מײַן פֿאָריקן אַרטיקל ("פֿאָרווערטס", דעם 2טן יאַנואַר 2009), וועלכן איך האָב געשריבן אין פֿערטן טאָג פֿון דער לופֿט־"אָפּעראַציע" קעגן עזה, אַ טאָג פֿאַר דעם אַרײַנמאַרש פֿון די יבשה־כּוחות פֿון צה״ל אין "כאַמאַסטאַן", די צום געדיכטסטן באַפֿעלקערטע טעריטאָריע אויף דער וועלט —האָב איך פֿאַרענדיקט מיט דעם פֿאָלגנדיקן זאַץ, מיט וועלכן איך דערלויב זיך דאָ צו עפֿענען דעם הײַנטיקן אַרטיקל:
"געוויינלעך, לערנט מען בײַ אונדז נאָך יעדער מלחמה די מסקנות פֿון די אויספֿאָרש־קאָמיסיעס און ווי אַזוי צו פֿאַרמײַדן די לרובֿ אומפֿאַרמײַדלעכע פֿעלערן אין די פֿריִערדיקע מלחמות; מיר לערנען אָבער נישט, געוויינלעך, וויאַזוי די קומענדיקע מלחמה צו פֿאַרמײַדן".
הײַנט, אין 18טן טאָג פֿון דער מלחמה קעגן דעם "כאַמאַס" — הערן מיר ווידער די זעלבע קלאַנגען, די זעלבע טענות און מענות און די זעלבע מאָטיוון אין דעם געזעלשאַפֿטלעכן וויכּוח ווי בײַם אָנהייב פֿון דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה — די זעלבע דעמאַגאָגיע און די זעלבע מאָביליזאַציע פֿון דעם פּאָפּוליסטישן פּאַטריאָטיזם. מיר זענען אויך עדות פֿון דעם זעלבן אומגעדולד אין נוסח פֿון "נו, לאָמיר שוין זען די רעזולטאַטן!" — הגם די דערוואַרטונגען זענען שוין נישט די זעלבע ווי אין דער פֿריִערדיקער מלחמה קעגן "כעזבאָלאַ" מיט צוויי און אַ האַלבן יאָר צוריק. צה״ל האָט געלערנט, זיך בעסער צוגעגרייט צו דער שלאַכט, איז ווייניקער באַרימעריש, ווי די פּאָליטיקערס, וועלכע האָבן אין יענער מלחמה זיך געיאָגט נאָך דעם נצחון און אים אַפֿילו אָנגעזאָגט, ווי אָלמערט אין זײַן האָפֿערדיקער נצחון־רעדע שוין אין 24־סטן פֿון די 33 טעג פֿון יענער מלחמה, און אַזוי ווי דער געוועזענער שעף פֿון גענעראַל־שטאַב, גענעראַל משה ("באָגי") יעלון, וועלכער האָט פּראָקלאַמירט דעם נצחון איבער דעם טעראָר נאָך דער אָפּעראַציע "חומת מגן" (שוצמויער) אין 2003.
איצט הערט מען שוין ווידער, ווי געזאָגט, די זעלבע טענער, נישט געקוקט דערויף, וואָס צו דער איצטיקער מלחמה איז די אַרמיי געווען בעסער צוגעגרייט און עפֿעקטיווער, ווי אין דער פֿאָריקער. נישט געקוקט אָבער דערויף וואָס ביז איצט האָט צה״ל זיך נישט אָנגעטראָפֿן אויף קיין ערנסטן ווידערשטאַנד מצד דעם "כאַמאַס", און נישט געקוקט אויף דער ריזיקער צאָל פּאַלעסטינער קרבנות און דער געוואַלדיקער צעשמעטערונג פֿון עזה, איר אויסהונגערונג און אויספֿינצטערונג, און אירע ביז איצט 144 צעשמעטערטע קאַנאַלן פֿאַר דעם אַרײַנשטראָם פֿון שפּײַז, פֿון ראַקעטעס און אַנדערע וואָפֿנס אין די 18 טעג פֿון דער ביז איצט כּמעט איינזײַטיקער מלחמה, איז דער מיליטערישער כּוח פֿון "כאַמאַס" נאָך אַלץ נישט געוואָרן אײַנגעבראָכן. דאָס באָמבאַרדירן די אַרומיקע ייִשובֿים מיט ווײַט־ שיסנדיקע ראַקעטעס פֿון כּל־המינים האָט שוין דערגרייכט ביז באר־שבֿע און האָט נאָך ביז הײַנט נישט אויפֿגעהערט. דער "כאַמאַס" וויל נאָך אַלץ אַרײַנציִען די כּוחות פֿון צה״ל אַלץ טיפֿער אין דעם פּלאָנטער פֿון די געדיכט באַפֿעלקערטע געסעלעך אין די פּליטים־לאַגערן, כּדי צו פֿאַרשאַפֿן ישׂראל וואָס מער קרבנות.
גענוי אַזוי ווי איך האָב דעם פֿאָריקן אַרטיקל געשריבן דעם טאָג איידער צה״ל האָט געעפֿנט די צווייטע פֿאַזע פֿון דער "אָפּעראַציע" און אָנגעהויבן באַלאַגערן די שטאָט עזה, אַזוי שרײַב איך דעם הײַנטיקן אַרטיקל — פֿאַרן שליסן די צײַטונג צום דרוק — אין דעם טאָג, ווען דער "כאַמאַס" דאַרף אָננעמען זײַן דעציזיע און ענטפֿערן אויף דעם פֿאַרמיטלונגס־פֿאָרשלאָג פֿון עגיפּטן; און די רעגירונג פֿון ישׂראל דאַרף דעצידירן וועגן עפֿענען די געפּלאַנטע דריטע פֿאַזע פֿון דער מלחמה, צו וועלכער זי האָט שוין מאָביליזירט טויזנטער רעזערוויסטן וואָס האָבן שוין אָנגעהויבן אַרײַנצודרינגען טיף אין דעם געדיכטן דזשונגל פֿון דעם שמאָלן מענטשלעכן וווּלקאַן. ווײַל סײַ אין דעם אָנפֿירנדיקן דרײַלינג פֿון ישׂראל הערשן חילוקי־דעות צווישן אָלמערטן, ברקן און ציפּי לבֿני, און סײַ אין "כאַמאַס" איז פֿאַראַן אַ מחלוֹקת צווישן דער אָרטיקער אָנפֿירונג בראש מיט האַניִאַ, וואָס הערשט פֿון אַ בונקער, און דער העכערער פֿירערשאַפֿט בראש מיט מאַשאַל, וואָס רעגירט פֿון דמשׂק און ווערט סטימולירט פֿון טעהעראַן.
ביז איצט איז דער "כאַמאַס" פֿאַטאַל צעשמעטערט געוואָרן, אָבער ווי אַ רעליגיעז פֿונדאַמענטאַליסטישע טעראָר־באַוועגונג וועט ער אין קיין פֿאַל נישט אַרויסהענגען קיין ווײַסע פֿאָן, וואָס ישׂראל דערוואַרט, און אָלמערטס רעדעס זענען נאָך אַלץ פֿול מיט אָפּטימיזם, אַזוי ווי אין דער פֿריִערדיקער מלחמה. אָבער, אָנגעלערנט פֿון זײַן לעצטער דערפֿאַרונג רעדט ער שוין נישט וועגן קיין נצחון איבער דעם "כאַמאַס" — נאָר מער וועגן זײַן צעשמעטערונג.
דערווײַל ווערן דערהרגעט הונדערטער אומשולדיקע מענטשן, אומזיסטע קרבנות פֿון "כאַמאַס" און פֿון דער מלחמה.
אויב מיר זאָלן וועלן שילדערן דעם בלוטיקן פֿאַרמעסט לויט די סטאַטיסטישע פּאַראַמעטערס אָדער מיט טערמינען פֿון דעם ספּאָרטיוון לעקסיקאָן, וואָלטן מיר די ביז־איצטיקע "רעזולטאַטן" פֿון אָט דער מענטשלעכער און נאַציאָנאַלער טראַגעדיע אין איצטיקן מאָמענט, אין 18טן טאָג פֿון דער מלחמה קעגן "כאַמאַס", רעזומירט מיט די ציפֿערן: 930 : 13. נײַן הונדערט און דרײַסיק דערהרגעטע און איבער 4000 פֿאַרוווּנדיקטע פּאַלעסטינער קעגן 13 ישׂראלים. אַרום 500 פֿון די פּאַלעסטינער הרוגים זענען געווען מונדירטע, מערסטנס באַוואָפֿנטע מענטשן פֿון "כאַמאַס" — אײַנגעשלאָסן פּאָליציי, פֿײַערלעשער און אַנדערע ציווילע פֿונקציעס. די איבעריקע בערך 450 נפֿשות זענען פֿרויען און קינדער. די צאָל פֿאַרוווּנדיקטע ישׂראלים דערגרייכט צו די צענדליקער. דאָס איז די פֿאַרהעלטעניש צווישן די צדדים אין דעם איצטיקן בלוטיקן פֿאַרמעסט. דאָס איז די "פּראָפּאָרץ" פֿון די קרבנות אין אָט דעם "קליינעם מלחמהלע", וואָס איז נאָך נישט פֿאַרענדיקט, און אין וועלכער יעדער צד ציילט נאָר זײַנע קרבנות און די פֿאַרברעכנס פֿון דעם אַנדערן צד, דעם שׂונא.
דאָס איז דער דערווײַליקער רעזולטאַט פֿון דער מלחמה, וואָס האָט זיך אירע אייגענע געזעצן פֿון מאָראַל און פֿון דעם געהייליקטן בײַ אונדז "טוהר הנשק" — "זויבערקייט פֿון וואָפֿן". די סניגורים, די דיפּלאָמירטע "פּאַטריאָטן" און זייערע אַדוואָקאַטן וועלן שטענדיק געפֿינען די געהעריקע מאָטיוון, ווי למשל, וואָס איז אמת, אַז דער "כאַמאַס" באַנוצט זיך מיט ווײַבער און קינדער ווי "לעבעדיקע שוץ־פּאַנצערס", אַז זיי שיסן זייערע ראַקעטעס פֿון שולן, פֿון מעטשעטן, פֿון ערטער וווּ עס זענען פֿאַרזאַמלט ציווילע מענטשן, און צה״ל האָט נישט קיין אַנדער ברירה ווי צו שיסן אַהין — ווי עס איז אויך דאָס מאָל געשען, אַזוי ווי אין פּליטים־לאַגער פֿון דער "יו־ען" אין לבֿנון; און עס טרעפֿן אויך, ווי אין יעדער מלחמה, אומפֿאַרמײַדלעכע טעותן — ווי דאָס מאָל אין אַ שול, וואָס מיט איר האָט זיך די "יו־ען" באַנוצט, כּדי צו באַשיצן ציווילע בירגער, אַנטלאָפֿענע פֿון אַנדערע באָמבאַרדירטע הײַזער אין עזה; און ס’איז אמת אויך, אַז די טעראָריסטן פֿון "כאַמאַס" פֿאַרלייגן מיט מינעס די בנינים פֿון שולן און פֿון אַנדערע עפֿנטלעכע אַנשטאַלטן קעגן די כּוחות פֿון צה״ל אאַז״וו, — ווי תּירוצים פֿאַר ישׂראל צו באַרעכטיקן דאָס באָמבאַרדירן ציווילע אָביעקטן מיט אומשולדיקע מענטשן אין זיי.
דאָס זענען, ווי געזאָגט, די מאָטיוון צו כּשרן די הערשנדיקע מאָראַלישע נאָרמעס אין דער מלחמה. און ווער עס קריטיקירט זיי און פֿאַררופֿט זיך אויף דעם "עטישן קאָדעקס" און אויף דער "זויבערקייט פֿון וואָפֿן", ווערט געשטעמפּלט ווי אַ פֿאַררעטער" און ווערט באַשולדיקט דורך די "פּאַטריאָטן" אין דעם, אַז ער שעדיקט דעם "קעמפֿערישן מאָראַל", דעם "גײַסט און די מאָטיוואַציע פֿון קאַמף".
ישׂראל, וואָס איז באַדראָט און טעראָריזירט פֿון "כאַמאַס", האָט רעכט זיך צו פֿאַרטײַדיקן, אָבער ווי אַ מדינה קאָן זי זיך נישט באַנוצן מיט די ברוטאַלע מעטאָדן פֿון אירע שונאים. זי האָט גענוג כּוח זיי צו באַזיגן, אָבער יעדער ראַדיקאַל־נאַציאָנאַליסטישער מנהיג, ווען ער קומט צו דער מאַכט, איבערצײַגט זיך און פֿאַרשטייט, אַז אויך כּוח איז באַגרענעצט, ווי אַריאל שרון, דער כּהן פֿון מיליטערישן כּוח, האָט עס בשעתו דערקלערט. ברוטאַלע האַנדלונגען, קאָלעקטיווע באַשטראָפֿונגען ברייטערן אויס יעדעס מאָל אַלץ מער און מער דעם קרײַז פֿון די געטראָפֿענע משפּחות, וואָס זייערע פילצאָליקע קינדער און די קינדערס קינדער וועלן אויף דורות טראָגן אין זיך דעם האַס און דעם ווילן זיך נוקם צו זײַן אין ישׂראל און אין די ייִדן פֿאַרן טויט און פֿאַר די לײַדן פֿון זייערע טאַטעס, ברידער און אַנדערע קרובֿים.
אין ציווילן לעבן פֿון אַ דעמאָקראַטישער מדינה, דהײַנו, אין מדינת־ישׂראל, איז געוואָרן אָפּגעשאַפֿט טויט־שטראָף פֿאַר יעדן, אַפֿילו פֿאַר שולדיקע אין אַ געפּלאַנטן אָדער באַוווּסטזיניקן מאָרד, טאָמער וואָלט זיך שפּעטער אַרויסגעוויזן, אַז דער טויט־אורטייל איז געווען אַ טעות — און בכלל מחמת דעם געבאָט פֿון "לא תרצח". די קעגנזײַטיקע שׂינאה און דער קעגנזײַטיקער פּחד וועגן איבער אַלע מאָראַלישע און ראַציאָנעלע צוימונגען און באַוועגן דעם יצר פֿון מלחמה מיט אַלע אירע נעגאַטיווע פֿאָלגן.
עס איז אַלעמען באַקאַנט די פֿראַזע פֿון דעם דײַטשישן סטראַטעגיע־דענקער קאַרל פֿאָן קלאַוזעוויץ, אַז "מלחמה איז אַ המשך פֿון דער פּאָליטיק, נאָר אין אַן אַנדערער פֿאָרם און מיט אַנדערע מיטלען". צו דעם דאַרף מען אָבער צוגעבן, אַז אַ מלחמה איז לרובֿ דער פֿרוכט פֿון אַ פֿעלערהאַפֿטער פּאָליטיק. עס זענען פֿאַראַן גערעכטע מלחמות פֿאַר זעלבסטפֿאַרטיידיקונג, און אַזאַ איז געווען דער אָנהייב פֿון דער איצטיקער מלחמה. אַ מלחמה, ווי עס איז שוין אַזוי פֿיל מאָל געזאָגט געוואָרן, ווייסט מען ווען זי הייבט זיך אָן, אָבער מען ווייסט נישט, ווען און ווי אַזוי זי וועט זיך פֿאַרענדיקן. פֿאַראַנטוואָרטלעכע און פֿאַרנונפֿטיקע פּאָליטישע מנהיגים דאַרפֿן דעריבער קודם־כּל וויסן, ווי אַזוי זי צו פֿאַרמײַדן. און ווען זי ברעכט שוין אויס, דאַרפֿן זיי וויסן ווען זי אָפּצושטעלן, כּדי צו פֿאַרמײַדן נאָך אומזיסטע קרבנות.
מיטן פֿאַרענדיקן די ערשטע "געלונגענע" פֿאַזע האָט זיך געשאַפֿן דער געהעריקער מאָמענט דאָס צו טאָן, און עס וואָלטן פֿאַרמיטן געוואָרן הונדערטער אומזיסטע און אומשולדיקע קרבנות. ווײַל — דער קלאַפּ איז שוין געווען אַזאַ שטאַרקער, אַז דער "כאַמאַס" וועט שוין האָבן צו געדענקען, כאָטש ער וואָלט זיך במילא נאָך דעם באַרימט, אַז דאָס האָט ער אָפּגעהאַלטן דעם נצחון. זאָל זײַן אַזוי, אַבי מענטשלעכע לעבנס זאָלן ווערן אָפּגעראַטעוועט.
צו דער איצטיקער סעריאַלער מלחמה האָבן די קאָמאַנדירן און אָנפֿירער פֿון דער אַרמיי, ווי געזאָגט, ווער מער און ווער ווייניקער, געלערנט פֿון די פריִערדיקע מלחמות און פֿון זייערע פֿעלערן. די פּאָליטיקער האָבן אָבער ביז איצט נישט געלערנט ווי אַזוי די מלחמה צו פֿאַרמײַדן. עס איז אויך אַ ספֿק, צי זיי האָבן געלערנט וועגן דער נישט־האַפֿטיקייט פֿון דער פֿרײַנדשאַפֿט מצד די מנהיגים פֿון דער וועלט און דעם גלויבן אין זייערע הבֿטחות.
די איצטיקע מלחמה האָט קלאָר באַשטעטיקט דעם כּלל, אַז אין די באַציִונגען צווישן מדינות איז נישט פֿאַראַן קיין אייביקע פֿרײַנדשאַפֿט און קיין אייביקע טרײַשאַפֿט: עס איז נאָר פֿאַראַן די טרײַשאַפֿט, ווי זיי פֿאַרשטייען, צו זייערע אייגענע מלוכישע אינטערעסן. דאָס האָט זיך איצט אויסגעדריקט אין דער אָפּשטימונג איבער דער רעזאָלוציע אין זיכערהייט־ראַט פֿון דער "יו־ען", אין וועלכער ישׂראל ווערט גערופֿן אָפּצושטעלן דאָס פֿײַער, אָבער עס ווערט מיט קיין וואָרט נישט דערמאָנט דער טעראָר פֿון "כאַמאַס" און אויך נישט זײַן ראַקעטן־אָפֿענסיווע קעגן די ייִדישע ישובֿים אַרום עזה.
מעגן די קעגנערס פֿון אַ טעריטאָריאַלער פּשרה און פֿון א ישׂראלדיקער שלום־איניציאַטיוו ווידער טענהן, אַז "די גאַנצע וועלט איז קעגן אונדז" און אַז מיר קענען זיך פֿאַרלאָזן נאָר אויף זיך און אויפֿן רבונו של־עולם — קענען מיר אָן דער אונטערשטיצונג פֿון די גרויסמאַכטן קיין אייגענעם קיום נישט האָבן, ווי שטאַרק מיר זאָלן נישט זײַן מיליטעריש.
אין פּוילישן לשון איז פֿאַראַן דאָס ווערטל "קלוג ווערט דער פּאָלאַק נאָך דעם שאָדן". אין העברעיִשן לשון זאָגט מען: "חכמים לאחר מעשה". אַ ייִדיש ווערטל זאָגט, אַז אַ חכם איז דער, וואָס לאָזט זיך נישט אַרײַנציִען אין קיין סיטואַציע, פֿון וועלכער ער זאָל זיך נישט קענען אַרויסקריגן.
וווּ געפֿינט מען הײַנט דעם דאָזיקן חכם אין אַ לאַנד פֿון אַזוי פֿיל חכמים?
תּל־אביב, 13טער יאַנואַר 2009