|
צוליב דעם מלחמה־מצבֿ אין דרום פֿון לאַנד זענען געקומען צום "לייוויק־הויז"
אין תּל־אָבֿיבֿ אַ גרופּע קינדער פֿון באר־שבֿע. די גרופּע קינדער, אין עלטער פֿון 3 ביז 5 יאָר, האָבן אָנטיילגענומען מיט די עלטערן אין אַ קלאַס אָנגעפֿירט פֿון חנה פּאָלין־גלאַי און דניאל גלאַי. |
|
(קאַמפֿן אָן אָפּשטעל אויף אַלע פֿראָנטן)
דער הײַנטיקער "בריוו פֿון ירושלים" ווערט געשריבן אין דעם 16טן טאָג פֿון דער בלוטיקער מלחמה פֿון דער ישׂראל־אַרמיי קעגן די "כאַמאַס"־טעראָריסטן אין דעם עזה־פּאַס.
די קאַמפֿן גייען אָן אָן אויפֿהער מיט הונדערטער אומגעקומענע און טויזנטער פֿאַרוווּנדעטע אויף ביידע זײַטן פֿון די פֿראָנט־ליניעס. דאָס מאָל איז עס שוין ניט "זבענג וגמרנו!" — וואָס הייסט "געבן אַ קורצן,
דעצידירנדיקן טראַסק" — אַ שלאָגוואָרט, וואָס איז געווען פּאָפּולער בשעת די פֿאַרגאַנגענע קאָנפֿראָנטאַציעס מיט דעם אַראַבישן שׂונא.
במשך פֿון קאַרגע 8 יאָר, ניט געקוקט אויף די שיסערײַען פֿון איבער דער גרענעץ, איז די באַפֿעלקערונג אין דרום פֿון לאַנד, באַזונדערס אין שׂדרות, נתיבֿות און אין די דערבײַיִקע קיבוצים און ייִשובֿים, אָנגעגאַנגען מיט איר נאָרמאַלער טאָג־טעגלעכער רוטין, מיט עקשנות און אַנטשלאָסנקייט, ניט צו פֿאַרלאָזן זייערע היימען, צו באַשיצן זיך ווי ווײַט מעגלעך אין שוצקעלערן און אַנדערע באַפֿעסטיקטע פּלעצער.
די ישׂראל־אַרמיי האָט צוריקגעשאָסן, כּדי אָפּצושטעלן די דאָזיקע מערדערלעכע אַטאַקעס, כּדי צו צעשטערן די פּאָזיציעס פֿון די טעראָריסטן, צו באַשיצן די לעבנס און דעם וווילזײַן פֿון דער באַפֿעלקערונג אין די ייִדישע ייִשובֿים נאָענט צו דער דרום־גרענעץ.
פֿון צײַט צו צײַט פֿלעגט די ישׂראל־רעגירונג, מיט דער הילף פֿון אויסערלעכע דיפּלאָמאַטישע פֿאַקטאָרן, אויסאיבן אַ דרוק אויף דער "כאַמאַס"־אָנפֿירערשאַפֿט אָפּצושטעלן די טעראָריסטישע אַקטן און מסכּים צו זײַן אויף אַ צײַטווײַליקן וואָפֿנשטילשטאַנד אויף עטלעכע חדשים, וואָס האָט ניט אָנגעהאַלטן צו לאַנג. די פֿאַנאַטישע "כאַמאַס"־מערדער האָבן זיך ניט אָפּגעהאַלטן פֿון די ווײַטערדיקע באַשיסונגען פֿון איבער דער גרענעץ, זיי האָבן ניט אויסגעפֿירט זייערע צוזאָגן און פֿאַרפֿליכטונגען.
אין דער צײַט פֿון דעם וואָפֿנשטילשטאַנד האָבן זיי אויסגעגראָבן הונדערטער אונטערערדישע דורכגאַנגען און טונעלן, דורך וועלכע זיי האָבן אַרײַנגעשמוגלט געווער און אַמוניציע, אַ גרויסע צאָל ווײַטגרייכנדיקע ראַקעטן פֿון נאָך אַ שטאַרקערן קאַליבער וואָס האָבן פֿאַראורזאַכט קרבנות און פֿאַרוווּנדעטע, צעשטערט הײַזער און ווירטשאַפֿטן אין די ייִדישע ייִשובֿים איבער דער גרענעץ.
לעצטנס, האָבן די "קאַסאַם"־, "גראַד"־ און "קאַטיושאַ"־ראַקעטן דערגרייכט די שטעט ווײַט פֿון נתיבֿות און שׂדרות, זיי זענען געפֿאַלן אין דעם ווײַטן אַשקלון, אַשדוד, גדרה און קרית־מלאכי, אַפֿילו אין באר־שבֿע, דער הויפּטשטאָט פֿון דעם נגבֿ.
נאָך לאַנגע קווענקלענישן, טראַכטן און איבערטראַכטן אַלע מעגלעכע פּאָליטישע קאָנסעקווענצן, האָט די ישׂראל־רעגירונג באַשלאָסן מער ניט צו דולדן די אַטאַקן פֿון די "כאַמאַס"־טעראָריסטן אויף די ייִדישע ייִשובֿים איבער דער גרענעץ. די ישׂראל־אַרמיי איז אַרויס מיט איר פֿולן כּוח קעגן דעם אַראַבישן שׂונא צו מאַכן אַ סוף צו די אומאויפֿהערלעכע טעראָר־אַטאַקן, פֿריִער מיט איר לופֿטפֿלאָט וואָס האָט צעשטערט די באַזעס און נעסטן פֿון די "כאַמאַס"־גרופּעס, און מיט 16 טעג צוריק אויך געלאָזט אין גאַנג איר קאַמפֿפֿעיִקע און גוט־צוגעגרייטע אינפֿאַנטעריע און ים־פֿלאָט.
די רעזולטאַטן פֿון דער דאָזיקער אָפֿענסיווע זענען געווען קאָלאָסאַלע און שטוינענדיקע פֿאַר דער גאַנצער וועלט. דאָס מאָל איז עס שוין אויף אַ ברייטן פֿאַרנעם, מיט הונדערטער אומגעקומענע און פֿאַרוווּנדעטע בײַ דעם שׂונא, און אַ צאָל געפֿאַלענע און פֿאַרוווּנדעטע צווישן די מיליטערישע איינהייטן פֿון צה"ל — דער ישׂראל־אַרמיי.
עס איז שוין מער ניט קיין קורץ־טערמיניקער "מבֿצע"־אַקט, נאָר ליידער אַ בלוטיקע מלחמה מיט שרעקלעכע, טרויעריקע רעזולטאַטן און פּאָליטישע קאָנסעקווענצן פֿאַר דער קעגנוואַרט און פֿאַר דער צוקונפֿט...
* * *
די דאָזיקע מלחמה איז אויסגעבראָכן אין די חנוכּה־טעג און דערפֿאַר האָט עס באַקומען דעם נאָמען "עופֿרת יצוקה" — גוסבלײַ, וואָס איז אַן אָנדײַט אויף די דריידלעך, וואָס מען פֿלעגט אַמאָל אויסגיסן, אויף אַ פּרימיטיוון אופֿן, אויספֿאָרמירן און אויסקריצן אויף זיי די פֿיר אותיות פֿון דער באַקאַנטער דערמאָנונג, אַז "נס גדול היה שם".
איז עס אפֿשר טאַקע אַן אַקטועלער אויסדרוק פֿון אונדזער ווירקלעכקייט און טיפֿן באַגער, אַז אויך לגבי וואָס עס קומט פֿאָר אין די הײַנטיקע טעג אין אונדזער לאַנד, מיט די בלוטיקע קאַמפֿן אין דרום און געפֿאַרן אין צפֿון, זאָל געשען אַ נס, אַז די מלחמה זאָל זיך ענדיקן וואָס פֿריִער, מיט וואָס ווייניקער קרבנות און פֿאַרוווּנדעטע, אַז אונדזערע זעלנער זאָלן זיך אומקערן אַהיים מיט אַ דעצידירנדיקן נצחון איבער דעם שׂונא, און ברענגען מיט זיך דעם ענדגילטיקן, געוווּנטשענעם, לאַנגדויערנדיקן שלום על עם־ישׂראל און מדינת־ישׂראל.
* * *
די איצטיקע מלחמה מיט די "כאַמאַס"־טעראָריסטן איז אויסגעבראָכן אין דער צײַט פֿון גרויסן עקאָנאָמישן קריזיס און דעפּרעסיע אין לאַנד, עטוואָס מער ווי אַ חודש פֿאַר די וואַלן צו דער כּנסת אין ישׂראל.
די טויזנטער רעגולערע זעלנער און פֿריש־מאָביליזירטע רעזערוו־זעלנער, וועלכע האָבן פֿאַרלאָזט זייערע משפּחות און אַרבעט־פּלעצער געפֿינען זיך איצט אין די קאַלטע, ווינטערדיקע טעג און נעכט אויף די פֿראָנט־ליניעס אין עזה, אין קאַמף מיט דעם שׂונא. זיי זענען אײַנגעבאַקן אין די ציטערנדיקע הערצער, פֿון יעדן איינעם פֿון אונדז. די זאָרג פֿאַר זייער זיכערהייט, פֿאַר זייער שנעל צוריקקום אַהיים אין שויס פֿון זייערע משפּחות געזונט און אומבאַשעדיקט, לאָזט אונדז ניט רוען, און באַשעפֿטיקט אונדז אַלעמען אין לאַנד.
זיצט מען טאַקע לאַנגע שעהען, סײַ בײַ טאָג און סײַ שפּעט בײַ נאַכט, צוגעשמידט צו די עקראַנען פֿון דער טעלעוויזיע, צו די הילכערס פֿון די ראַדיאָס און די בלעטער פֿון דער פּרעסע, צו הערן און לייענען די באַריכטן און די שילדערונגען פֿון די פֿראָנטן, וואָס באַאומרויִקן אונדז אָן אויפֿהער.
אַ מערקווירדיקע פּסיכאָלאָגישע דערשײַנונג וואָס איז כאַראַקטעריסטיש פֿאַר מדינת־ישׂראל. מיר לעבן אין אַ לאַנד פֿון קאָנטראַסטן און ווידעראַנאַנדן, פֿול מיט זאָרג, דאגות פֿון כּלערליי סאָרטן און כּסדרדיקער שפּאַנונג, און אויב מען קען, און עס איז דאָ אַ מעגלעכקייט, באַמיט מען זיך אַוועקרײַסן פֿון דער רוטין, זיך אָפּשיידן, כאָטש אויף עטלעכע שעהען פֿון דער טריבער, אָנגעלאָדענער ווירקלעכקייט, צו פֿאַרטרײַבן דעם אומעט וואָס באַשווערט אונדזער געמיט־צושטאַנד.
עס איז בלויז אַ צײַטווײַליקער באַלזאַם, אַ געוויסע טעראַפּיע פֿאַר אונדזערע אָנגעשטרענגטע נערוון. גייט מען אַוועק אין טעאַטער, צו אַ קאָנצערט אין קינאָ און צו אַן אַנדער מין פֿאַרווײַלונג.
וויל איך דאָ טאַקע קאָנסטאַנטירן דעם אויסטערלישן פֿאַקט, אַז אין די איצטיקע אָנגעשטרענגטע טעג האָט מען אין דעם הינטערלאַנד (עורף) עטוואָס ווײַטער פֿון עזה־פּאַס, ניט מבֿטל געמאַכט און ניט אָפּגעשטעלט קיין שום טעאַטער־פֿאָרשטעלונג, קיין פֿילם אין אַ קינאָ און קיין שום פּלאַנירטע פּראָגראַם, מוזיקאַלישע קאָנצערטן און אַנדערע פֿאַרזאַמלונגען. דאָס לעבן גייט אָן ווי ווײַט מעגלעך אונטער די געגעבענע אומשטאַנדן. דאָ און דאָרט זענען טאַקע די זאַלן ניט פֿול געפּאַקט, אָבער מען לעבט מיט דער האָפֿענונג אַז די מלחמה וועט דאָך ניט לאַנג דויערן.
הײַנט זונטיק, דעם 11טן יאַנואַר, נאָך אַן איבעררײַס פֿון עטלעכע וואָכן האָבן זיך ווידער געעפֿנט אַ צאָל שולן און אַרום 70 פּראָצענט פֿון די תּלמידים זענען צוריקגעקומען צו זייערע לימודים. זיי זיצן, ליידער, נאָך אַלץ "אויף שפּילקעס", גרייט צו לויפֿן אין די שוצקעלערן און זיכערהייט־צימערן אין פֿאַל, ווען עס וועלן זיך ווידער דערהערן די קלאַנגען פֿון "צבֿע אָדום" דורך די אַלאַרם־סירענעס, אַז עס קומט אָן אַ געפֿאַר פֿון פֿאַלנדיקע ראַקעטן. בלויז אין אַשקלון זענען די שולן פֿאַרמאַכט, ווײַל די שטאָט איז אויסגעשטעלט אויף די דאָזיקע געפֿאַרן אומאויפֿהערלעך סײַ בײַ טאָג און סײַ בײַ נאַכט.
אַ סך משפּחות מיט קינדער פֿון די פֿאַרשיידענע ייִשובֿים, נאָענט צום עזה־פּאַס, געפֿינען זיך ווײַט פֿון זייערע היימען, צעשפּרייט איבערן גאַנצן לאַנד, וווּ זיי האָבן געפֿונען אַ דאַך איבערן קאָפּ און גאַסטפֿרײַנדלעכע, זיכערע, וואַרעמע באַציִונג מצד די אָרטיקע אײַנוווינער.
עס איז כּדאַי צו אונטערשטרײַכן דעם וואַרעמען אָפּרוף פֿון דער גרויסער צאָל אײַנוווינער אין צענטער און צפֿון פֿון לאַנד, אין די קיבוצים און מושבֿים, וועלכע האָבן גערן און ברייטהאַרציק אויפֿגענומען משפּחות מיט קינדער פֿון די ייִשובֿים אַרום דעם עזה־פּאַס, געגעבן זיי אַ דאַך איבערן קאָפּ און זיכערהייט פֿון די פֿאַלנדיקע ראַקעטן פֿון די "כאַמאַס"־טעראָריסטן.
ווי אין די פֿריִערדיקע יאָרן האָבן די דאָזיקע אײַנוווינער אַרויסגעוויזן זייער סאָלידאַריטעט מיט די געליטענע און צעשראָקענע משפּחות אין דרום פֿון לאַנד. דאָס זעלבע קען געזאָגט ווערן וועגן דער ברייט־פֿאַרצווײַגטער אַקציע וואָס גייט אָן איבערן לאַנד, צו שיקן פּעקלעך מיט מתּנות פֿאַר די זעלנער אויף די פֿראָנט־ליניעס, וועלכע קעמפֿן העלדיש, מיט מסירת־נפֿש, קעגן די שׂונאי־ישׂראל, וואָס זייער ציל איז אָפּצוּווישן די ייִדישע מדינה מיט איר באַפֿעלקערונג פֿון דער ערד־אייבערפֿלאַך, אַזוי ווי עס האָבן אָפֿן דערקלערט אַכמאַדינעדזשאַד, דער היטלער פֿון הײַנטיקער איראַן, און די פֿאַנאַטישע פֿירער פֿון "כעזבאָלאַ" און "כאַמאַס".
די סאָלידאַריטעט און אויסדרוקן פֿון דאַנק און ליבע צו די מיליטערישע כּוחות וואָס קעמפֿן איצט אין עזה־פּאַס, איז אַ דערמוטיקונג און אָנערקענונג צו די דאָזיקע העלדישע, געטרײַע זין און טעכטער פֿון אונדזער פֿאָלק און אונדז אַלעמען, אין ישׂראל גופֿא און די ייִדן אומעטום אין דער גאָרער וועלט.