ליטעראַטור, געשיכטע
וויקטאָר טשערנאָוו. 
אין דער פּאַרטיי 
סאָציאַליסטן־רעוואָלוציאָנערן׃ 
זכרונות וועגן אַכט פֿירער. פּעטערבורג׃
וויקטאָר טשערנאָוו. אין דער פּאַרטיי סאָציאַליסטן־רעוואָלוציאָנערן׃ זכרונות וועגן אַכט פֿירער. פּעטערבורג׃

דאָס בוך פֿון וויקטאָר טשערנאָוו (1873 — 1952), איינער פֿון די גרעסטע רוסישע רעוואָלוציאָנערן, געהערט צו די וויכטיקסטע מקורים פֿאַר דער רוסישער געשיכטע, אָבער ביז לעצטנס איז עס געווען צוטריטלעך בלויז אין ייִדיש. אַרויסגעגעבן אין ניו־יאָרק דורך "גריגאָרי גערשוני ברענטש" פֿון "אַרבעטער־רינג" אין 1948, באַשטייט דאָס בוך פֿון אַכט פֿאַרצייכענונגען, וועלכע זײַנען פֿריִער דערשינען אינעם "פֿאָרווערטס".

טשערנאָוו, וועלכער שטאַמט פֿון אַן עכט־רוסישער משפּחה, האָט קיין ייִדיש ניט געקענט. ער האָט אָנגעשריבן זײַנע זכרונות אויף רוסיש, אָבער דער רוסישער אָריגינאַל איז פֿאַרבליבן אין זײַן אַרכיוו, און נאָך זײַן טויט איז אַרײַן אין דער זאַמלונג פֿון הוּווער־אינסטיטוט אין סטענפֿאָרד, קאַליפֿאָרניע. דער אָריגינעלער רוסישער טעקסט איז גרעסער פֿונעם ייִדישן, און פֿאַרמאָגט אַ סך אינטערעסאַנטע פּרטים, וועלכע זײַנען ניט אַרײַן אין דער ייִדישער פּובליקאַציע. דערצו נאָך דאַרף מען צוגעבן, אַז אַפֿילו די גוטע איבערזעצונג פֿון וויקטאָר שולמאַן איז ניט בכּוח איבערצוגעבן דעם חן פֿון טשערנאָווס רוסישן סטיל מיט זײַן געמיש פֿון פּאַטעטישער לײַדנשאַפֿט און לירישער ווייכקייט.

טשערנאָוו שאַפֿט לעבעדיקע פּאָרטרעטן פֿון אַכט ייִדישע רעוואָלוציאָנערן — מאַרק נאַטאַנסאָן, חיים זשיטלאָווסקי, ש. אַנ־סקי, איליאַ רובאַנאָוויטש, מיכאל און אַבֿרהם גאָץ, גריגאָרי גערשוני און אָסיפּ מינאָר — וועלכע האָבן געהאָלפֿן צו שאַפֿן דעם גרעסטן און שטאַרקסטן רעוואָלוציאָנערן כּוח אין רוסלאַנד, די פּאַרטיי פֿון סאָציאַליסטן־רעוואָלוציאָנערן ("עס־ערן"). יעדער איינער פֿון זיי האָט געהאַט אַן אייגענע ראָלע אין דער פּאַרטיי׃ זשיטלאָווסקי ווי אַ טעאָרעטיקער, נאַטאַנסאָן ווי אַן אָרגאַניזאַטאָר, גערשוני ווי דער פֿאַרוואַלטער מיט דער טעראָריסטישער "שלאָג־אָרגאַניזאַציע", רובאַנאָוויטש ווי דער "מיניסטער פֿאַר אויסערלעכע ענינים". דערצו דאַרף מען צוגעבן מנחם־מענדל ראָזנבאַום, דעם קוריער, וועלכער האָט געשמוגלט די אומלעגאַלע "סחורה" איבער דער עסטרײַכיש־רוסישער גרענעץ, און יעוונאָ אַזעף, דעם גרעסטן פּראָוואָקאַטאָר אין דער געשיכטע; מען וועט באַקומען אַ בילד פֿון דער ייִדישער באַטייליקונג אין דער "עס־ערישער" בראַנזשע פֿון דער רוסישער רעוואָלוציע.

די סאָציאַליסטן־רעוואָלוציאָנערן האָבן געהאַט צוויי שׂונאים׃ דעם צאַרישן רעזשים און די סאָציאַל־דעמאָקראַטן, וועלכע האָבן באַזירט זייער וועלט־אַנשויונג אויף דער מאַרקסיסטישער טעאָריע. אין אונטערשייד צו די סאָציאַל־דעמאָקראַטן פֿון פֿאַרשידענע שאַטירונגען — דעם "בונד", די "מענשעוויקעס" און די "באָלשעוויקעס" — האָבן די "עס־ערן" געגלויבט, אַז רוסלאַנד קאָן איבערהיפּן די קאַפּיטאַליסטישע שטופֿע אין דער סאָציאַל־עקאָנאָמישער אַנטוויקלונג און גלײַך דערגרייכן אין סאָציאַליזם. דאָס רוסישע פֿאָלק איז אין זייערע אויגן געווען דער "עם־קדוש", וואָס האָט אַ ספּעציעלן היסטאָרישן שליחות. דערבײַ האָבן זיי געהאַט דרך־ארץ פֿאַר אַנדערע פֿעלקער, בפֿרט פֿאַר ייִדן, און זיי צוגעזאָגט פֿולע רעכט אין דער צוקונפֿטיקער רוסישער געזעלשאַפֿט. אַנטיסעמיטיזם האָבן זיי פֿאַררעכנט פֿאַר אַן איבערבלײַבעכץ פֿונעם אַלטן צאַרישן רעזשים.

טשערנאָוו האָט אַ סך סימפּאַטיע פֿאַר ייִדן בכלל און פֿאַר זײַנע ייִדישע פּאַרטיי־חבֿרים בפֿרט. אַ געוויסן נעגאַטיוון טאָן שפּירט מען נאָר אין זײַן פּאָרטרעט פֿון זשיטלאָווסקין, וועלכער איז אויף דער עלטער געוואָרן אַ חסיד פֿונעם סטאַלינישן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. טשערנאָוו באַוווּנדערט די קאָמבינאַציע פֿון דער אידעאַליסטישער מסירת־נפֿשדיקייט מיט דער קאַלטבלוטיקער פּראַקטישקייט, וואָס האָט אויסגעצייכנט די ייִדישע רעוואָלוציאָנערן. דאָס רובֿ פֿון זיי האָבן געשטאַמט פֿון פֿאַרמעגלעכע משפּחות און האָבן זיך אָפּגעזאָגט פֿון דעם "נאָרמאַלן" לעבן צוליב דער רעוואָלוציע. זייערע מאָטיוון בלײַבן ניט דערקלערט אינעם בוך, אָבער דאָס האָט געהאַט ווייניק צו טאָן מיט דער אַנטי־ייִדישער דיסקרימינירונג אינעם צאַרישן רוסלאַנד, ווײַל דווקא אָט די מענטשן האָבן דערפֿון ניט געליטן.

ווען מע לייענט טשערנאָווס בוך הײַנט, אין דער תּקופֿה פֿון "אַל־קאַיִדאַ" און זעלבסטמערדערישע טעראָריסטן, קאָן מען ניט אַוועקמאַכן מיט דער האַנט די האַרבע קשיות׃ ווי אַזוי האָבן אָט די אינטעליגענטע, סימפּאַטישע, אייראָפּעיִש־געבילדעטע ייִדן געקאָנט אַזוי קאַלטבלוטיק צוגרייטן און דורכפֿירן הונדערטער פּאָליטישע אַטענטאַטן? פֿאַר טשערנאָוו און זײַנע חבֿרים איז טעראָר געווען נאַטירלעך, און זיי האָבן, אַ פּנים, ניט געזען דערין קיין מאָראַלישע פּראָבלעם.

זיי האָבן זיך באַטראַכט ווי קרבנות, גערודפֿט, צוערשט, דורכן צאַרישן רעזשים, און דערנאָך דורך די באָלשעוויקעס. אַ סך צײַט האָבן זיי פֿאַרבראַכט אין אויסלאַנד, ווײַל אין רוסלאַנד האָט אויף זיי תּמיד געוואַרט די תּפֿיסה אָדער אַפֿילו די תּליה. די רעוואָלוציע איז געוואָרן אַ מין קולט, וואָס האָט געפֿאָדערט מענטשלעכע קרבנות, סײַ מצד אירע אָנהענגער, און סײַ מצד אירע קעגנער.

ניט ווייניקער אינטערעסאַנט איז אַן אַנדערער אַספּעקט פֿון טשערנאָווס זכרונות, דהײַנו, די פּסיכאָלאָגישע קרובֿישאַפֿט צווישן רעוואָלוציע און פּראָוואָקאַציע. אויף דער זײַט פֿון דער צאַרישער פּאָליציי האָבן געאַרבעט קלוגע און איבערגעגעבענע מענטשן, וועלכע האָבן געהאַט אייגענע פּלענער פֿאַר רעפֿאָרמירן דעם צאַרישן רעזשים. פֿאַר דעם האָבן זיי געוואָלט אויסנוצן די רעוואָלוציאָנערע באַוועגונג. דער סאַמע באַרימטער פֿון זיי איז געווען דער זשאַנדאַרם־פּאָלקאָווניק סערגיי זובאַטאָוו, וועלכער האָט געשאַפֿן, אונטער דער השגחה פֿון דער געהיים־פּאָליציי, אַן "אומאָפּהענגיקע ייִדישע אַרבעטער־פּאַרטיי" ווי אַ קעגנטייל צו דעם "בונד".

זובאַטאָווס נאָענטע מיטאַרבעטערין, מאַניע ווילבושעוויטש (שפּעטער שוחט) איז דערנאָך געוואָרן אַ וויכטיקע טוערין אין דער קיבוץ־באַוועגונג אין ארץ־ישׂראל. טשערנאָוו באַשרײַבט, ווי ער האָט זי געטראָפֿן מיט יאָרן שפּעטער אין אַ קיבוץ׃ "זי האָט ניט ליב געהאַט צו ריידן, אויסגעמיטן די פֿאַרסמטע זכרונות פֿון אַ מאָל". להיפּוך צו ווילבושעוויטש, האָבן מיכאל גאָץ און גערשוני גלײַך דערקענט די פּאַסטקע, וואָס זובאַטאָוו האָט צוגעגרייט פֿאַר זיי, און האָבן באַוויזן אים אָפּצונאַרן. די דאָזיקע קאַץ־און־מויז־שפּיל צווישן דער פּאָליציי און די טעראָריסטן איז אויך אַ טעמע, וואָס האָט אַ געוויסן אָפּהילך אינעם הײַנטיקן לעבן. טשערנאָווס בוך וואָלט געווען ביז גאָר אינטערעסאַנט ניט נאָר פֿאַר די, וואָס אינטערעסירן זיך מיט דער געשיכטע פֿון דער רוסישער רעוואָלוציע, נאָר אויך פֿאַר די, וואָס ווילן בעסער פֿאַרשטיין די אינעווייניקע ספּרוזשינעס, וואָס טרײַבן אַ "נאָרמאַלן" מענטש צו ווערן אַ ראַדיקאַלער רעוואָלוציאָנער.