געזעלשאַפֿט

מיט עטלעכע חדשים צוריק, אין אויגוסט חודש, האָב איך זיך דערוווּסט, אַז כ'געהער, לאָזט זיך אויס, צו דער קאַטעגאָריע פֿון "גלאָבאַלע ייִדן". אַזוי האָט געטענהט דער דענווערער פּראָפֿעסאָר דוד שניר אין זײַן אַרטיקל פֿאַרן לאָנדאָנער "דזשויִש קראָניקל" (זען www.thejc.com/articles/we-are-all-global-jews-now) און אין זײַן נײַ בוך, וואָס מיר איז דערווײַל ניט אויסגעקומען צו לייענען. די אידעע איז, ווי איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז ס'איז שוין געקומען די צײַט אויפֿצוהערן צו נוצן דעם באַגריף פֿון "גלות", ווײַל עס טראָגט אין זיך עפּעס אַ באַציִונג צו ישׂראל. לויט דוד שנירן, שפּילט ישׂראל איצט ניט די ראָלע פֿון דעם צענטער, אַרום וועלכן עס דרייט זיך די הײַנטיקע ייִדישע וועלט, וועלכע איז געוואָרן "גלאָבאַל" און באַשטייט פֿון אַ ריזיקער צאָל געאָגראַפֿיש-צעוואָרפֿענע, פֿאַרשיידנאַרטיקע ייִדישע סבֿיבֿות און סבֿיבֿהלעך.

קיין נײַער געדאַנק איז עס ניט. וועגן דעם האָט מען ניט ווייניק געשריבן נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה, און אפֿשר נאָך פֿריִער. אין תּוך אַרײַן, האָט וועגן אַזאַ "גלאָבאַלקייט" געחלומט שמעון דובנאָוו און זײַנע אָנהענגער. דאָס זײַנען טעאָריעס, געשאַפֿן אין אַנטי-ציוניסטישן לאַגער. ווי אַ מענטש, וואָס איז סקעפּטיש לגבי דעם גראָדליניקן ציוניזם, וואָלט איך געדאַרפֿט, דאַכט זיך, זײַן צופֿרידן מיט אַזעלכע געדאַנקען. די צרה איז, אַז איך בין אַ האַלבער ליטוואַק (פֿון מײַן טאַטנס צד), און די דאָזיקע העלפֿט מײַנע פֿאָדערט תּמיד צו באַווײַזן, ניט סתּם שיינע ווערטער. און די באַווײַזן זײַנען, אַז ישׂראל שטייט סײַ-ווי-סײַ אין צענטער פֿון דער איצטיקער ייִדישער אידענטיטעט. אַפֿילו אַ כראָנישע ניט-צופֿרידנקייט מיט דעם פֿאַקטאָר שטרײַכט נאָר אונטער די דאָזיקע צענטראַלקייט.

באַזונדערס שאַרף פֿילט מען עס אין אַזעלכע קריזיס-צײַטן ווי איצט. שוין אָפּגעשמועסט, אַז די ניט-ייִדישע וועלט דערמאָנט עס אונדז דורך די אַנטי-סעמיטישע אינצידענטן אין פֿאַרשיידענע לענדער, ווען מע אַטאַקירט קהילה-אינסטיטוציעס און יחידים. כ'געדענק עס גוט נאָך פֿון די יאָרן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, ווען דער עולם האָט די היגע ייִדן תּמיד אַסאָציִיִרט מיט ישׂראל. צי הייסט עס, אַז אין אַזעלכע פֿאַלן מוז מען אַלעמען דערקלערן: "טשעפּעט זיך ניט צו מיר — איך בין אַ גלאָבאַלער ייִד, ישׂראל שפּילט ניט קיין ממשותדיקע ראָלע אין מײַן אידענטיטעט"? איך וועל עס זיכער ניט זאָגן, ווײַל יעדן אין דער פֿרי לויף איך קודם-כּל צום קאָמפּיוטער, כּדי זיך דערוויסן וועגן די געשעענישן — און אַרום די געשעענישן — אין ישׂראל.

שוין לאַנגע יאָרן בלײַב איך אַ לייענער פֿון דער לאָנדאָנער "טײַמס", ווײַל איך האַלט זי פֿאַר אַ לײַטישער צײַטונג. און דאָס מאָל פֿירט זי מיך ניט אונטער — איר פּאָזיציע איז, אַז ישׂראל האָט פּשוט ניט קיין ברירה. דאָס הייסט ניט, פֿאַרשטייט זיך, אַז גאַנץ גרויס-בריטאַניע האַלט אונטער די ישׂראלדיקע מיליטער-קאַמפּאַניע. די אַנדערע צײַטונגען, בפֿרט די "גאַרדיאַן", זײַנען געשטימט גאָר אַנדערש. דער געוועזענער רעדאַקטאָר פֿון "גאַרדיאַן" האָט לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל, אין וועלכן ער טענהט די אַלטע טענה, אַז די אַמעריקאַנער מעדיאַ געפֿינט זיך אין די הענט פֿון ייִדן, דהײַנו: "תּל-אָבֿיבֿ האַווקעט אויס אַ באַפֿעל, און די אַמעריקאַנער מעדיאַ גיט גלײַך אַ דריי מיט איר וויידל".

אַ בריטישע צי בכלל אייראָפּעיִשע צעטיילונג פֿון אַזאַ שניט ווי "טײַמס"–"גאַרדיאַן" דאַרף ניט חידושן. אין אַמעריקע איז דאָך דער עולם אויך צעטיילט אין זײַן באַציִונג צו די געשעענישן אַרום עזה. וועגן דעם זאָגן עדות די אויפֿרעגן, וואָס ווײַזן, אַז די ישׂראלדיקע מיליטערישע קאַמפּאַניע געפֿינט אַ פּאָזיטיוון אָפּקלאַנג נאָר בײַ אַ ביסל מער פֿון אַ העלפֿט פֿון דער באַפֿעלקערונג און אַז אַ סך מער שטיצער געפֿינט מען צווישן די רעפּובליקאַנער, איידער צווישן די דעמאָקראַטן. נאָך איין פֿריִשער אויספֿרעג ווײַזט, אַז בלויז אַ דריטל פֿון די אַמעריקאַנער זײַנען פֿאַראינטערעסירט אין אַ טיפֿערער באַטייליקונג פֿון זייער לאַנד אין די געשעענישן אין ישׂראל.

וועגן אייראָפּע איז תּמיד שווער צו רעדן. ס'איז בכלל אַ מאָדנער באַגריף: "די באַציִונג פֿון אייראָפּע". וואָס מיינט עס? אַ גרויסער טייל פֿון דעם קאָנטינענט געפֿינט זיך הײַנט אַליין אין אַ כּמו-מיליטערישער לאַגע — מע ווערט פּשוט פֿאַרפֿרוין אָן דעם רוסישן גאַז, וואָס האָט אויפֿגעהערט אַרײַנשטראָמען צוליב דעם פּאָליטישן און פֿינאַנציעלן קאָנפֿליקט צווישן רוסלאַנד און אוקראַיִנע. דעם פֿאַרפֿרוירענעם עולם גייט ווייניק אָן דער קריזיס אין מיטל-מיזרח, זיי הערן זיך מער צו צו די לעצטע אַנטוויקלונגען אין דער ענערגישער מלחמה.

ס'איז שווער צו זאָגן, ווי דער ווייניקער פֿאַרפֿרוירענער מערבֿ-אייראָפּעיִשער המון באַציט זיך צו ישׂראל און די פּאַלעסטינער. יאָ, עס זײַנען געווען גרויסע מאַניפֿעסטאַציעס. אָבער דער אײַנדרוק איז אַז ס'רובֿ פֿון די אַנטי-ישׂראלדיקע דעמאָנסטראַנטן זײַנען געווען די "גלאָבאַלע" מוסולמענער, און די פּראָ-ישׂראלדיקע דעמאָנסטראַנטן זײַנען געווען, דער עיקר, די "גלאָבאַלע" ייִדן. גלײַכצײַטיק, האָט אַן אויספֿרעג אין דענמאַרק געגעבן גאָר אַן אַנדער בילד: 65 פּראָצענט האָבן געענטפֿערט, אַז זיי ווילן זען אַ פּראָ-ישׂראלדיקע שטיצע מצד זייער רעגירונג. די פּאָליטישע אַנאַליטיקער קומען צום אויספֿיר, אַז די פּאָזיציעס פֿון אַמעריקע און אייראָפּע זײַנען זייער נאָענט, הגם אַזעלכע לענדער ווי שפּאַניע און אירלאַנד האָבן איצט רעגירונגען, וועלכע ווײַזן אַרויס מער סימפּאַטיעס צו די פּאַלעסטינער.

ביז לעצטנס איז אייראָפּע געווען אַ סך אַקטיווער אין דעם איצטיקן קריזיס איידער אַמעריקע. אפֿשר איז עס פֿאַרבונדן מיטן איבערגאַנג-פּעריאָד אין "ווײַסן הויז". נאָך מער: אפֿשר האָט די ישׂראלדיקע רעגירונג אויסגערעכנט אויף אָט דעם איבערגאַנג. אָבער אויך ווײַטער וועט די 27־קעפּיקע פֿאַראייניקטע אייראָפּע בלי-ספֿק שפּילן אַ ממשותדיקע ראָלע אין די באַמיִונגען צו פֿאַרלעשן דעם מלחמה-פֿײַער. עזה איז געפֿערלעך נאָענט צום קאָנטינענט, מיט זײַן גרויסער מוסולמענישער באַפֿעלקערונג און מיט זײַנע ריזיקע היסטאָרישע חובֿות לגבי די ייִדן.