|
דער בדחן בײַם סקלאָיער שטיבל אין באָראָ־פּאַרק |
Credit: Ezra Glinter |
דאָס יאָר האָט דער יום־טובֿ פּורים זיך אָנגעהויבן אַ ביסל פֿריִער, ווײַל פֿינף טעג פֿאַר פּורים, שבת־צו־נאַכטס, דעם 3טן מאַרץ, האָט די אָרגאַניזאַציע "ייִדן פֿאַר עקאָנאָמישן און סאָציאַלן יושר" געפּראַוועט פּורים אין אַן אינדוסטריעלן סקלאַד אין אַ געגנט פֿון ברוקלין וואָס איז באַקאַנט פֿאַר אירע פֿאַבריקן, אָבער נישט ווי אַן אָרט צו וווינען. פֿון דעסטוועגן, נישט געקוקט אויף די פּוסטע, פֿינצטערע גאַסן איז געקומען אַ גרויסער עולם, עטלעכע הונדערט יונגע־לײַט, צו דער שׂימחה, און ס׳רובֿ אָנטיילנעמער האָבן זיך פּורימדיק פֿאַרשטעלט.
ווי אַ פֿאַרווײַלונג, האָט מען אויפֿגעפֿירט אַ פּורים־שפּיל אויף ענגליש, "דײַנע המן־טאַשן הרגענען מיך אַוועק"; אַ ספּעקטאַקל מיט אַ פּראָגרעסיוון סדר־היום, געשריבן און רעזשיסירט פֿון דזשעני ראָמיין. די שפּיל האָט מיט הומאָר אַרויסגעהויבן פֿאַרשיידענע סאָציאַלע פּראָבלעמען אין דער ניו־יאָרקער געזעלשאַפֿט, און נישט געלאָזט דעם עולם פֿאַרגעסן, אַז זיי זענען מחויבֿ צו העלפֿן. אינעם מוזיקאַלישן טייל האָט מען געהערט ייִדיש, ווען דער קאַפּעלמײַסטער, אַבֿי פֿאָקס־ראָזען, האָט געזונגען מיטן עולם "באַלעבאָסטע זיסינקע" און אַנדערע ייִדישע לידער.
צו הערן די מגילה, ערבֿ פּורים, זענען געפֿאָרן מײַן פֿרוי נחמה און איך צו דער אַזוי־גערופֿענער "6טער גאַס־שיל" אין מאַנהעטן, וווּ דער אָרטאָדאָקסישער רבֿ איז גרעג וואָל, אַ באַקאַנטער דזשעז־סאַקסאָפֿאָניסט. פֿאַר אים איז דער פּורים טאַקע געווען אַ יום־טובֿ: ער האָט קוים מיט צרות נאָך פֿאַרשיידענע פּראָצעסן אין געריכט, באַקומען דאָס רעכט אָנצופֿירן מיט דער שיל, נאָך דעם ווי אַ גרופּע פֿונעם מנין, אָנגעפֿירט פֿון חב״דניקעס, האָבן זיך אַרויסגעשטעלט ווי די אמתע באַלעבאַטים פֿון דער סינאַגאָגע. דער לעגאַלער קאַמף, הער איך, האָט זיך נאָך אין גאַנצן נישט געענדיקט...
נאָכן לייענען די מגילה, האָט זיך דער מנין משׂמח געווען מיט עסן, מוזיק און טענץ. דער קלאַרנעטיסט אַלעקס קאָנטעראָוויטש, פּײַקלער אַהרן אַלעקסאַנדער, זינגער מיישקע אַלפּערט און אַנדערע מוזיקער, צווישן זיי, צוויי פּײַקלער פֿון מערבֿ־אַפֿריקע, האָבן אונדז מהנה געווען.
|
אין "אמונת־ישׂראל" גייט מען אַ טענצל |
Credit: Ezra Glinter |
נאָך דער סעודה, דאָנערשטיק, דעם 8טן מאַרץ, האָב איך זיך געטראָפֿן מיט אַ גרופּע חבֿרים אין באָראָ־פּאַרק, ברוקלין, וווּ מיר קומען זיך צונויף יעדעס יאָר צו פֿאַרברענגען דעם אָוונט מיט די חסידים. איך בין אָנגעקומען אַ ביסל פֿריִער, און דער ערשטער וואָס איז געקומען זיך צו באַטייליקן אין דער אונטערנעמונג מיט אונדז איז געווען אַנטאָני ראָסעל, אַן אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער זינגער פֿון ייִדישע לידער, וואָס האָט זיך מגייר געווען. ראָסעל, אַ טרענירטער אָפּערע־זינגער, האָט צום ערשטן מאָל געזונגען אַ קאָנצערט אויף ייִדיש בײַם "שלום־עליכם־קולטור־צענטער" אין בראָנקס. ער האָט זיך פֿאַרליבט אינעם געזאַנג און רעפּערטואַר פֿון סידאָר בעלאַרסקי, און האָט אויפֿן עולם אין בראָנקס געמאַכט אַ גוטן רושם; זײַן ייִדיש איז געווען אין גאַנצן קאָרעקט. אָבער ווען איך האָב אים דערזען האָב איך בײַ זיך געטראַכט, און זיך געזאָרגט: ווי וועלן די חסידים אים אויפֿנעמען? מײַן זאָרג איז, ווײַזט אויס, געווען אומזיסט. ווען און וווּ נאָר מע האָט אָנגעהויבן גיין אַ טענצל אין די חסידישע שטיבלעך, האָט מען אים אַרײַנגענומען אין קאָן. איינער פֿון די רביים האָט אים אַפֿילו געבענטשט. אונדזער גרופּע איז געוואַקסן במשך פֿונעם אָוונט, ביז זי איז באַשטאַנען פֿון אַכט מענטשן אין צאָל. די קלעזמער־קלאַרנעטיסטקע דאָבע רעסלער איז געקומען פֿון באָסטאָן, ווי זי טוט יעדעס יאָר, זיך צו באַטייליקן.
מיר האָבן אָנגעהויבן אונדזער "עקספּעדיציע" מיטן גרויסן באָבאָווער בית־מדרש, וואָס מע רופֿט הײַנט מיטן צונאָמען "באָבאָוו 48", ווײַל ער געפֿינט זיך אויף דער 48סטער גאַס. די "אַנדערע" באָבאָווער גרופּע, אויך נישט קיין קליינע, וואָס האָט זיך אָפּגעשפּאָלטן נאָך דעם ווי דער רבי איז ניפֿטר געוואָרן, רופֿט מען "באָבאָוו 45", ווײַל די גרופּע טרעפֿט זיך אויף דער 45סטער גאַס. אַרום 7:00 אין אָוונט איז אַ בדחן אויפֿגעטראָטן פֿאַרן באָבאָווער רבין מיט אָריגינעלע גראַמען און לידער, און דער עולם וואָס איז באַשטאַנען פֿון פֿינף אָדער זעקס הונדערט חסידים, האָט מיטגעזונגען. דער רבי האָט אויסגעזען צופֿרידן, איז דער עולם אויך געווען צופֿרידן.
דערנאָך זענען מיר געקומען אַ ביסל צו פֿרי צו הערן דעם ראָש־ישיבֿהס פּורים־דרשה אין דער ישיבֿה "אמונת־ישׂראל", אָבער דערפֿאַר האָבן מיר דאָרטן אַרײַנגעכאַפּט אַ טענצל. קיין מוזיקער האָבן דאָרטן נישט געשפּילט, נאָר אַ קאָמפּאַקטל־שפּילער, און דאָס איז שוין לאַנג, צום באַדויערן, די טענדענץ הײַנט אין די פֿרומע קרײַזן. אַ פֿידלער זעט מען שוין נאָר איין מאָל אין אַ יובֿל.
|
די פּורים־שפּיל בײַ באָבאָוו |
Credit: Ezra Glinter |
אינעם סקאָליער שטיבל האָבן מיר אָנגעהויבן צו גיין מיט דרײַ יאָר צוריק; אַ קליינע גרופּע וואָס פּורים שיכּורט זיך גוט אָן. ווען מיר זענען געקומען האָט אַ בדחן געלייענט זײַנע גראַמען פֿאַרן רבין, און צום ערשטן מאָל, האָב איך געהערט אַ טראַדיציאָנעלן פּורים־קידוש, אַ פּאַראָדיע פֿונעם שבתדיקן קידוש. פֿאַרשיידענע וואַריאַנטן פֿונעם פּורים־קידוש האָב איך געהאַט געלייענט, אָבער קיין מאָל נישט געהערט פּורים בײַ דער שׂימחה. איין מענטש אין עולם, אין גאַנצן פֿאַרשניאָשקעט, האָט נישט געהאַט קיין געדולד פֿאַרן בדחן און זײַנע "שטותים", און האָט אויסגעשריִען "שוטה!" און "עם־הארץ!". ווען מען איז צוגעגאַנגען צו אים און אים געבעטן צו האַלטן דאָס מויל, האָט ער געזאָגט, אַז מיט די ווערטער דריקט ער אויס זײַנע סענטימענטן וועגן זיך אַליין, נישט וועגן דעם בדחן...
צום ערשטן מאָל האָבן מיר באַזוכט דאָס וויזשניצער שטיבל. כאָטש איך אַליין שטאַם פֿון די וויזשניצער חסידים, איז מיר דאָס נישט אײַנגעפֿאַלן פֿריִער, ווײַל די וויזשניצער רביים וווינען נישט אין באָראָ־פּאַרק, נאָר אין בני־ברק און מאָנסי. אָבער אָן אַ רבי האָט מען סײַ־ווי פֿאַרבעטן אַ בדחן, אַ באַקאַנטער אין די קרײַזן, וואָס האָט דערציילט וויצן, ווי אַ קאָמיקער אויף טעלעוויזיע. ווי למשל: "איך טראָג מיט זיך אַלע מאָל מיט אַ פּאַראַשוט, אויב חלילה איך דאַרף עס אַמאָל האָבן. ווען איך האָב אים געקויפֿט האָט מען מיר פֿאַרזיכערט, אַז אויב ער עפֿנט זיך נישט, וועל איך צוריקבאַקומען דאָס געלט".
געוויינטלעך, פֿאַרענדיקן מיר אונדזער פּורים־עקספּעדיציע בײַ די סקולענער חסידים. דער רבי איז דער לעצטער רומעניע־געבוירענער גוטער־ייִד אין אַמעריקע, און צו אים קום איך שוין דרײַסיק יאָר יעדן פּורים. איך האָב נאָך פֿאַרבראַכט פּורים בײַ זײַן טאַטן אליעזר־זושאַ פּאָרטוגאַל ז״ל. דער בדחן, בנימין, איז אויפֿגעטראָטן דאָס יאָר, ווי אַלע מאָל, און די שטימונג איז געווען אַ גוטע, אפֿשר אַ קאַפּיטשקע שטילער ווי פֿאַר אַ יאָרן.
צוויי אַ זייגער בײַ נאַכט, ווי זאָלן מיר גיין איצט? צי גייט נאָך אָן אַ פּורים־שפּיל? זענען מיר צוריקגעגאַנגען צו "באָבאָוו 45" און געזען עטלעכע סצענעס פֿון דער שפּיל "דער גולם פֿון פּראָג"; אַ שפּיל סײַ מיט פֿיזישן הומאָר, סײַ מיט העלדישקייט, סײַ מיט אַ מוסר־השׂכּל. אַזוי איז געשלאָסן געוואָרן דער לאַנגער אָוונט. נישט שלעכט, האָב איך געמאַכט אַ חשבון — פֿיר בדחנים, איין פּורים־שפּיל, און אַ טענצל דערבײַ. נישט אומזיסט וואַרט איך אויף פּורים אַ גאַנץ יאָר!