|
דער ייִדישער קוואַרטאַל אין ספּליט |
|
איך בין זיכער, אַז אַ סך מענטשן האָבן איבערגעלעבט אַזאַ דערפֿאַרונג: דו גיסט דעם קעלנער דײַן קרעדיט-קאַרטל און באַקומסט עס צוריק מיט די ווערטער, אַז די באַנק לאָזט ניט דורך די טראַנזאַקציע. איך בין ניט נעכטן געבוירן געוואָרן, אַזוי אַז ווייניקער פֿון צוויי קאַרטלעך האַלט איך ניט און, ווי אַ פּועל-יוצא, האָב איך מיט וואָס זיך צערעכענען. כאַראַקטעריסטיש, אַז איך האָב קיין מאָל ניט געהאַט קיין צרות מיט מײַנע בריטישע קאַרטלעך — איך נוץ זיי אומעטום אין אייראָפּע.
מיט אַן אַמעריקאַנער קאַרטל איז אַנדערש: אויף יענער זײַט אָקעאַן ווערט מען גלײַך פֿאַרציטערט, טאָמער מע זעט, אַז עמעצער צאָלט פֿאַר עפּעס אַ קניה מיט איר. ווי אַ דערפֿאַרענער אַרומפֿאָרער קלינג איך ערבֿ מײַנע רײַזעס אין די שטאַב-קוואַרטירן פֿון די בענק צו וואָרענען זיי, אין וועלכן לאַנד קלײַב איך זיך צו פֿאָרן. האָב איך עס אַזוי געטאָן אויך דאָס מאָל: אָנגעקלונגען, אַז איך פֿאָר קיין קראָאַטיע. דער סוף איז געווען, אַז מײַן קאַרטל האָט מען סײַ-ווי-סײַ גלײַך פֿאַרבלאָקירט. פֿאַר וואָס? מחמת דער אָפּעראַטאָר האָט פֿאַרשריבן דאָס לאַנד ניט ווי Croatia, נײַערט ווי Groatia. און עס האָט זיך באַקומען, אַז איך האָב געפּרוּווט באַצאָלן פֿאַר אַ וועטשערע אין לאַנד, וווּ — לויט דער באַנק — האָב איך, אין דער געגעבענער צײַט, פּשוט ניט געקענט זײַן אָנוועזנד.
איך וויל זיך ניט אַרײַנטיפֿן אין די סטערעאָטיפּן פֿון אַמעריקאַנער געאָגראַפֿישן עם-הארצות. ערשטנס, זײַנען עס ניט קיין סטערעאָטיפּן, נאָר רעאַלקייטן. צווייטנס, געהערט נאָך אַלץ קראָאַטיע צו גאַנץ "עקזאָטישע" ערטער. עטלעכע מענטשן האָבן בײַ מיר געפֿרעגט, צי איך האָב ניט מורא צו פֿאָרן אין אַזאַ לאַנד. אַ סבֿרא, אַז זיי האָבן געהאַלטן עס נאָך אַלץ פֿאַר אַ מלחמה-זאָנע, אַ מקום וואָס האָט ניט קיין אָרט אויף קיין נאָרמאַלער מאַפּע.
איך האָב שוין אַ מאָל געשריבן, אַז אונדזער — מײַן ווײַבס און מײַן — "ראָמאַן" מיט קראָאַטיע האָט זיך אָנגעהויבן נאָך מיט פֿינף יאָר צוריק, ווען מיר זײַנען געווען אויף אַ שיפֿרײַזע אין אַדריאַטישן ים, און די שיף האָט זיך אויף עטלעכע שעה אָפּגעשטעלט אין דובראָווניק. נאָך דעם האָבן מיר צוויי יאָר נאָכאַנאַנד פֿאַרבראַכט צו צען-צוועלף טעג אין פֿאַרשיידענע עקן פֿון קראָאַטיע. פֿאַראַיאָרן האָבן מיר געמאַכט אַן איבעררײַס — עפּעס אַ משוגעת האָט אונדז פֿאַרשלעפּט קיין סיציליע. הײַיאָר זײַנען מיר ווידער געווען צען טעג אין קראָאַטיע, און דאָס מאָל, אין דער געגנט פֿון אַזעלכע שטעט ווי ספּליט און טראָגיר (ביידע זײַנען אונטערן אַפּוטרופּסות פֿון "יונעסקאָ"); האָבן מיר אָפּגעשניטן נאָך בעסער איידער אין די פֿריִערדיקע רײַזעס.
|
מאַרק שאַגאַלס אויסשטעלונג אין ספּליט |
|
איך האָב אויך שוין לאַנג געוואָלט זיך אַרײַנכאַפּן אין דער שטאָט שיבעניק. פֿאַר וואָס? ווײַל דאָס וואָרט "שיבעניק" (הפֿקר-יונג, אײַנשטעלער) איז געווען אין דעם וואָקאַבולאַר פֿון מײַן טאַטן. די עטימאָלאָגיע איז אַ סלאַווישע, פֿון דעם וואָרט "שיבעניצאַ", וואָס מיינט "תּליה" אויף אַ צאָל סלאַווישע שפּראַכן, למשל אויף אוקראַיִניש; און אוקראַיִניש איז נעענטער צו קראָאַטיש ווי, אַ שטייגער, רוסיש. אמת, דער היגער עולם רעדט אָפֿט מאָל ענגליש צי דײַטש (צי ביידע שפּראַכן), אַזוי אַז אונדזער רוסיש צי אוקראַיִניש האָבן מיר צו מאָל גענוצט נאָר אויפֿן מאַרק. דאָס הייסט ניט, אַז מע האָט געקענט ממש רעדן, נאָר יאַקאָס זיך צונויפֿרעדן וועגן אַ פּרײַז צי אַ צאָל האָט מען יאָ געקאָנט.
ווי כּמעט יעדעס אָרט אין אייראָפּע, האָט קראָאַטיע אויך שפּורן פֿון ייִדישן לעבן. ספּליט — אַ שטאָט וווּ דאָס לעבן גייט אָן שוין אין משך פֿון זיבעצן יאָרהונדערט — איז געווען אַ וויכטיקער טראַנזיט-פּונקט אויף די מיסחר-שליאַכן צווישן מיזרח און מערבֿ, און די ייִדישע קהילה האָט געהאַט איר ראָלע אין דער געשיכטע. דעם יסוד פֿון דער קהילה האָבן פֿאַרלייגט די ייִדן, וואָס זײַנען געקומען נאָך אין די רוימישע צײַטן. דערנאָך, נאָכן גירוש, זײַנען צוגעקומען די ספֿרדישע ייִדן, און שפּעטער האָבן זיך באַוויזן די אַשכּנזישע אויך — קראָאַטיע איז דאָך געווען אַ טייל פֿון עסטרײַך. בעתן חורבן זײַנען אומגעקומען מער ווי אַ העלפֿט פֿון די 300 ספּליטער ייִדן. איצט האָט די קהילה ווידער אַ מאָל 300 מיטגלידער. אָבער איך האָב זיי ניט געזען — די קליינטשיקע שיל, אויפֿגעבויט אין דעם שטאָט-מויער נאָך אין 16טן יאָרהונדערט, איז געווען פֿאַרמאַכט, ווען איך בין געקומען אין דעם "זשידאָווסקי פּראָלאַז" — דאָס ייִדישע געסל.
בשכנות מיט דער ווילע, וווּ מיר האָבן געוווינט, איז געשטאַנען אַ הויז, צו וועלכן עס קלעפּט זיך ניט אַפֿילו דאָס וואָרט "ווילע". עס האָט מיר מער דערמאָנט די אַמאָליקע דאַטשע-הײַזלעך הינטער מאָסקווע. דער באַלעבאָס, איגאָר, האָט מיר דערציילט, אַז דאָס הויז האָט אויסגעבויט זײַן פֿאָטער נאָך מיט פֿערציק יאָר צוריק, ווען קיין ווילעס האָט מען נאָך ניט געבויט. דער דאָזיקער 71־יאָריקער מאַנצביל איז געווען זייער פֿרײַנדלעך צו אונדז. ער האָט אונדז גענומען אויף זײַן שיפֿל און געפֿירט אויפֿן ים. דעם לעצטן אָוונט האָט ער אונדז פֿאַרבעטן אויף אַ וועטשערע, מיט פֿיש און ווײַן. צום סוף האָט ער אונדז געזאָגט, אַז זײַן באַציִונג צו אונדז האָט געהאַט אויך צו טאָן מיט זײַנע זכרונות וועגן אַ ייִדישער משפּחה, מיט וועלכער זײַן פֿאָטער האָט בשותּפֿות פֿאַרמאָגט אַ פֿאַבריק פֿאַר דער מלחמה. זייער פֿאַמיליע-נאָמען איז געווען לעדער, און אַלע זײַנען אומגעקומען אין דעם קאָנצענראַציע-לאַגער "יאַסענאָוואַץ", וואָס איז געוואָרן דער סימבאָל פֿונעם קראָאַטישן פֿאַשיזם.