די אויפֿשריפֿט אויף מײַן עלטער־זיידנס (יונה פֿישבאַך) מצבֿה אין זוויניעטשקע |
זיבעטער טייל — באַמערקונגען און פֿאַרגעסענע מאָמענטן
צוליב אַ דוחק אין פּלאַץ אויף דער געדרוקטער זײַט, זענען געוויסע מאָמענטן אָדער אָבסערוואַציעס אַרויסגעפֿאַלן פֿון דער סעריע אין די פֿריִערדיקע זעקס וואָכן. האָב איך געבעטן נאָך אַ קאַפּיטל, כּדי צו דערציילן דעם לייענער נאָך עטלעכע מאָמענטן, קאָמענטאַרן, ווײַזן נאָך עטלעכע בילדער, וואָס זענען נישט אַרײַן ביז אַהער.
בודאַפּעשט
במשך פֿון דער סעריע האָב איך באַקומען פּאָזיטיווע אָפּרופֿן פֿון לייענער און איך דאַנק זיי. אָבער... געוויסע טעותן צו מיר האָבן זיך אַרײַנגעכאַפּט, וויל איך זיי איצט אויסבעסערן. פּראָפֿ׳ וועראַ סאַבאָ פֿון מישיגינער אוניווערסיטעט האָט מיר אָנגעוויזן, אַז די בודאַפּעשטער ייִדן האָט מען נישט פֿאַרשיקט קיין אוישוויץ, ווי איך האָב געהאַט געשריבן. הונדערטער טויזנטער אונגערישע ייִדן מחוץ דער שטאָט, אין דער פּראָווינץ, האָט מען טאַקע יאָ פֿאַרשיקט און זיי זענען אומגעקומען, אָבער די בודאַפּעשטער ייִדן נישט. הונדערטער ייִדן אין דער שטאָט זענען געשטאָרבן אָדער דערהרגעט געוואָרן אין דער געטאָ, נישט אין לאַגער.
פּראָפֿ׳ סאַבאָ האָט גאָרנישט געזאָגט וועגן מײַן אײַנדרוק, אַז מען איז נישט אַזוי פֿרײַנדלעך אין איר היימשטאָט, אָבער איך בין זיכער, אַז זי איז נישט געווען צופֿרידן מיט דער באַמערקונג. וויל איך נאָר אַרויסהייבן, אַז כאָטש ס‘איז דאָ אַ ווערטל "אַ גאַסט אויף אַ ווײַל, זעט אויף אַ מײַל", קען דער טוריסט נאָר גיבן אויבנאויפֿיקע אײַנדרוקן וועגן געוויסע זאַכן; אַמאָל טרעפֿט ער, אַמאָל נישט. טאָ דאַרף מען נישט נעמען צום האַרצן אַלע קריטישע אַרויסזאָגונגען מײַנע. די גאַנצע וועלט טראַכט, אַז די ניו־יאָרקער זענען פּראָסטע לײַט, אָן קיין העפֿלעכקייט — נו, זאָלן זיי אַזוי ווײַטער טראַכטן און רופֿט מיך קנאַקניסל.
אין דעם הויז אין זוויניעטשקע האָבן אפֿשר געוווינט מײַנע טאַטע־מאַמע אין 1941, בײַם אויסברוך פֿון דער מלחמה |
נאָך אַ טועת וואָס האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט אין דעם טייל — מײַנע קרובֿים, די מוזיקער טשאַרנע שעכטער און בנימין שעכטער, האָבן מיך געפֿרעגט "ווי האָט דער קאָמפּאָזיטאָר פֿראַנץ שובערט געקענט שפּילן אין דער דאָהאַני־שיל, וואָס איז אויפֿגעבויט געוואָרן אין די 1850ער יאָרן, אויב ער איז געשטאָרבן אין 1828?" זייער אַ גוטע פֿראַגע, און איך קען שוין נישט געפֿינען דעם מקור פֿון דער פֿאַלשער אינפֿאָרמאַציע.
אין דער בוקעווינע
די ווײַטערדיקע צוויי עפּיזאָדן וועלן באַווײַזן ווי טוריסטן אין אוקראַיִנע ווערן נישט אַלע מאָל באַהאַנדלט ווי אַריסטאָקראַטן. בײַ אַ רעסטאָראַן לעבן דער זוויניעטשקע, וווּ מיר זענען שטיין געבליבן צו עסן מיטיק, האָט אונדזער יונגער חבֿר מאָטל גאָרדאָן גערעדט וועגן עפּעס אַן ענין און גערעדט האָט ער, ווי עס פֿירט זיך בײַ ייִדן, מיט די הענט. האָט גאָט געהאָלפֿן און מיט איינער פֿון זײַנע באַוועגונגען האָט ער איבערגעקערט אַ גלעזל און עס צעבראָכן. מילא, עס טרעפֿט זיך. אָבער, צום סוף בײַם באַקומען די רעכענונג האָט מען צוגעטשעפּעט 8$ פֿאַרן צעבראָכענעם גלעזל, וואָס האָט זיכער געקאָסט נישט מער ווי אַ דאָלער, אפֿשר צוויי, אָבער — גיי טענהט זיך אויס אין אַ פֿרעמד לאַנד פֿאַר אַזאַ נאַרישקייט.
אין טשערנעוויץ האָבן מיר געגעסן אַ פֿײַנע וועטשערע אין אַ רעסטאָראַן אויף דער "העררען גאַס", און מײַן פֿרוי, נחמה, אַ וועגעטאַריאַנערין, האָט באַשטעלט פֿיש. ווען ס‘איז געקומען די צײַט צו באַצאָלן, זעען מיר, אַז עפּעס שטימט נישט מיט דער רעכענונג, און מיר רופֿן צו דעם קעלנער אונדז צו געבן צו פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס דער סך־הכּל איז אַזוי פֿיל טײַערער. זאָגט ער אונדז, אַז דער פֿיש האָט געווויגן אַזוי פֿיל און אַזוי פֿיל גראַם, און לויטן גראַם קאָסט עס 15$. לויט אונדזער רעכענונג, און לויטן מעניו, האָט דער פֿיש געקאָסט 5$. נו, האָבן מיר געטראַכט, צום ערשטן מאָל באַצאָלט מען פֿאַר אַ פֿיש לויטן וואָג! אָבער אַפֿילו מיט דער שווינדלערײַ, איז דער פֿיש נישט געווען טײַערער ווי אין ניו־יאָרק, האָט נחמה געזאָגט "לאָז מײַנס איבערגיין" און מיר האָבן באַצאָלט.
וועגן דער זוויניעטשקע — ווען מע רעדט מיט עלטערע ייִדן פֿון מיזרח־אייראָפּע, הערט מען, אַז "מײַן שטעטל איז געווען אַזוי גרויס ווי אַ גענעץ", אָדער ווי מײַן באָבע האָט דאָס אויסגעדריקט "אַז סע פֿאָרט אַרײַן אַ וואָגן, בלײַבט ער שטיין מיטן דישל אין איין זײַט שטעטעלע און מיט די רעדער פֿון דער צווייטער". אין אַמעריקע איז דער באַגריף "שטעטל" געוואָרן אַ סטערעאָטיפּ, דאָס הייסט, אַז אַלע שטעטלעך אין דער מאָדערנער פֿאַנטאַזיע האָבן איין פּנים — קליין, גרויס — אַלץ ווערט געדעקט מיטן וואָרט "שטעטל".
די מצבֿה פֿון אַ בתולה, אָפּגערוקט פֿון די אַנדערע, מיט אַ קרײַז־סימבאָל |
אָבער ווען איך האָב דערזען זוויניעטשקע, האָב איך פֿאַרשטאַנען וואָס סע הייסט "אַ קליין שטעטל". ס‘איז בכלל אַ וווּנדער, וואָס אַזאַ שטעטל איז אויפֿגעקומען אינעם טאָל צווישן צוויי בערג. דער שטח צווישן די בערג איז אַ גאָר שמאָלער; ס׳איז נאָר דאָ אָרט פֿאַר איין ריי הײַזער אויף איין זײַט פֿונעם וועג, און פֿאַר אַ צווייטער ריי הײַזער אויף דער אַנדערע זײַט. קיין פּלאַץ אויף הינטערשטע גאַסן אָדער געסלעך איז נישטאָ, ווײַל דער טיפֿער, שטיינערנער באַרג הייבט זיך באַלד אָן אין יעדן הויף. אַפֿילו "דאָס דאָרף" פֿון מײַן עלטער־פֿעטער, וואָלטשענעץ, האָט פֿאַרנומען אַ גרעסערן שטח ווי "דאָס שטעטל", זוויניעטשקע.
דער עמאָציאָנעלער הויכפּונקט פֿון אונדזער נסיעה איז, בלי־ספֿק, פֿאָרגעקומען בײַם געפֿינען דעם עלטער־זיידנס מצבֿה. די פֿאָטאָגראַפֿיע וואָס מיר האָבן געדרוקט, האָט נישט קלאָר באַוויזן די אויפֿשריפֿט, האָבן מיר געפֿונען אַ קלאָרן בילד די וואָך. די גרייס פֿונעם הייליקן אָרט האָט אָפּגעשפּיגלט די קליינקייט פֿון זוויניעטשקע, און אויך די געשיכטע, ווײַל קיין מצבֿות עלטער פֿונעם 19טן יאָרהונדערט האָט מען נישט געפֿונען. די ייִדן האָבן געלעבט אין שטעטל אַן ערך נאָר 150 יאָר, און מיטן חורבן האָט זיך דאָס ייִדישע קאַפּיטל פֿון זוויניעטשקע טראַגיש געענדיקט. דער פֿאַקט, וואָס מײַן באָבע ליפֿשע האָט באַוויזן צו שרײַבן זכרונות וועגן שטעטל וועל איך תּמיד אָפּשאַצן אַפֿילו מער ווי פֿריִער. די היסטאָרישע וויכטיקייט צו שרײַבן און דרוקן אַזוינע זכרונות, ווי מיר זעען אין דער רובריק פֿון בריוו אין "פֿאָרווערטס", קען מען נישט גענוג אונטערשטרײַכן.
איך האָב געשריבן, אַז מײַן עלטער־זיידנס מצבֿה האָט מען אַוועקגעשטעלט אַ ביסל אָפּקגערוקט פֿון די אַנדערע, ווײַל ער איז געשטאָרבן פֿון כאָלערע. נאָך איין מצבֿה איז געשטאַנען לעבן זײַנער — פֿון אַ "בתולה", וועלכע איז אויך, זעט אויס, געשטאָרבן פֿון אַן אומנאַטירלעכן טויט. דער סימבאָל אויף איר מצבֿה איז פּשוט אַ קרײַז, און דאָס איז אַ טשיקאַווע פֿראַגע פֿאַרוואָס. אין אַן אַקאַדעמישן בילדער־אַלבאָם פֿון ייִדישע מצבֿות פֿון אוקראַיִנע און מאָלדאָווע האָב איך געזען נאָך אַ מצבֿה פֿון אַ בתולה מיט אַזאַ סימבאָל. דער רעדאַקטאָר, באָריס סאַנדלער, האַלט, אַז דער קרײַז שטעלט מיט זיך פֿאָר די גאַנצקייט פֿון דער בתולה און דאָס לייגט זיך אויפֿן שׂכל.
ווען איך האָב אויסגעפֿאָרשט דעם סימבאָל אויף מײַן עלטער־זיידנס מצבֿה — אַ לייב מיט זײַן וועדל אין מויל — האָב איך אײַנגעזען, אַז די וויסנשאַפֿט פֿון פֿאַרשטיין די ייִדישע סימבאָלן אויף די מצבֿות איז אַ נײַע און קיין צופֿרידנשטעלנדיקע ענטפֿערס אויף מײַנע קשיאות האָב איך נישט געפֿונען. איך האָב געשריבן אַ מומחה אין דעם פֿעלד, האָט ער געענטפֿערט, אַז מע געפֿינט פֿאַרשיידענע חיות מיטן עק אין מויל (פֿיש, הירש), איז די מצבֿה פֿון יונה פֿישבאַך נישט אַזאַ חידוש. האָב איך געענטפֿערט — אָבער אין דעם פֿאַל ווייסט מען ווי דער ייִד איז געשטאָרבן, און די אַנדערע חיות מיטן עק אין מויל מיינען דאָך אַנדערע זאַכן (דער פֿיש מיטן עק אין מויל איז דער לויתן). איך גיי ווײַטער אָן מיט מײַן פֿאָרש־אַרבעט אויף דער טעמע.
נאָך דער נסיעה האָב איך געמאַכט אַ פּלאַן צו פֿאָרן צוריק צו די שטעטלעך פֿון מײַן מאַמעס צד אין מיזרח־גאַליציע און זוכן די רעשטעלך פֿון אונדזער משפּחה אויך דאָרטן. לאָמיר אַלע זײַן געזונט און בלי־נדר וועלן מיר לייענען וועגן אַ צווייטער רײַזע.