- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין 1992 איז געגרינדעט געוואָרן דער ניו־יאָרקער ייִדישער פֿילם־פֿעסטיוואַל, צונויפֿגעשטעלט פֿונעם "ייִדישן מוזיי" אין ניו־יאָרק און דער חשובֿער "פֿילם־געזעלשאַפֿט בײַם לינקאָלן־צענטער". במשך פֿון דער צײַט, איז עס געוואָרן איינער פֿון די וויכטיקסטע אונטערנעמונגען אין וועלכער מע קען זען פֿילמען פֿון דער גאַנצער וועלט, וואָס האָבן אַ שײַכות צום ייִדישן לעבן און קענען ווערן אָפּגעשאַצט. הײַנטיקס יאָר וועט דער פֿעסטיוואַל פֿאָרקומען פֿונעם 14טן יאַנואַר ביזן 29סטן יאַנואַר און אַרײַננעמען סײַ לענגערע נאַראַטיווע פֿילמען, סײַ קירצערע און דאָקומענטאַלע פֿילמען. עטלעכע פֿילמען ווײַזט מען צום ערשטן מאָל. אין צוגאָב צו די נײַע פֿילמען וועט מען קענען זען, ווי אַלע יאָר, וויכטיקע אַלטע פֿילמען וואָס זענען אָקאָרשט רעסטאַוורירט געוואָרן. בײַ דער עפֿענונג, מיטוואָך, דעם 14טן יאַונואַר, האָט מען געוויזן אַ נײַעם דאָקומענטאַר־פֿילם אויף דער טעמע, וואָס איז גוט באַקאַנט אַ סך פֿון די ניו־יאָרקער ייִדן. מיכל גאָלדמאַנס "At Home in Utopia" [אין אוטאָפּיע בײַ זיך אין דער היים] באַשרײַבט די געשיכטע פֿון קאָאָפּאַראַטיווע הײַזער אין בראָנקס, בפֿרט די לינקע "פֿאַראייניקטע אַרבעטער קאָאָפּאַרעטיווע קאָלאָניע", מער באַקאַנט ווי "די קופּס". דאָרטן האָבן זיך באַזעצט טויזנטער ייִדישע אַרבעטער, קאָמוניסטן, אָדער סימפּאַטיש געשטימט צו די קאָמוניסטן אין די 1920ער, 1930ער און 1940ער יאָרן. אַגבֿ האָט דאָרטן געבליט אַ ייִדיש קולטור־לעבן מיט פֿאָלקשולן און כאָרן.
דעם זעלבן אָוונט האָט מען געוויזן דעם קורצן פֿילם אויף ייִדיש פֿון אַ פֿאָרשטעלונג פֿון יאָסל קאָטלער און זײַנע מאַריאָנעטן פֿון 1935. ווי ווײַט מיר ווייסן, איז דער פֿילם, צוזאַמען מיטן קורצן פֿילם פֿון שׂימחה שוואַרצעס פּאַריזער טרופּע "האַקל־באַקל", די איינציקע פֿילם־דאָקומענטאַציע פֿונעם שאַפֿערישן מאַריאָנעטן־טעאַטער אויף ייִדיש. וואָס שייך אַנדערע פֿילמען אויף ייִדיש בײַם פֿעסטיוואַל, ווײַזט מען נאָר אַלטע, נישט קיין נײַע. אין פֿאַרבינדונג מיט דער אויסשטעלונג "שאַגאַל און די קינסטלער פֿונעם רוסיש־ייִדישן טעאַטער 1919—1948" אינעם "יִידישן מוזיי", וועט מען קאָנען זען צוויי פֿילמען לכּבֿוד דעם אַקטיאָר שלמה מיכאָעלס. דער סאָוועטישער שטום־פֿילם, "ייִדישע גליקן" [מנחם־מענדל], האָט רעזשיסירט דער באַקאַנטער אַלעקסיי גראַנאָווסקי אין 1925. מיכאָעלס שפּילט די ראָלע פֿון שלום־עליכמס לופֿטמענטש מנחם־מענדל. דעם פֿילם קען מען זען דעם 18טן יאַנואַר, 1:00 בײַ טאָג. בײַ דער פּיאַנע וועט מע שפּילן אַ צוגעפּאַסטע באַגלייטונג. אין 1932 האָט מיכאָעלס געשפּילט אינעם פֿילם "נתן בעקער פֿאָרט אַהיים"; דער איינציקער רוסיש־ייִדיש שפּראַכיקער קלאַנג־פֿילם פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. "נתן בעקער" לויבט די סאָוועטישע געזעלשאַפֿט און קריטיקירט דאָס אַמאָליקע שטעטל־לעבן. דעם פֿילם ווײַזט מען זונטיק, דעם 25סטן יאַנואַר, 5:15 בײַ טאָג.
נאָך אַ פֿילם אויף ייִדיש, אויך אויף ס׳נײַ איבערגעמאַכט, איז "דער פּורים־שפּילער", פֿילמירט אין פּוילן אין 1937 מיט די אַקטיאָרן מרים קרעסין, זיגמונט טורקאָוו און הײַמי דזשייקאָבסאָן. מע ווײַזט דעם פֿילם מאָנטיק, דעם 19טן יאַנואַר, 1:00 בײַ טאָג. צו באַקומען אינפֿאָרמאַציע וועגן אַלע פֿילמען, גיט אַ קוק אויף דער וועבזײַט פֿונעם "ייִדישן מוזיי" — www.thejewishmuseum.org, אָדער קלינגט 5601־875־212. |