|
אויסשטעלונג לכּבֿוד דעם וואָלטשענעצער ייִדישן מאָלער, לאָניע קאָפּעלמאַן |
|
פֿינפֿטער טייל — וואָלטשענעץ
אויף דער מאַפּע קען מען קוים געפֿינען דאָס דערפֿל, וואָלטשענעץ, וווּ מײַן עלטער־פֿעטער, סרול (ישׂראל) גאָטעסמאַן, האָט געהאַט זײַן קרעטשמע. האַרט בײַ דער רומענישער גרענעץ, אויף דרום פֿון טשערנאָוויץ, געפֿינט זיך דער ייִשובֿ, וואָס הײַנט הייסט ער "סטאַרי (אַלט)־וואָווטשענעץ". להיפּוך צו אונדזער באַזוך אויפֿן בית־עולם אין זוויניעטשקע מיט אַ טאָג פֿריִער, האָב איך געוווּסט, אַז אונדזער איבערלעבונג אין דאָרף וועט זײַן אַנדערש.
קיין בית־עולם צו גיין אויף קבֿר־אבֿות געפֿינט זיך נישט דאָרט, ווײַל די ייִדישע באַפֿעלקערונג איז געווען אַ גאָר קליינע — נאָר געציילטע ייִדישע משפּחות. דעריבער, וועט מען דאַרפֿן רעדן מיט די עלטערע אײַנוווינער און בײַ זיי פֿרעגן, צי זיי געדענקען די אַמאָליקע קרעטשמע.
מײַן מאַמע פֿלעג פֿאָרן יעדן זומער פֿון טשערנעוויץ קיין וואָלטשענעץ צו פֿאַרברענגען אין דאָרף, אויף דער נאַטור, מיט אירע פֿעטער־מומע און שוועסטערקינדער. ווי קליין וואָלטשענעץ איז געווען, האָט דאָס נישט געשטערט דער ייִדישער יוגנט, זי זאָל פֿאַרברענגען אויף אַ קולטורעל־אינטעלעקטועלן אופֿן. מײַן מאַמע געדענקט ווי די יונגע־לײַט פֿונעם שכנישן דאָרף טשערעפּקעוּץ און פֿון וואָלטשענעץ פֿלעגן דורכפֿירן פֿון צײַט צו צײַט אַ "ליטעראַרישן מישפּט". איין מאָל האָבן די צוויי צדדים פֿונעם מישפּט זיך אויסגעטענהט וועגן שלום אַשס ראָמאַן "מאָטקע גנבֿ". איר שוועסטערקינד לוסיע האָט פֿאַרטיידיקט מאָטקע, און האָט מיט אַ שטאַרק קול געזאָגט צו דער זשורי — "ער איז געוואָרן אַ גנבֿ צוליב אַ שטיקל ברויט!" זי האָט געוווּנען דעם פּראָצעס. אַ צווייט מאָל האָט מען געפֿירט אַ מישפּט איבער ליאָן פֿויכטוואַנגער דײַטשן ראָמאַן "יוד זיס". בײַ איין מישפּט האָט מײַן מאַמע בײַ דער געלעגנהייט, נאָך אַ יונג מיידל, אויסגעשטעלט אירע בילדער וואָס זי האָט געמאָלן, און מוזיקער פֿונעם שטעטל סערעט זענען געקומען שפּילן און באַגלייטן אַ טאַנץ.
|
צו גאַסט בײַ די הײַנטיקע "קרעטשמערס". פֿון רעכטס: נחמה סאָקאָלאָוו, די ווענטאַניוקס, און מאָטל גאָרדאָן |
|
סרול און אסתּר גאָטעסמאַן האָבן געפֿירט אַ פֿרום לעבן צווישן גויים. ווען מען איז געגאַנגען נעמען מילעך פֿון אַ קו, האָט מען געשיקט די קינדער מיט אַן אייגענער דיניצע, מע זאָל האַלטן אַן אויג, אַז דאָס זאָל זײַן חלבֿ־ישׂראל. סרול איז געווען אַ וויזשניצער חסיד און פֿלעג אָפֿט פֿאָרן צום רבין, איבערלאָזנדיק אסתּר אַליין אין קרעטשמע; אָבער קיין מורא האָט מען נישט געהאַט פֿאַר די שכנים און מע האָט גוט געלעבט מיט זיי. פֿאַרקערט, אַמאָל צו גוט. די גויים האָבן זיך געשאַרט צו סרולס טעכטער — דאָרע, יעטי און לוסיע — און צו מײַן מאַמען, ווען זי איז געקומען צו גאַסט.
איך ווייס נישט ווען סרול האָט אָנגעהויבן פֿירן די קרעטשמע, אָבער געבליבן אין וואָלטשענעץ זענען זיי ביזן אָנהייב פֿון דער מלחמה. מע האָט אים און אסתּר פֿאַרשיקט קיין טראַנסניסטריע מיט זייער טאָכטער לוסיע, אָבער זיי האָבן איבערגעלעבט, אַ דאַנק לוסיעס כיטרע און אומפֿאַרמאַטערלעכע באַמיִונגען זיי צו ראַטעווען. סרול איז געשטאָרבן אין בוקאַרעשט נאָך דער מלחמה, און אסתּר, אין ישׂראל אין די 1970ער יאָרן. מײַן טאָכטער הייסט נאָך איר.
כאָטש די באַציִונגען צווישן די גאָטעסמאַנס און די גויישע שכנים זענען געווען גוטע, הייסט דאָס נישט, אַז קיין פּראָבלעמען זענען נישט געווען. ווי עס פֿירט זיך אין פֿאָלקלאָר, האָבן צו מאָל די פּראָבלעמען מגולגל געוואָרן אין קאָמישע אַנעקדאָטן. למשל, אין סרולס קרעטשמע האָט מען אויך פֿאַרקויפֿט עסנוואַרג אין פֿעסער. האָט אַ גוי אַרײַנגעשטעקט זײַן האַנט בגניבֿה אַרויסצונעמען אַ הערינגל, אָדער אַן אוגערקע. האָט סרול אים געכאַפּט בײַ דער האַנט מיט זײַן האַנט נאָך אין פֿאַס. האָט יענער געזאָגט צו סרול: "סטודײַסע, סרוליו!" (שעם זיך, סרול!)
|
דאָס געוועלב אויפֿן אָרט פֿונעם פֿעטער סרולס קרעטשמע. "גאָטעסמאַנס באַרנבוים" וואַקסט נאָך פֿון לינקס. |
|
מע דערציילט, ווי מײַן זיידע חיים האָט זיך געקויפֿט אַ נײַעם קאַפּעליוש און זיך אַנידערגעלייגט רוען אין אַ שלאָפֿצימער אין קרעטשמע (דאָס הויז איז געווען צעטיילט — האַלב קרעטשמע, האַלב הויז פֿון די גאָטעסמאַנס), און אויפֿגעהאַנגען זײַן הוט אויף דער וואַנט. האָט איינער פֿון דאָרף אַרײַנגעשטעקט זײַן האַנט דורכן פֿענצטער און צוגעגנבֿעט דעם טײַערן מלבוש.
אויף דער איצטיקער נסיעה זענען מיר אָנגעקומען זאַלבע פֿיר — איך, מײַן פֿרוי נחמה, אונדזער איבערזעצער מאָטל גאָרדאָן און דער שאָפֿער לעאָניד — אַרום איינס אַ זייגער בײַ טאָג. איך האָב געהאַלטן אין דער האַנט אַ פּרימיטיווע מאַפּע פֿונעם דאָרף, וואָס מײַן מאַמע האָט געצייכנט פֿאַר מיר. די צוויי וויכטיקע פּונקטן, לויט דער מאַפּע, זענען געווען אַ שול און דער קלויסטער, און מיר האָבן געפֿונען דעם קלויסטער, אָבער קיין שול נישט. האָבן מיר געזען אַ געוועלב אין מיטן פֿון אַ פֿעלד, און באַשלאָסן עפּעס נעמען אין מויל און אַ פֿרעג טאָן בײַ זיי. אין דער טאָליקע, פֿאַרן געוועלב האָט זיך אָפּגעשפּילט אַ דאָרפֿיש בילד — פֿערד, ציג, הינער, הינט, קאַטשקעס האָבן זיך געשפּילט, אַרומגעלאָפֿן פֿרײַ, אָן קיין שום באַלעבאָס.
זענען מיר אַרײַן און ס‘איז געווען לעבעדיק אינעווייניק. פֿאַרשיידענע קונים האָבן זיך געוויצלט מיט דער פֿאַרקויפֿערין, מע האָט אַפֿילו געשמייכלט צו אונדז ווען מיר זענען געקומען (אויף דער זוויניעטשקע האָב איך נישט געפֿילט אַזאַ פֿרײַנדלעכקייט). ווען דער באַלעבאָס פֿונעם געוועלב, ווענטאַניוק, אַ געזונטער יונגער־מאַן, נישט עלטער פֿון 40, האָט געהערט, אַז אַ גאָטעסמאַן איז דאָ, האָט ער אויף אונדזער פֿראַגע אויסגעשריגן, "אָט דאָ וווּ מיר שטייען איז געווען די קרעטשמע! און ‘גאָטעסמאַנס באַרנבוים’ וואַקסט נאָך אין דרויסן!"
|
דער דאָרף־היסטאָריקער, איוואַן טאָפּאָלאָ, אין זײַן מוזיי |
|
דאָס געוועלב איז טאַקע געשטאַנען אויפֿן זעלבן אָרט, אָבער מע האָט אונדז דערציילט, אַז מע האָט זי אין גאַנצן איבערגעבויט, מסתּמא מער ווי איין מאָל, ווײַל סרולס קרעטמשע איז פֿאַרברענט געוואָרן אין די 1950ער יאָרן צוזאַמען מיטן באַליבטן נוסנבוים וועגן וואָס די מאַמע האָט מיר אָפֿט דערציילט. (אַ צווייט נוסביימעלע איז יאָ געוואַקסן דערלעבן, אַ "קינד" פֿונעם אַלטן נוסנבוים.)
איך האָב זיך דערמאָנט עטלעכע נעמען פֿון די וואָלטשינעצער גויים פֿון אַמאָל, וואָס די מאַמע האָט מיר דערציילט וועגן זיי, האָב איך געפֿרעגט ווענטאַניוקן — "צי געפֿינט זיך נאָך דאָ די משפּחה קאַפּאַטשוק און מיטיק קאַפּאַטשוק?". ער איז שטיל געוואָרן און געוואָרן אַ ביסל צערודערט. איך האָב געזען ווי ער טראַכט צו זיך — "ווי אַזוי קומט דער ייִד פֿון אַמעריקע קיין וואָלטשענעץ און ווייסט וועגן קאָפּאַטשוק?". "נו, אַ העלפֿט פֿונעם דאָרף זענען הײַנט קאָפּאַטשוקס. יענער מיטיק איז שוין נישטאָ, אָבער זײַנע קינדער און זייערע משפּחות זענען פֿאַראַן".
אַקעגן דער קרעטשמע האָט מען געזען, אַז פֿון איין הויז האָט מען געמאַכט אַ מוזיי וועגן דעם קליינעם דאָרף וואָלטשענעץ! אין 2007 האָט מען געפּראַוועט 50 יאָר פֿונעם מוזיי. מע האָט צום מוזיי־דירעקטאָר אָנגעקלונגען, און אַז ער האָט געהערט, אַז "גאָטעסמאַנס" זענען דאָ אין דאָרף, איז ער גיך געקומען צו רײַטן אויפֿן ביציקל. דער "מוזיי־דירעקטאָר", אָבער בעסער וואָלט מען אים אָנגערופֿן דעם דאָרף־היסטאָריקער, האָט געהייסן איוואַן טאָפּאָלאָ און ער האָט כּמעט אַ גאַנץ לעבן געזאַמלט וואָס ס‘האָט זיך נאָר געלאָזט פֿונעם אַמאָליקן לעבן אין דאָרף. ער האָט אין זײַן רשות הונדערטער פֿאָטאָגראַפֿיעס און צווישן זיי אַ בילד פֿון סרולס קרעטשמע — אָבער ער דאַרף עטלעכע טעג זי צו געפֿינען. אַזוי ווי קיין פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון דער קרעטשמע פֿאַרמאָגט נישט מײַן משפּחה, האָב איך זיך זייער געפֿרייט און אים צוגעזאָגט צו שיקן אַ בילד פֿונעם פֿעטער סרול און מומע אסתּר ווי אַן אויסבײַט.
ער האָט אונדז געגעבן אַ טור איבערן מוזיי — אַלץ האָט מען דאָרטן געקענט געפֿינען — אַ צימער וועגן פּויערישן טראַכט, אַ פּאַנאָראַמע פֿון די חיות און ביימער אין דער געגנט, אַ זאַמלונג פֿון טויזנטער פּיסינקעס (געפֿאַרבטע אייער פֿאַר דער חגא פּאַסכע), און נאָך און נאָך. אין איין צימער האָט טאָפּאָלאָ אויסגעשטעלט אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿונעם ייִדישן מאָלער לאָניע קאָפּעלמאַן, וואָס האָט געוווינט און געשאַפֿן אין וואָלטשענעץ (געשטאָרבן שפּעטער אין ישׂראל). עטלעכע מוסטערן פֿון זײַנע איילבילדער זענען געהאָנגען אויף דער אויסשטעלונג, און טאָפּאָלאָ האָט בײַ מיר געבעטן, איך, ווי אַ פֿאָרשטייער פֿון דער פּרעסע, זאָל שרײַבן וועגן דעם מאָלער און פֿאַרשפּרייטן זײַן נאָמען איבער דער וועלט.
|
אינעם וואָלטשענעצער מוזיי האָט טאָפּאָלאָ אָנגעזאַמלט טויזנטער |
|
טאָפּאָלאָ איז געווען אַ ליבער מענטש, און דער וויזיט פֿון אַ גאָטעסמאַן האָט אים שטאַרק גערירט. אין יעדן מוזיי־צימער האָט ער עפּעס אַרויסגענומען פֿון דער אויסשטעלונג און מיר דערלאַנגט ווי אַ מתּנה. למשל, בײַ דער אויסשטעלונג פֿון אַן אַמאָליקן קלאַסצימער, האָט ער מיר דערלאַנגט אַן אַלט טינטערל און געזאָזט "מיט אַזאַ טינטערל וואָלטן די גאָטעסמאַן קינדער געשריבן"; אָדער בײַ דער אויסשטעלונג פֿון אַן אַמאָליקער קיך, האָט ער מיר דערלאַנגט אַ גלעזל און דערבײַ צוגעגעבן "פֿון אַזוינע גלעזלעך האָט מען געטרונקען אין סרולס קרעטשמע." ער האָט געפֿאָדערט, אַז אין זײַן "געסטסבוך", זאָל איך פֿאַרשרײַבן מײַן באַגריסונג אויף ייִדיש. האָב איך אָנגעשריבן אַ לענגערן פּאַראַגראַף וועגן דעם גורל פֿון סרול און אסתּר און זייערע פֿינעף קינדער (אַלע עולה געווען קיין ישׂראל). נאָכן טור האָבן מיר זיך וואַרעם געזעגנט און צוגעזאָגט צו בלײַבן אין פֿאַרבינדונג.
ווענטאַניוק און זײַן פֿרוי האָבן אונדז פֿאַרבעטן אויף אַ וועטשערע, און דער וויזיט אינעם דאָרף וואָלטשענעץ האָט זיך געענדיקט אין אַ חבֿרישער, דאָרפֿישער סבֿיבֿה, וואָס וועט זיך לאַנג געדענקען.