שטאַרבן נישט אויס אַזוי אָפֿט ווי ס׳רעשט פֿון דער אייראָפּעיִשער באַפֿעלקערונג.

איך דערמאָן זיך איצט, ווען איך בין געווען אין דער טשעכישער רעפּובליק, ערשט מיט אַ פּאָר יאָר צוריק, האָט מען געמאַכט אַן אויספֿלוג אין אַ שטעטעלע וואָס האָט געהייסן קוטנע־האָרע. דאָרט איז געשטאַנען אַ צונויפֿגעהאָפֿטענער מאָנאַסטיר, געמאַכט פֿון לויטער מענטשלעכע ביינער. אינעווייניק זײַנען געשטאַנען בענק, געהאָנגען שאַנדאָליערן, טירן און פֿענצטער. אַ גאַנצער בנין געמאַכט פֿון מענטשן־ביינער. האָט מען זיך גענומען גריבלען, היתּכן, וואָס קומט דאָ פֿאָר? ווי האָט מען געקענט אויפֿשטעלן אַזאַ מאָנאַסטיר אין מיטן אַ שטעטל? איז דער ענטפֿער געווען אַזאַ: ווען די שוואַרצע מגפֿה האָט זיך באַוויזן אין טשעכײַ, זײַנען אינעם שטעטל קוטנע־האָרע אויסגעשטאָרבן קרובֿ צו פֿופֿציק טויזנט נפֿשות. די מתים זײַנען אַזוי אָפּגעלעגן אין קופּעס ביז זיי האָבן זיך פֿאַרוואַנדלט אין ביינערדיקע סקעלעטן. ערשט דעמאָלט האָט מען פֿון זייערע ביינער אויסגעבויט דעם מאָנאַסטיר.

ווי געזאָגט, איז די שולד געפֿאַלן אויף ייִדן, פֿאַרשטייט זיך. ייִדן זײַנען געוואָרן די שׂעיר־לעזאָזלען (scapegoats) פֿאַר אַלע חלאַתן אין אייראָפּע, אַרײַנגערעכנט די שוואַרצע מגפֿה, וועלכע האָט זיך אָנגעהויבן אין יאָר 1349 און אָנגעגריפֿן מיליאָנען מענטשן. גליקל האַמיל אין אירע זכרונות (געבוירן געוואָרן אין יאָר 1646 אין האַמבורג) דערמאָנט די שוואַרצע מגפֿה. זי דערציילט:

"נאָך דעם איז געשען, אַז די ווילנער ייִדן זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון פּוילן (ליטע איז דעמאָלט געווען אונטער דער פּוילישער מאַכט). אַ סך פֿון זיי זײַנען געקומען קיין האַמבורג און מיטגעבראַכט מיט זיך אַן אָנשטענדיקע קרענק. אין יענער צײַט איז נישט געווען קיין שפּיטאָל אָדער אַנדערע הײַזער, וווּ מען זאָל אַרײַננעמען קראַנקע מענטשן. זײַנען בײַ אונדז אויפֿן בוידעם געלעגן אַרום צען קראַנקע לײַט, וואָס מײַן פֿאָטער האָט זיי אַלע אויסגעהאַלטן. אייניקע פֿון זיי זײַנען געזונט געוואָרן, אַנדערע זײַנען געשטאָרבן. איך און מײַן שוועסטער עלקעלע, זאָל לעבן, זײַנען דעמאָלט אויך געלעגן קראַנק. מײַן פֿרומע באָבע איז געגאַנגען צו די אַלע קראַנקע און צוגעזען אַז קיינער פֿון זיי זאָל נישט פֿילן קיין דוחק אין קיין שום זאַך!

כאָטש מײַנע עלטערן זײַנען דערפֿון נישט געווען צופֿרידן, האָט זיך מײַן באָבע נישט געלאָזט פֿאַרווערן און איז פֿון דרײַ ביז פֿיר מאָל אין טאָג אַרויפֿגעגאַנגען אויפֿן בוידעם צו די קראַנקע. צום סוף איז זי אַליין אויך געוואָרן קראַנק, איז אָפּגעלעגן צען טעג און איז דערנאָך געשטאָרבן, מיט אַ גוטן שם און אין אַ שיינעם עלטער. זי איז אַלט געוואָרן פֿיר און זיבעציק יאָר, אָבער זי איז נאָך געווען אַזוי פֿריש, גלײַך ווי זי וואָלט געווען אַ פֿרוי אין די פֿערציקער. דאָס ריידן אירס און די ווידויס וואָס זי האָט געזאָגט, דאָס קען מען נישט דערציילן. די שבֿחים אויף מײַן פֿאָטער און אירע דאַנקזאָגונגען פֿאַר אים לאָזן זיך נישט באַשרײַבן."

זעט אויס, אַז ייִדן פֿלעגן פֿאַר פּסח אָפּרוימען די תּבֿואה־זעק אויסרוימען פֿון די בוידעמס אין זייערע הײַזער. זײַנען די שטשורעס אַוועק מיט אַ טיר ווײַטער. די מגפֿה איז געשטאַנען אין פֿולן בלי פֿרילינגצײַט. ייִדן האָבן זיך אויך אָפֿט געבאָדן און געוואַשן די הענט. דערפֿון נעמט זיך, אַז ווייניקער פֿון זיי זײַנען אָנגעגריפֿן געוואָרן. מיט איין וואָרט, בײַ די גויים איז אויסגעקומען, אַז די ייִדן האָבן אויסגעמיטן די מגפֿה ווײַל זיי אַליין פֿאַרשפּרייטן זי. ווי עס זאָל נישט זײַן, שטייען מיר אויף דער שוועל פֿון אַ מגפֿה יעדע פּאָר יאָר, און יעדעס מאָל חידושן מיר זיך פֿון וואַנען האָט זי זיך גענומען.

ווי געזאָגט, זײַנען מיר הײַנט אַ גלאָבאַלע מענשטהייט. מיר האַנדלען און וואַנדלען מיט דער גאַנצער וועלט. די עראָפּלאַנען זײַנען הײַנט אונדזערע קאָטשלעך און ס׳נעמט אַ פּאָר שעה און מיר זײַנען אויף אַן אַנדער קאָנטינענט; טרעפֿן זיך מיט פֿאַרשיידענע קולטורן, מינהגים און טראַדיציעס. מיר עסן זייערע עסנס און מיר טרינקען זייערע וואַסערן. מיר קומען אין קאָנטאַקט מיט אַ שלל פֿון פֿעלקער. עס קומען אָן צו אונדז סחורות און עסנס פֿון כינע. מיר האַנדלען מיט אינדיע און פֿאָרן אויף קורערטער אין מעקסיקע. מיר פֿאָרן אויף "סאַפֿאַריס" אין אַפֿריקע. נישט איין מאָל שטעקט מען זיך אָן מיט אַ קרענק וואָס איז שווער פֿון איר פּטור צו ווערן.

איז וווּ זשע האַלטן מיר? די מעדיקער זאָגן אונדז אָן: בײַם באַגריסן זיך, נישט געבן זיך די הענט; בײַם ניסן און הוסטן פֿאַרשטעלן זיך דאָס מויל און דער עיקר וואַשן זיך אָפֿט די הענט. מיר זײַנען פֿון די געבענטשטע. אַמעריקע זאָרגט פֿאַר אונדז און גרייט צו אײַנשפּריצונגען קעגן דער מגפֿה. ס׳רעשט מוז מען וויסן ווי צו פֿירן זיך אין אַן עת־צרה. האָפֿנטלעך וועט דאָס אויך איבערגיין.