שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"

טײַערע חזנטע,

פּלוצעם האָב איך באַמערקט, אַז מײַן מאַן איז אַלט געוואָרן! ער איז אַ בן־שישים און איך בין מיט בלויז דרײַ יאָר ייִנגער, אָבער איך האָב דערפֿילט, מיט אַ מאָל, אַז דער חילוק צווישן אונדז איז אַ ריזיקער. איך האָב הנאה פֿון פֿאַרברענגען מיט חבֿרים, עסן אין די רעסטאָראַנען, גיין אין טעאַטער און כּל־המינים אַקטיוויטעטן. האַרווי פֿלעגט הנאה האָבן פֿון די זעלבע זאַכן, אָבער לעצטנס, איז ער מער צופֿרידן צו בלײַבן אין דער היים, קוקן טעלעוויזיע און זיך לייגן פֿרי שלאָפֿן. ער באַוועגט זיך מער פּאַמעלעך, ער עסט מער פּאַמעלעך און, עס דאַכט זיך מיר, אַז ער טראַכט אַפֿילו מער פּאַמעלעך. וואָס קען איך טאָן, ער זאָל נישט ווערן אַן אַלטער?

יונגע פֿרוי


טײַערע יונגע פֿרוי,

עס זענען פֿאַראַן געוויסע אַספּעקטן פֿון ווערן אַלט, וואָס מע קען נישט אָפּשטעלן. פֿיזישע בײַטן געשען בײַם ווערן אַלט און אויב האַרווי באַוועגט זיך פּאַמעלעכער, וועט גאָר נישט העלפֿן, אַפֿילו ווען איר בעט אים זיך צו רירן גיכער. איר דאַרפֿט קאָנטראָלירן בײַ אַ דאָקטאָר, צי ער האָט נישט קיין פֿיזישע פּראָבלעמען.

וואָס שייך זײַן אַפּאַטיע צו די פֿאַרשיידענע אַקטיוויטעטן — רעדט מיט אים וועגן דעם. זאָגט אים, אַז עס בענקט זיך נאָך דער צײַט ווען איר האָט געטאָן זאַכן צוזאַמען. אפֿשר קענט איר אויסקלײַבן עטלעכע ספּעציעלע אונטערנעמונגען יעדן חודש, אין וועלכע איר קענט ביידע זיך באַטייליקן. געדענקט, אַז עלטערן זיך אין איינעם איז אַ ברכה, נישט קיין קללה.


טײַערע חזנטע,

איך האָב אַ וואַרעם, ליבלעכע באַציִונג צו מײַן מאַן. מיר האָבן חתונה געהאַט מיט 6 יאָר צוריק, און האָבן זיך באַקענט מיט צוויי יאָר פֿריִער. מיר זענען גליקלעך צוזאַמען און האָבן אַ "געזונטע" באַציִונג. פֿון דעסטוועגן האָבן זיך מיר לעצטנס אָנגעהויבן חלומען אַנדערע מענער. כּמעט יעדע נאַכט קומען צו מיר חלומות וועגן אַלטע חבֿרים פֿון יאָרן צוריק. אין די חלומות בין איך יונג, אָן אַ מאַן און צופֿרידן צו זײַן מיט זיי ווידער. מײַן מאַן באַווײַזט זיך קיין מאָל נישט אין די חלומות און עס פּײַניקט מיך, וואָס די מענער קומען צו מיר אין חלום — עטלעכע פֿון זיי האָבן מיך אין גאַנצן נישט לײַטיש באַהאַנדלט! פֿאַר וואָס קומט דאָס פֿאָר?

בעל־חלומותטע


טײַערע בעל־חלומותטע,

אפֿשר האָבן די חלומות גאָר נישט קיין שײַכות צו אײַער מאַן? עס זענען פֿאַראַן אָנגעשטרענגטע פּרטים פֿון אײַער לעבן וואָס האָבן נישט עקזיסטירט מיט יאָרן צוריק? האָט איר מורא אַלט צו ווערן? עס קען זײַן, אַז די חלומות טראָגן אײַך איבער אין אַ צײַט פֿון אײַער יוגנט ווען די זאָרג אין לעבן האָט געפֿעלט, און אין אײַער מוח בינדט איר צונויף די זאָרגלאָזע צײַט מיט די דאָזיקע מענער. נאָר איר זענט מסוגל אויסצוטײַטשן אײַערע אייגענע חלומות. זאָרגט זיך נישט וועגן דעם. דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן מיט אײַער מאַן איז די ווירקלעכקייט, און אײַערע חלומות טאָרן נישט צעשטערן אײַערע גוטע באַציִונגען.


טײַערע חזנטע,

איך בענק זייער נאָך מײַן פֿרוי ווען זי גייט אַרויס פֿון שטוב. מיר דאַכט, אַז זי בענקט נישט אַזוי נאָך מיר — און דאָס טוט וויי. איך קלינג איר דעם גאַנצן טאָג און זאָג ווי שטאַרק איך האָב זי ליב און בענק נאָך איר. זי איז אַלע מאָל צו פֿאַרנומען, און כאָטש זי רעדט אַרויס די ווערטער, און איך ווייס, אַז זי האָט מיך טאַקע ליב, פֿאַרשטיי איך אויך, אַז זי בענקט נישט נאָך מיר, און, אַז ס‘געפֿעלט איר אַפֿילו וואָס זי האָט צײַט, אַליין פֿאַר זיך. זאָל איך איר זאָגן, אַז דאָס אַרט מיך, אָדער זאָל איך אײַנהאַלטן די געפֿילן און שווײַגן?

נישט קיין אַליין־גייער


טײַערער נישט קיין אַליין־גייער,

געוויסע מענטשן האָבן ליב צו בלײַבן אַליין און מער אומאָפּהענגיק ווי אַנדערע. איר ווייסט, אַז אײַער פֿרוי האָט אײַך ליב, האַלט איך, אַז ס‘וואָלט בעסער געווען, ווען איר מאַכט זי נישט פֿילן זיך שולדיק פֿאַרן גוט פֿאַרברענגען די צײַט אָן אײַך. איך נעם אָן, אַז זי גייט אַרויס אָדער אַוועק צו זען משפּחה און פֿרײַנד, אָדער צו דער אַרבעט; אויב אַזוי, זענען אפֿשר אײַערע טעלעפֿאָן־קלונגען אַ קאָפּדרייעניש. אַנשטאָט דעם, קלינגט איר איין מאָל אַ טאָג וועט זי בענקען נאָך אײַך מער — איך פֿאַרזיכער אײַך!

* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024