‫רעפּאָרטאַזשן
בײַם "טעמפּל פֿון ליטעראַטור"

אַ קליין לענדעלע וואָס האָט אַזוי פֿיל געליטן אין איר געשיכטע, איין מלחמה נאָך דער צווייטער; און דאָס פֿאָלק איז כּסדר אונטערגעדריקט געוואָרן פֿון דרויסנדיקע פֿעלקער — ניין, נישט ארץ־ישׂראל, מיין איך דאָ, נאָר, להבֿדיל, דאָס לאַנד וויעטנאַם, אין דרום־מיזרח אַזיע. ווען מיר האָבן געמאַכט דעם פּלאַן צו זען אונדזער וועלט־רײַנזדיקע טאָכטער, האָבן מײַן פֿרוי, נחמה, און איך באַשלאָסן, אַז וויעטנאַם מוזן מיר באַזוכן. די וויעטנאַמער מלחמה האָט דאָך פֿאַרנומען אַזאַ וויכטיק אָרט אין אונדזער יוגנט,

‫רעפּאָרטאַזשן
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער מחבר קריגט אַ מציאה אין מאַרק

מיט פֿופֿצן יאָר צוריק, דעם 28סטן יאַנואַר 1994, האָט הלל האַלקין, דער באַקאַנטער ישׂראלדיקער זשורנאַליסט און פֿילאָלאָג, אַנטפּלעקט אין דעם ענגלישן "פֿאָרווערטס" אַ שטיקל סענסאַציע, דהײַנו: אַז מוסטאַפֿאַ קעפֿאַל אַטאַטורק (1881—1938), דער טאַטע פֿון דער מאָדערנער טערקישער מלוכה אויפֿגעבויט אין די פֿריִע 1920ער יאָרן אויף די חורבֿות פֿון דער אָטאָמאַנער אימפּעריע, איז, משמעות, געווען אַ ייִד, אָדער כּמעט אַ ייִד.

‫רעפּאָרטאַזשן, קהילה־לעבן
די נײַע חב״ד-שיל

אַסטאַנע, קאַזאַכסטאַן (ייִט״אַ) — דינה איטקינאַ, אַן אײַנוווינערין פֿון קאַזאַכסטאַן, האָט שוין נישט איין מאָל דורכגעמאַכט אַ לאַנגן מהלך פֿון הונדערטער קילאָמעטער, כּדי זיך צו באַטייליקן אין אַ ייִדישער אונטערנעמונג. די נסיעה אינעם שכנישן לאַנד, אוזבעקיסטאַן, האָט אָבער געמאַכט אויף דער יונגער פֿרוי אַ באַזונדערס שטאַרקן רושם.

מיט זיבן יאָר צוריק, האָט איטקינאַ, דעמאָלט אַ זיבעצן־יעריק מיידל, זיך געלאָזט אויף דרום, פֿון איר היימשטאָט, קאָקטשעטאַוו, קיין אַלמאַטי — די גרעסטע שטאָט אינעם לאַנד.

‫רעפּאָרטאַזשן
דער מחבר אין אַ שיל אין קאָנקאַן, לעבן באָמביי, פֿעברואַר 2007

ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרווערטס": פּערזענלעכער רעפּאָרטאַזש פֿון מלך ווישוואַנאַט

ד״ר מלך ווישוואַנאַט איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון פֿינאַנצן אין דער "לובין־געשעפֿט־שול" בײַם פּייס־אוניווערסיטעט, ניו־יאָרק, און אַ "פֿאָרווערטס"־לייענער


נאָכן אַטאַק אויפֿן חב״ד־הויז אין באָמביי (הײַנט באַקאַנט ווי מומבײַ), אינדיע, פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך, בין איך געזעסן אין מײַן ביוראָ און צוגעגרייט מײַן לערן־פּלאַן פֿאַר דער קומעדיקער וואָך, ווען מײַן פּלימעניק, נפֿתּלי איידלמאַן, האָט אָנגעקלונגען און מיר געזאָגט, אַז חב״ד זוכט מענטשן, וואָס קענען עטלעכע אינדישע שפּראַכן, כּדי צו פֿאַרשטיין די ידיעות אין דער אינדישער פּרעסע.

‫רעפּאָרטאַזשן
די וווּלקאַנען הויערן איבער די שטעטלעך פֿון גוואַטאַמאַלע

אונדזער נסיעה קיין גוואַטעמאַלע איז געווען דאָס ערשטע מאָל, וואָס איך בין געפֿאָרן קיין צענטראַל־אַמעריקע. אונדזער טעכטערל, אסתּרל, האָט באַשלאָסן צו נעמען אַ יאָר פֿרײַ פֿון אוניווערסיטעט דאָס יאָר, כּדי צו זען די וועלט, איידער זי גייט ווײַטער אָן מיט אירע שטודיעס. זי האָט געפֿאָרשט דורך אינטערנעץ חדשים לאַנג, וווּ אָנהייבן איר נסיעה, און געפֿונען, אַז אינעם לענדל גוואַטעמאַלאַ קען מען אי וווינען זייער ביליק, אי געפֿינען פּראָגראַמען צו שטודירן שפּאַניש און העלפֿן דער אָרטיקער אָרעמער באַפֿעלקערונג אין דער זעלביקער צײַט.

‫רעפּאָרטאַזשן
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מע קען זאָגן, אַז אין רומעניע בין איך ביז אַהער ניט געווען, אויב ניט רעכענען די עטלעכע שעה אין 1990. דעמאָלט זײַנען מיר, מײַן ווײַב און איך, געפֿאָרן קיין בולגאַריע און די באַן איז אין משך פֿון עטלעכע שעה גע­בליבן שטעקן אויף דער רומענישער טערי­טאָריע. מע האָט אונדז געבעטן פֿאַר­מאַכן אַלע פֿענצטער, כּדי ניט האָבן צו טאָן מיט די הונדערטער בעטלערס, דער עיקר, צי­גײַנער­שע קינדער, וועלכע האָבן זיך אויסגע­שטעלט פּאַזע די רעלסן. אָבער געבעטן האָבן אויך די זעלנער-גרענעצלער. זיי האָבן עס קאָמבינירט מיט קאָנטראָלירן אונדזערע פּעסער.

‫רעפּאָרטאַזשן
די אויפֿשריפֿט אויף מײַן עלטער־זיידנס (יונה פֿישבאַך) מצבֿה אין זוויניעטשקע

זיבעטער טייל — באַמערקונגען און פֿאַרגעסענע מאָמענטן

צוליב אַ דוחק אין פּלאַץ אויף דער געדרוקטער זײַט, זענען געוויסע מאָמענטן אָדער אָבסערוואַציעס אַרויסגעפֿאַלן פֿון דער סעריע אין די פֿריִערדיקע זעקס וואָכן. האָב איך געבעטן נאָך אַ קאַפּיטל, כּדי צו דער­ציילן דעם לייענער נאָך עטלעכע מאָמענטן, קאָמענטאַרן, ווײַזן נאָך עטלעכע בילדער, וואָס זענען נישט אַרײַן ביז אַהער.

‫רעפּאָרטאַזשן
אויסשטעלונג לכּבֿוד דעם וואָלטשענעצער ייִדישן מאָלער, לאָניע קאָפּעלמאַן

פֿינפֿטער טייל — וואָלטשענעץ

אויף דער מאַפּע קען מען קוים גע­פֿינען דאָס דערפֿל, וואָלטשענעץ, וווּ מײַן עלטער־פֿעטער, סרול (ישׂראל) גאָטעסמאַן, האָט געהאַט זײַן קרעטשמע. האַרט בײַ דער רומענישער גרענעץ, אויף דרום פֿון טשער­נאָוויץ, געפֿינט זיך דער ייִשובֿ, וואָס הײַנט הייסט ער "סטאַרי (אַלט)־וואָווטשענעץ". להיפּוך צו אונדזער באַזוך אויפֿן בית־עולם אין זוויניעטשקע מיט אַ טאָג פֿריִער, האָב איך געוווּסט, אַז אונדזער איבערלעבונג אין דאָרף וועט זײַן אַנדערש.

‫רעפּאָרטאַזשן, קהילה־לעבן
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט זיך געעפֿנט אין ישׂראל דער 67סטער יערלעכער ביכער־יריד. במשך די פֿאַרגאַנגענע יאָרן האָט דער דאָזיקער יריד זיך שטאַרק אַנט­וויקלט אין פֿאָרעם, אין איכות און אין מהות. פֿון “שבֿוע הספֿר העבֿרי" — אַ וואָך פֿון העברעיִשן בוך, איז עס פֿאַרוואַנדלט גע­וואָרן אין אַ יריד פֿון אַ גאַנצן חודש.

‫רעפּאָרטאַזשן
פֿון איציק גאָטעסמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
בײַם שטיין פֿון מײַן עלטער־זיידן,יונה (בן חיים) פֿישבאַך ז״ל

געווען אַ מאָל איז אַ שטעטל
בײַם ברעג פֿון נעסטער אין טאָל
אײַנגעוויקט אין חלומות
געווען אַזאַ שטעטל אַמאָל
("געווען אַמאָל איז אַ שטעטל" פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן)


ווען איך האָב געטראַכט מיט אַ יאָר צוריק וועגן דער נסיעה קיין אוקראַיִנע, האָב איך שוין דעמאָלט זיך פֿאָרגעשטעלט וואָס פֿאַר אַ נס, ס‘וואָלט געווען, ווען איך געפֿין מײַן עלטער־זיידנס קבֿר אינעם בוקעווינער שטעטל, וואָס מיר רופֿן אין אונדזער משפּחה — דאָס "וויגעלע" פֿון די גאָטעסמאַנס, זווי­ניעטשקע, בײַם טײַך נעסטער.

‫רעפּאָרטאַזשן
פֿון איציק גאָטעסמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אָנדענק־שטיין נאָך די קרבנות פֿונעם חורבן

דער ייִדישער טוריסט, וועלכער פֿאָרט הײַנט צוריק צו דער "אַלטער היים", פֿאַר­שטייט שוין אַליין, אַז ער וועט אפֿשר מער פֿאַר­ברענגען מיט די טויטע, ווי מיט די לעבעדיקע. איך האָב אַוודאַי געוואָלט פֿאָרן זען דעם בית־עולם אין טשערנעוויץ, אָבער איך האָב געוווּסט, אַז מײַן נאָענסטע משפּחה וועל איך דאָרטן נישט געפֿינען. דער מאַמעס טאַטן, בנימין שעכטער, האָט מען פֿאַרשיקט, אַן אומשולדיקן, אין 1941 אין אַ גולאַג מיט קרימינאַלניקעס, און זיי האָבן אים דערשלאָגן אויף טויט.

‫רעפּאָרטאַזשן
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מײַמאָנידס דענקמאָל אין קאָרדאָבאַ

מײַן ווײַב פֿאַרשטייט ניט קיין חכמות ווען די רייד גייט וועגן זומער-וואַקאַציעס: עס דאַרף זײַן בײַ אַ ים אָדער, אין ערגסטן פֿאַל, בײַ אַ טײַך צי אַן אָזערע. אַנ­דערש, אָן שווימען, הייסט עס ניט בײַ איר "וואַקאַציעס". מיט פֿופֿצן יאָר צוריק, ווען ס׳איז געקומען אונדזער ערשטער פֿולער זומער אין ענגלאַנד, האָבן מיר זיך געלאָזט קיין שפּאַניע. דאָס איז געווען אונדזער ערשטע דערפֿאַרונג, וועלכע מיר האָבן באַקומען פֿון אַ "פּעקעדזש-האָלידיי", דאָס הייסט, ווען מע קויפֿט אַלץ צוזאַמען; אַזאַ "פּאַקעט" איז כּולל אי די רײַזע, אי די פֿאַרזיכערונג, אי די דירה, אי דאָס עסן.