|
די נײַע חב״ד-שיל |
מײַקל דזשאָרדען |
אַסטאַנע, קאַזאַכסטאַן (ייִט״אַ) — דינה איטקינאַ, אַן אײַנוווינערין פֿון קאַזאַכסטאַן, האָט שוין נישט איין מאָל דורכגעמאַכט אַ לאַנגן מהלך פֿון הונדערטער קילאָמעטער, כּדי זיך צו באַטייליקן אין אַ ייִדישער אונטערנעמונג. די נסיעה אינעם שכנישן לאַנד, אוזבעקיסטאַן, האָט אָבער געמאַכט אויף דער יונגער פֿרוי אַ באַזונדערס שטאַרקן רושם.
מיט זיבן יאָר צוריק, האָט איטקינאַ, דעמאָלט אַ זיבעצן־יעריק מיידל, זיך געלאָזט אויף דרום, פֿון איר היימשטאָט, קאָקטשעטאַוו, קיין אַלמאַטי — די גרעסטע שטאָט אינעם לאַנד. די באַן-רײַזע דורך די ברייטע קאַזאַכישע סטעפּן האָט פֿאַרנומען 30 שעה. אין אַלמאַטי האָט זי זיך געטראָפֿן מיט צוויי טוצן אַנדערע יונגע ייִדישע אַקטיוויסטן, וועלכע האָבן זיך פֿאַרזאַמלט פֿון פֿאַרשיידענע ערטער איבערן לאַנד.
נאָך דער דרײַ־טעגיקער קאָנפֿערענץ, האָבן די באַטייליקטע געמוזט דורכמאַכן די זעלבע שווערע נסיעה צוריק אַהיים. "קיינער האָט אָבער נישט געוויינט", האָט דערציילט, לאַכנדיק, איטקינאַ. "מע דאַרף לעבן דאָ, כּדי צו פֿאַרשטיין, וואָס הייסט אַ ווײַטער מהלך. אָבער, די אונטערנעמונג האָט אונדז געבראַכט אַ נײַע דערפֿאַרונג, נײַע געפֿילן, נײַע חבֿרים. און אַ סך שׂמחה", האָט געזאָגט די 24־יעריקע פֿרוי, וועלכע פֿירט איצט אָן מיטן ייִדישן קהילה-צענטער אין דער קאַזאַכישער הויפּטשטאָט.
|
ווילען מאָלאָטאָוו-לוטשאַנסקי |
מײַקל דזשאָרדען |
ס׳רובֿ מערבֿדיקע מענטשן וואָלטן געמיינט, אַז אַזאַ לאַנגע נסיעה מוז זײַן אַ שרעקלעכע פּײַניקונג. פֿאַר די אָרטיקע אײַנוווינער איז עס, אָבער, אַ טייל פֿון זייער געוויינטלעכן לעבנס־שטייגער. דער שטח פֿונעם לאַנד קאָן פֿאַרגליכן ווערן צו דער גאַנצער מערבֿדיקער אייראָפּע, פֿיר מאָל גרעסער ווי דער אַמעריקאַנער שטאַט טעקסאַס. 15 מיליאָנען מענטשן זענען צעוואָרפֿן איבער די ברייטע און וויסטע רחבֿותן פֿון מידבריות און סטעפּעס.
צוליב די געאָגראַפֿישע שוועריקייטן, איז זייער שווער צו שאַפֿן אינעם לאַנד אַ פֿאַראייניקטע ייִדישע קהילה. די ווײַטע מהלכן ווירקן פֿאַקטיש אויף אַלע אַספּעקטן פֿונעם ייִדישן לעבן: יום-טובֿים, שׂימחות, רעליגיע און דאָס וועלטלעכע לעבן, בילדונג-פּראָגראַמען, זומער-לאַגערס, סעמינאַרן און קאָנפֿערענצן. הײַנט, ווען עס הייבט אָן אַ נײַער האַרבער ווינטער, ווערט אויך שווער צו באַזאָרגן די אָרעמע און קראַנקע לײַט מיט שפּײַז און מעדיקאַמענטן.
אַפֿילו דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר אין קאַזאַכסטאַן, רן ישי, האָט געזאָגט, אַז צוליב די באַגרענעצונגען אין זײַן בודזשעט, מוז ער אָפּגעבן אַ חשבון פֿאַר יעדער נסיעה. צוליב זיכערהייט-סיבות, טאָר ער נישט פֿאָרן מיט דער באַן, דערפֿאַר מוז ער יעדעס מאָל קויפֿן גענוג טײַערער עראָפּלאַן-בילעטן, פֿאַר זיך און פֿאַר זײַן לײַבסוועכטער.
דער קאַזאַכישער הויפּט־רבֿ, הרבֿ ישעיה כּהן, אַ 37־יעריקער ליובאַוויטשער שליח, וועלכער וווינט אין אַלמאַטי שוין 14 יאָר, האָט איבערגעגעבן, אַז ער מוז זיך באַציִען צו זײַן טעטיקייט ווי צו אַ גענוי-פּלאַנירט געשעפֿט. "ס׳איז שווער, ווײַל עס ווילט זיך אַרײַננעמען אַלע ייִדן", האָט געטענהט דער רבֿ. "ווען איר מאַכט אַ סדר אין איין שטאָט, וויל אַן אַנדער ווײַטע שטאָט אויך אָרגאַניזירן אַ סדר. דערפֿאַר מוז מען אויסקלײַבן בלויז איין אָרט".
ס׳איז אויך שווער צו פֿאַראייניקן די קאַזאַכישע ייִדן, צוליב היסטאָרישע סיבות. אין פֿאַרגלײַך מיט אוקראַיִנע, ליטע אָדער אוזבעקיסטאַן, וווּ די אָרטיקע ייִדישע קהילות זענען אַן אײַנגעוואָרצלטער טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג, פֿאַרבונדן מיט אַן אַלגעמיינער געשיכטע, זענען כּמעט אַלע ייִדן געבראַכט געוואָרן אין קאַזאַכסטאַן בגוואַלד.
|
דינה איטקינאַ |
מײַקל דזשאָרדען |
אין די 1930ער יאָרן, האָט סטאַלינס רעגירונג פֿאַרשיקט קיין קאַזאַכסטאַן מיליאָנען מענטשן, אַרײַנגערעכנט טויזנטער ייִדן. דער דאָזיקער ראַיאָן פֿונעם ראַטן-פֿאַרבאַנד האָט אויך געדינט ווי דאָס וויכטיקע דרומדיקע "קייטל" אין דער נעץ פֿון קאָנצענטראַציע-לאַגערן, באַקאַנט ווי "גולאַג". בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, איז אין קאַזאַכסטאַן אָנגעקומען די צווייטע כוואַליע ייִדן, וועלכע זענען עוואַקויִרט געוואָרן פֿון די געגנטן אַרום אַזעלכע ראַיאָנען, ווי אוקראַיִנע און ווײַסרוסלאַנד, וווּ די נאַציס האָבן סיסטעמאַטיש פֿאַרגעניכטעט די ייִדישע באַפֿעלקערונג.
זײַענדיק אָפּגעריסן פֿון זייערע משפּחות און היים־ערטער, האָבן אַ סך נײַ-אָנגעקומענע ייִדישע אימיגראַנטן זיך גיך אַסימילירט. ווען קאַזאַכסטאַן האָט דערקלערט אומאָפּהענגיקייט אינעם יאָר 1991, זענען פֿון דאָרטן אַוועקגעפֿאָרן אַרום 75,000 ייִדן — אַ טייל קיין רוסלאַנד, אַ טייל קיין ישׂראל, דײַטשלאַנד, אַמעריקע און אַנדערע לענדער. די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון קאַזאַכסטאַן באַטרעפֿט הײַנט אַרום 15—20 טויזנט נפֿשות; ס׳רובֿ אָרטיקע ייִדן וווינען אין די 13 גרעסטע שטעט, און אַ טייל — אין קליינע שטעטלעך און דערפֿער.
אַלכּסנדר באַראָן, דער פּרעזידענט פֿון "מיצווה", די אַסאָציאַציע פֿון ייִדישע נאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציעס אין קאַזאַכסטאַן, האָט געזאָגט, אַז די רעאַלע צאָל ייִדן אינעם לאַנד קאָן זײַן אויף 30,000 נפֿשות גרעסער. ס׳איז מעגלעך, אַז זיי באַהאַלטן אויס זייער ייִדישן אָפּשטאַם, אָדער וווינען פּשוט אין די ווײַטע ערטער, וווּהין די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן זיך נאָך נישט דערקליבן. באַראָן האָט דערציילט, אַז זײַן אָרגאַניזאַציע, מיטן צענטער אין אַלמאַטי, טרעפֿט נאָך אַלץ מענטשן, וואָס האָבן מורא פֿאַר סטאַלינס רעזשים.
ליזאַ לוטשאַנסקי איז געבוירן געוואָרן אין באַרדיטשעוו, אין אַן אָרעמער ייִדיש-רעדנדיקער משפּחה. ווי אַ פֿאַרברענטע קאָמוניסטקע, האָט זי געדינט אין סיביר אין אַ קאָמיטעט, וועלכער האָט גערודפֿט די אַזוי-גערופֿענע "שׂונאים פֿון דער רעוואָלוציע". אַזאַ פּאָזיציע האָט אָבער נישט באַשיצט זי אַליין פֿון סטאַלינס טעראָר. איר מאַן, יוסף, אויך אַן איבערצײַגטער קאָמוניסט, איז דערשאָסן געוואָרן אינעם יאָר 1938, און זי איז פֿאַרשיקט געוואָרן קיין קאַראַגאַנדאַ, און זי האָט געאַרבעט אַכט יאָר אין אַ "גולאַג"־לאַגער.
איר אייניקל, ווילען מאָלאָטאָוו-לוטשאַנסקי, וועלכער פֿירט הײַנט אָן מיטן ייִדישן קולטור-צענטער אין קאַראַגאַנדאַ, האָט דערציילט, אַז נישט געקוקט אויף דער שווערער צוואַנג-אַרבעט, וואָס האָט אונטערגעריסן איר געזונט, האָט זײַן באָבע נישט אויפֿגעהערט גלייבן אין קאָמוניזם. "זי האָט קיינמאָל נישט באַשולדיקט די סיסטעם, בלויז סטאַלינען". בערך 1.2 מיליאָן סאָוועטישע בירגער פֿון אַלע עטנישע גרופּעס, זענען געצוווּנגען געוואָרן צו אַרבעטן ביז טויט, אָדער כּמעט ביז טויט, אין די 75 סטאַלינס לאַגערן, פֿון וועלכע עס איז, בײַם אָנהייב, באַשטאַנען כּמעט די גאַנצע שטאָט. אַ סך ייִדן, אַרײַנגערעכנט נישט ווייניק רבנים, זענען פֿאַרשיקט געוואָרן אַהין.
|
אַ בנין אינעם קאַזאַכישן דאָרף דאָלינקאַ, וווּ עס האָט זיך אַמאָל געפֿונען דער אַדמיניסטראַטיווער צענטער פֿון די "גולאַג"-לאַגערן אין קאַראַגאַנדאַ |
מײַקל דזשאָרדען |
מיכאַיִל קרייכמאַן, אַ לערער פֿון ייִדישער געשיכטע און טראַדיציע אין אַסטאַנע, האָט דערקלערט, אַז נישט בלויז די ייִדן האָבן געליטן אינעם "גולאַג". נאָך סטאַלינס טויט, ווען מע האָט פֿאַרמאַכט די אַרבעט-לאַגערן, איז קאַראַגאַנדאַ געוואָרן, בעצם, אַ שטאָט פֿון געוועזענע אַרעסטאַנטן. אַן אָפּקלאַנג פֿון יענער תּקופֿה הערט זיך נאָך אַלץ אינעם קאָלעקטיוון באַוווּסטזײַן פֿון דער אָרטיקער ייִדישער באַפֿעלקערונג, וואָס באַטרעפֿט אַרום 1.500 נפֿשות.
די ייִדישע קהילה אין קאַראַגאַנדאַ איז, מעגלעך, אויך די סאַמע טראַדיציאָנעלע אינעם לאַנד, ווײַל אַ סך אָרטיקע ייִדן שטאַמען פֿון רבנישע און סתּם פֿרומע משפּחות, וועלכע זענען פֿאַרשיקט געוואָרן אין די לאַגערן. נישט לאַנג צוריק, האָט חב״ד דאָרטן געעפֿנט די צווייטע טאָג־שול.
אין די 1960ער יאָרן, ווען קאַראַגאַנדאַ האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ בליִענדיקער אינדוסטריעלער שטאָט, האָט זיך דאָרטן באַזעצט אַן אַנדער מין ייִדן: יונגע ספּעציאַליסטן און פֿרישע גראַדואַנטן, וועלכע האָבן ערשט געענדיקט דעם אינסטיטוט און באַקומען אַן אַרבעט אויף דער קאַזאַכסטאַנער רויערד.
ס׳איז באַזונדערס שווער זיך צו דערקלײַבן אין די ווײַטע געגנטן במשך פֿונעם קאַלטן פּעריאָד. אַסטאַנע, די קאַזאַכישע הויפּטשטאָט, איז איינע פֿון די קעלטסטע הויפּטשטעט אין דער וועלט. אַפֿילו אין מערץ, ווען אין די געוועזענע הויפּטשטאָט, אַלמאַטי, הייבט זיך שוין אָן פֿרילינג, בלאָזן איבער די פֿאַרפֿרוירענע אַסטאַנער גאַסן, באַדעקט מיט אײַז, בייזע קאַלטע ווינטן.
די באַנען זענען, בדרך-כּלל, גאַנץ פֿאַרלאָזלעך, בפֿרט דער 12־שעהיִקער עקספּרעס אַסטאַנע־אַלמאַטי, וועלכן די אָרטיקע אײַנוווינער האָבן געגעבן אַ טשיקאַווע צונעמעניש — "די שפּאַנישע באַן". די אײַנזבאַן־ליניעס זענען אָבער, געוויינטלעך, פֿאַראַן בלויז צווישן די גרויסע שטעט. אויף די שמאָלע שאָסייען מוזן די שאָפֿערן כּסדר פֿירן אַ לאַנגן "געראַנגל" קעגן דעם שניי, אײַז און ווינט. אין די דערפֿער ווערט דער אַספֿאַלט אָפֿט פֿאַרוואַנדלט אין אַ קויטיק אויסגעבערגלט געמויזעכץ.
כּדי צו באַקעמפֿן די טראַנספּאָרט-פּראָבלעמען, האָט דער "דזשוינט" געעפֿנט אין קאַזאַכסטאַן 13 באַזונדערע אָפּטיילונגען. די באַשיידענע חסד-ביוראָען, וועלכע געפֿינען זיך אָפֿט אין די נישט-רעמאָנטירטע, האַלב-אײַנגעבראָכענע בנינים, האָבן דערמעגלעכט דעם פֿאַרגאַנגענעם ווינטער צו העלפֿן די ייִדן אין 160 קאַזאַכישע שטעט און דערפֿער.
דער שאָפֿער פֿון אַזאַ מיני־אויטאָבוס אין קאַראַגאַנדאַ, די דריט-גרעסטע שטאָט אינעם לאַנד, האָט איבערגעגעבן, אַז זײַנע נסיעות העלפֿן די אײַנוווינער פֿון איזאָלירטע ראַיאָנען נישט צו פֿילן זיך פֿאַרלאָזט. "זיי זענען עלנטע מענטשן, און פֿרייען זיך, ווען עמעצער זאָרגט זיך וועגן זיי. יעדעס מאָל זענען זיי מיך מכבד מיט טיי, אָדער עפּעס אַנדערש".
הרבֿ יהודה קובאַלקין, דער רבֿ פֿון אַסטאַנע, האָט דערציילט, אַז אינעם יאָר 1999, זענען די ליובאַוויטשער חסידים אויך אַרומגעפֿאָרן אַ האַלבע טוץ שטעט. זינט דעמאָלט, האָט חב״ד באַשלאָסן, אַז עס לוינט זיך בעסער צו שיקן יונגע, ענטוזיאַסטישע ישיבֿה־בחורים, וועלכע קומען פֿון ישׂראל אויף די ימים-נוראָים, זיי זאָלן אַרומפֿאָרן איבערן לאַנד. הרבֿ כּהן האָט איבערגעגעבן, אַז אין זעלטענע פֿאַלן, פֿאַרשפּרייט ליובאַוויטש אויך צײַטונגען, מצות און אַפֿילו כּשר פֿלייש, געבראַכט אין פֿרידזשידער־וואַגאָנען.
דעם פֿאַרגאַנגענעם פּורים, זענען אַרום 40 ייִדן פֿון קאַראַגאַנדאַ אָנגעקומען אין אַסטאַנע, צו פּראַווען דעם יום-טובֿ מיט הרבֿ קובאַלקין; די פֿאַרזאַמלטע, על-פּי-רובֿ פּענסיאָנערן און קינדער, זענען געפֿאָרן, בסך-הכּל, בערך אַכט שעה אין אַן אויטאָבוס, כּדי אָנטיילצונעמען אין דער פּורימדיקער שׂימחה. די קאַזאַכסטאַנער ייִדן פּרוּוון אויך צונויפֿצוברענגען דעם עולם פֿון אַנדערע געוועזענע סאָוועטישע רעפּובליקן. דעם פֿאַרגאַנגענעם יוני, האָט די ייִדישע קהילה אין קאַראַגאַנדאַ אָרגאַניזירט איר פֿערטן פֿעסטיוואַל פֿאַר ייִדישער יוגנט פֿון צענטראַל-אַזיע און רוסלאַנד, אין וועלכן עס האָבן זיך באַטייליקט אַרום 200 ייִדן פֿונעם אַרומיקן ראַיאָן.