פֿאַראַן מענטשן, וואָס לײַדן פֿון אַן אַלערגיע אויף קליישטאָף (גלוטען) — אַ סובסטאַנץ וואָס געפֿינט זיך אין ווייץ, קוקורוזע און געוויסע אַנדערע תּבֿואות. לכּבֿוד זיי ברענג איך דאָ דאָס געשמאַקע מאכל, וואָס האָט בכלל נישט קיין קליישטאָף.
5 קליינע קאַרטאָפֿליעס, צערעפֿטלט
1/2 טעפּל ציבעלע, צערעפֿטלט
1 מער, צעשניטן, צערעפֿטלט
6 קליינע בראָקאָלי־בלימעלעך
1 האַלבע זוקיני, צעשניטן
2 ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט
2 לעפֿל איילבערט־בוימל
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק
1 טעפּל שווייצער אָדער טשעדאַר־קעז
3 אייער
1/2 טעפּל ווײַסלעך
1/2 טעפּל ווייניק־פֿעטיקע סמעטענע
אַ לעק מושקאַט
הייצט אָן דעם אויוון אויף 375 גראַד (190 צעלזיוס). מישט צונויף די ערשטע 8 באַשטאַנדטיילן אין אַ בעקן און באַקט אים אָפּ אין אויוון בערך 40 מינוט. נעמט אַרויס דעם בעקן, אָבער לעשט נישט אויס דעם אויוון.
באַשפּריצט מיט בוימל אַ קײַלעכיקן בעקן, און שיט אַרײַן אַהין די אָפּגעבראָטענע גרינסן. בעשיט עס מיטן קעז.
אין אַ באַזונדער שיסעלע צעקלאַפּט די אייער, ווײַסלעך, סמעטענע און מושקאַט און באַגיסט מיט דעם די גרינסן. שטעלט דאָס גרינסן־געמיש אין מיטן אויוון און באַקט בערך אַ האַלבע שעה, ביז אַ מעסער וואָס איר שטעכט אַרײַן קומט אַרויס ריין. דערלאַנגט צום טיש מיט אַ סאַלאַט.