|
סאַשאַ גאַליצקי |
|
אין די ראַמען פֿונעם פֿעסטיוואַל "אונדזער ירושה", געשטיצט פֿון דער ניו־יאָרקער מוניציפּאַליטעט, האָט זיך אינעם נאַציאָנאַלן קלוב פֿון אַמעריקאַנער קונסט דערערפֿנט די אויסשטעלונג פֿונעם מאָלער סאַשאַ גאַליצקי (רוסלאַנד —ישׂראל). דער באַקאַנטער קלוב אין סאַמע צענטער פֿון מאַנהעטן, אויפן היסטאָרישן אָרט גראַמערסי-פּאַרק, איז געגרינדעט געוואָרן אין יאָר 1898. צווישן די מיטגלידער פֿונעם קלוב זײַנען געווען דרײַ אַמעריקאַנער פּרעזידענטן: רוזוועלט, ווילסאָן און אייזענהאַוער.
|
אַ באַזוכער אויף דער אויסשטעלונג |
|
סאַשאַ גאַליצקי איז אַ באַקאַנטער סקולפּטאָר, גראַפֿיקער, דיזײַנער און מאָלער. ער האָט אין ישׂראל זײַן אייגענעם וואַרשטאַט, וווּ עלטערע מענטשן לערנען זיך אויסשניצן אויף האָלץ. זײַן טאַלאַנט איז פֿאַרשידנאַרטיק — ער מאָלט מיט אייל, בלײַער און וואַסער־פֿאַרבן — און אַלץ איז אוניקאַל און בילדעריש. מיר קאָנען דאָס זען אויף דער איצטיקער אויסשטעלונג. זײַנע בילדער זײַנען קאָמיש און אומעטיק אין איין צײַט. ער אַליין רופֿט זיי — קלאָונאַדע, וואָס איז אַראָפּ פֿון דער בינע און אַרויף אויף פּאַפּיר און קאַרטאָן פֿון זײַנע בילדער. ער שפּיגלט אָפּ דאָס לעבן, טויט, ליבע; עפּיזאָדן פֿון אונדזער טאָג־טעגלעכקייט.
|
"דאָס קידנעפּן פֿון אייראָפּע" |
|
זײַנע בילדער דערמאָנען אָפֿט באַקאַנטע סוזשעטן פֿון די רוסישע און סאָוועטישע מאָלערס, אָבער מיט אומדערוואַרטע דעטאַלן פֿון פֿאַרשלעפּטע סאָוועטישע סטערעאָטיפּן, וואָס מאַכן דאָס בילד סאַרקאַסטיש און סאַטיריש. למשל, אַ פֿינצטערער רוסישער וואַלד און אויף אַ בוים זיצט, ווי אַ פֿאַרגעסענע, אַ מיידל. אונטן לויפֿט אַ וואָלף און אויף אים, רײַטנדיק טראָגט זיך אַ מאַן, ענלעך צו אַן אַראַבער מיט אַ טורבאַן אויפֿן קאָפּ און מיט אַ קאַלאַשניק־שמײַסער. דאָס בילד הייסט "דאָס קידנעפּן פֿון אייראָפּע". עס איז נישט קיין קאַריקאַטור. עס איז אַ נײַע פּאָסט־סאָוועטישע קונסט.
אין זאַל האָבן כּסדר געבליצט די פֿאָטאָ־אַפּאַראַטן און די געסט און זשורנאַליסטן האָבן נישט געגעבן דעם קינסטלער קיין רו, פֿאַרוואָרפֿן אים מיט פֿראַגעס. אָבער דעם קינסטלער האָט זיך געוואָלט דערציילן, ווי ער, גלײַך פֿונעם ניו־יאָרקער פֿליפֿעלד האָט זיך "אַראָפּגעלאָזט" אויף דער 5טער עוועניו, וווּ ס‘איז פֿאַרגעקומען דער ישׂראל־פּאַראַד לכּבֿוד דעם 61סטן געבוירן־טאָג פֿון דער ייִדישער מדינה.
|
ש. עגנון אויף אַ ישׂראלדיקן געלט־באַנקנאָט |
|
איך האָב געפֿרעגט בײַם באַוווּסטן סקולפּטאָר ערנסט ניעיִזוועסטני, צי עס געפֿעלן אים די ווערק פֿונעם קינסטלער סאַשאַ גאַליצקי. האָט ער אַ פֿיר געטאָן מיט זײַן שטעקעלע איבער דער וואַנט מיט בילדער און געזאָגט: "דאָס איז אינטערעסאַנט און עס ווילט זיך קוקן אויף דעם שטענדיק..."
די אויסשטעלונגען פֿון סאַשאַ גאַליצקיס ווערק זײַנען מיט דערפֿאָלג פֿאָרגעקומען אין פּעטערבורג און אין ישׂראל. זײַנע בילדער דערציילן וועגן דעם לעבן פֿון די סאָוועטישע בירגער אין דער געוועזענער סאָוועטישער תּקופֿה. צום באַדויערן, פֿאַרשטייען נישט די אַמעריקאַנער זײַנע בילדער. צי ווײַט זײַנען די אַסאָציאַציעס פֿונעם סאָוועטישן לעבן פֿון זייער אַמעריקאַנער ווירקלעכקייט.
פֿונדעסטוועגן, רופֿן זיך איבער די בילדער פֿון סאַשאַ גאַליצקי מיט די בילדער פֿון די גרויסע מאָלערס — וואַן גאָך, פּאַבלאָ פּיקאַסאָ, מאַרק שאַגאַל און דעם גרוזינישן פּרימיטיוויסט פּיראָסמאַני.