ווי עס פֿירט זיך שוין פֿון קדמונים אָן, קאָן מען אין מיטעלן מיזרח קיין נבֿיא נישט זײַן. די וואָס האָבן זיך אַזוי אָנגערופֿן, האָבן זיכער זייער נבֿיאות אַרויסגעזאָגט אומקוקנדיק זיך אויף צוריק. אַנדערש געזאָגט, שוין נאָך אַלעמען.
אַקעגן וואָס האָבן מיר געבראַכט דעם בײַשפּיל? נאָך 18 טעג פֿון דער אַנטי־טעראָריסטישער מלחמה אין עזה, האָבן זיך אָנגעהויבן אַלץ אָפֿטער הערן קולות פֿון אַלע זײַטן, אַז ס’איז שוין געקומען די צײַט אָפּצושטעלן די מיליטערישע מעשׂים און קומען צו עפּעס אַ סוף. וואָס זשע מיינט דער "עפּעס" אַ סוף?
אפֿשר טאַקע די פּלאַנירטע צוועקן בײַם אָנהייב פֿון דער אָפּעראַציע "צעשמעלצט בלײַ"?
דער אַלטער "שפּאַרבער", עוזי לאַנדאַו, איצט דער צווייטער נומער אין דער רעכטער פּאַרטיי "ישׂראל ביתינו", איז איבערצײַגט, אַז די מיליטערישע אָפּעראַציע מוז מען דערפֿירן ביזן לאָגישן סוף, דאָס הייסט, ביז צה״ל וועט נישט באַזיגן אין גאַנצן דעם "כאַמאַס". אַנדערש, זאָגט ער, אויב די אָפּעראַציע וועט איבערגעריסן ווערן, וועט דער "כאַמאַס" און די גאַנצע איסלאַמישע וועלט פֿאַרטײַטשן עס ווי זייער נצחון און ישׂראלס מפּלה.
דער איצטיקער שוץ־מיניסטער, אהוד ברק, דער נומער איינס אין דער "עבֿודה"־פּאַרטיי, זאָגט זיך די לעצטע טעג אַרויס, אַז פֿאַרקערט, מע דאַרף אָפּשטעלן דעם מאַרש פֿון צה"ל. עד־כּאן! וואָס שטעקט דאָ מער: די סטראַטעגיע פֿון אַ געוועזענעם שלאַכט־גענעראַל, צי די טאַקטיק פֿון אַ פּאָליטיקער ערבֿ די וואַלן? ווי אַ שלאַכט־גענעראַל און שוץ־מיניסטער, האָט ברק געשיקט דאָס מיליטער אין עזה, כּדי אָפּצושטעלן די ראַקעטן־באַשיסונגען און באַשיצן די ישׂראל־שטעט און זייערע אײַנוווינער. איצט, ווען די אָפּעראַציע "צעשמעלצט בלײַ" איז געקומען צו איר לעצטער פֿאַזע, ווי עס ווערט דערקלערט, דער סכּנותדיקסטער, זעט אויס, וואָס קאָן ברענגען צו גרויסע פֿאַרלוסטן און אומגעריכטע סיטואַציעס, האָט דער שלאַכט־גענעראַל זיך באַלד פֿאַרוואַנדלט אינעם פֿירער פֿון דער אַרבעטער פּאַרטיי, וואָס גיי ווייס, צי ס’איז כּדאַי אַזוי צו ריזיקירן?!
וואָס זשע זײַנען זיי פֿונדעסטוועגן געווען די "צוועקן", וועגן וועלכע מ’האָט גערעדט אין די ערשטע טעג פֿון דער מלחמה? אַזוי ווי קיינער אין דער ישׂראל־רעגירונג זאָגט עס נישט אַרויס אויף אַ קול, האַלט מען, אַז זיי באַשטייען פֿון דרײַ קאַטעגאָריעס: אומבאַדינגטע, געוווּנטשענע און טרוימערישע.
די ערשטע קאַטעגאָריע רופֿט זיך איבער מיט דער מיינונג פֿון עוזי לאַנדאַו — צעשמעטערן דעם "כאַמאַס" און מאַכן אַ סוף צו די ראַקעטן־באַשיסונגען, און צו דער געווער־שמוגלערײַ.
די צווייטע — קומען צו אַ סטאַבילן שלום; נידער צו מאַכן מיטן איסלאַמיסטישן רעזשים; ברענגען צו דער מאַכט אַזאַ פּאָליטישן כּוח, וואָס איז מסוגל דאָרט אײַנצושטעלן אַ דעמאָקראַטישע אָרדענונג און פֿירן אַ קאָנסטרוקטיוון דיאַלאָג מיט ישׂראל און אומקערן אַהיים דעם קאַפּראַל גלעד שלית.
די דריטע קאַטעגאָריע איז מער פֿאַרבונדן מיט אַלגעמיינע אויסערלעכע און אינערלעכע אויפֿגאַבעס: אויפֿהייבן דעם אויטאָריטעט פֿון ישׂראל און נאָרמאַליזירן די באַציִונגען מיט די אַראַבישע לענדער; פֿאַרגרעסערן דעם רייטינג בײַ די פֿירנדיקע פּאַרטייען — "קדימה" און "עבֿודה"; אויפֿשטעלן דעם אַמאָליקן שם פֿון דער ישׂראל־אַרמיי סײַ אין דער וועלט און סײַ אין לאַנד גופֿא, בפֿרט נאָכן דורכפֿאַל אין דער צווייטער לבֿנון־מלחמה; ווי אויך אַנדערע שיינע טרוימען.
פֿאַר וואָס נאָר טרוימען? ווײַל דער שלום אין מיטעלן מיזרח ווערט באַטראַכט נישט ווי אַ מצבֿ פֿון פֿירן אַ שטיל לעבן נאָך אַ נצחון, נאָר ווי אַ געצוווּנגענער איבעררײַס צווישן איין מלחמה און אַ צווייטער.