פּובליציסטיק
פּראָפֿ׳ מרים אײַזאַקס
פּראָפֿ׳ מרים אײַזאַקס

מיט צוואַנציק יאָר צוריק זײַינען געווען נאָר פֿיר אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן מיט ייִדיש-אָפּטיילן: דער ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַר, האַרוואַרד, קאָלומביע, און דער קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין לאָס־אַנזשעלעס. פֿאַראַן הײַנט מער ווי אַ טוץ אַזעלכע אוניווערסיטעטן — פֿון מישיגען צו מערילענד, פֿון שיקאַגע צו סאַנטאַ קרוז — לערנט מען זיך דאָרט וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור. דער אינטערעס צו מאַמע-לשון צעוואַקסט זיך, און אין דער זעלבער צײַט ווערן אַלץ שיטערער די ייִדיש-רעדנדיקע (חוץ די חרדים). דער אינטערעס אָבער ווערט קלענער, ווען עס גייט די רייד וועגן אַ פֿעסטן יסוד פֿאַר דער שפּראַך-לערערײַ. דערפֿאַר זענען מיט רעכט אַ טייל פאָרשערס באַזאָרגט וועגן דעם מאָרגן פֿון דער ייִדיש-פֿאָרשונג.

אין ס׳רובֿ אַנשטאַלטן לערנען ייִדיש טיילצײַטיקע לעקטאָרן, גראַדויִר-סטודענטן אויף די פֿאַקולטעטן מיט אַנדערע פֿאָדערונגען. צוליב די עקאָנאָמישע באַגרענעצונגען, און דעם צווייט־ראַנגיקן מצבֿ פֿון ייִדיש, האָט אַ ייִדיש-שטעלע הײַנט ניט קיין האַפֿט. מרים אײַזאַקס, די איינציקע פֿול-צײַטיקע ייִדיש-לערערין בײַם מערילענדער אוניווערסיטעט, האָט מען לעצטנס באַזײַטיקט.

"שוין 15 יאָר וואָס איך לערן דאָרט", זאָגט אײַזאַקס, "און אַלץ מער און מער סטודענטן נעמען אָנהייבער ייִדיש 1; אָבער קיין איין מאָל האָט מען ניט פּראָבירט צו געפֿינען אַ פּערמאַנענטע שטעלע פֿאַר מיר, ווי אַ ייִדיש־פּראָפֿעסאָר. אַלע מאָל קומט אַ נײַער גאַסט־רעדנער פֿון ייִדישלאַנד, פֿון מאַרס, אַ לעקטאָר פֿון יאָר צו יאָר, אָבער ווען איך האָב פּראָבירט צו זאָגן, אַז מע זאָל אָנערקענען ייִדיש אויף אַ פּראָפֿעסיאָנעלן אופֿן, האָט מען געשריגן — נאָר העברעיִש, און שווײַג, און זײַ צופֿרידן וואָס מיר וואַרפֿן דיך ניט אַרויס".

חיים לאַפּין, דירעקטאָר פֿון ייִדישע לימודים בײַם אוניווערסיטעט און דער זון פֿון דער באַקאַנטער קולטור־טוערין און לערערין חווה לאַפּין, זאָגט אַז עס האַנדלט זיך ניט וועגן ייִדיש גופֿא, נאָר וועגן באַזײַטיקן, אָן אויסנאַם, אַלע גאַסט־לערער ווי אַ טייל פֿון בודזשעט־שניטן. "מיר זײַנען ניט קעגן ייִדיש ווי אַ פֿעלד, נאָר אין קורצן טערמין זײַנען אַנדערע פּריאָריטעטן געקומען צו ערשט, צום בײַשפּיל ישׂראל־לימודים און תּנ״ך".

בײַם קאַנסאַסער אוניווערסיטעט פּרוּווט אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון ייִדישע לימודים שוין דרײַ יאָר אָנבאָטן אַ ייִדיש־שפּראַכקורס, נאָר קיין בעלנים זײַנען ניטאָ. אין בראַנדײַס-אוניווערסיטעט וועט מען באַלד אָפּשאַפֿן ווי אַ מינאָר־לימוד די ייִדישע שפּראַך און קולטור (ווי אויך העברעיִש); די ייִדיש־קורסן וועט מען ניט אָפּשאַפֿן, זאָגט מען צו. בײַם אַמעריקאַנער ייִדישן אוניווערסיטעט (דער געוועזענער אוניווערסיטעט פֿון יודאַיִזם) לערנט מען ניט קיין ייִדיש.

וועגן דעם מאַסן־אינטערעס אין דער ייִדישער שפּראַך־לערערײַ אין די אוניווערסיטעטן ווערן ניט באַוויזן מיט קיין ציפֿערן. לויט די ידיעות פֿונעם פֿאַרבאַנד פֿון מאָדערנע שפּראַכן (מאָדערן לאַנגווידזש אַסאָסיִעישן), זײַנען הײַנט פֿאַרשריבן אויף די ייִדיש-קורסן סך-הכּל 969 סטודענטן. דאָס באַטרעפֿט אַן ערך אַ צענטל פֿון די וואָס לערנען זיך העברעיִש, און גרעסער אַ ביסל פֿון די 750 וואָס לערנען זיך אַרמעניש, צום בײַשפּיל. דער ציפֿער רעכנט אויך אַרײַן 400 "ייִדיש-תּלמידים" בײַ אַ ישיבֿה אין מאָנסי, וווּ אַ באַאַמטער, אָדם בערגער, האָט זיך געחידושט ווען מע פֿרעגט אים, צי מע לערנט דאָרט ייִדיש. "מיר זאָגן אונדזער שיעור אויף ייִדיש. מיר רעדן ייִדיש. מיר לערנען ניט קיין ייִדיש", האָט ער געזאָגט.

דערצו נאָך פֿעלן וואָסערע ניט איז פֿאָרמעלע כּללים אָדער צענטראַלע אַנשטאַלטן פֿאַר ייִדיש-לערערס. זינט 1987, ווען עס האָט זיך געשלאָסן דער לעצטער ייִדיש-לערער־סעמינאַר, איז ניטאָ קיין פֿאָרמעלע לערער-טרענירונג (אַ לערער־סעמינאַר אונטערן אויפֿזיכט פֿון "יוגנטרוף" האָט זיך אָנגעהויבן ערשט פֿאַראַיאָרן). דערפֿאַר פֿעלט אויסגעהאַלטנקייט, ווי אויך אַ קאָנסענסוס וועגן וואָס פֿאַר אַ מין שפּראַך צו לערנען: כּלל-ייִדיש, וואָס עס רעדן הײַנט נאָר עטלעכע טויזנטער, אָדער דאָס חסידיש ייִדיש וואָס איז די טאָג־טעגלעכע שפּראַך פֿון וויליאַמסבורג און באָראָ-פּאַרק? פֿון זײַן צד, האָט דער מחבר מיכאל וועקס אַן אייגענעם צוגאַנג: ייִדיש-לערערס וואָס טראָגן ברעטער מיטן אויפֿשריפֿט "לעבן זאָל מדינת-ישׂראל", זאָל מען איבערלאָזן אין וויליאַמסבורג. יענע וואָס קענען זיך אַרויסדרייען דערפֿון, האַלטן אויס דעם עקזאַמען".

פֿאַר וואָס איז די ייִדיש-לערערײַ ניט פּאָפּולער אָדער סטאַביל? אפֿשר דערפֿאַר, זאָגט רות ווײַס פֿון האַרוואַרד, ווײַל ייִדן זײַנען ניט גענוג איבערגעגעבן צו זייער אייגענער ירושה. "ווען ייִדן וואָלטן געווען אַזוי פֿילצאָליק ווי די כינעזער און אַזוי אַגרעסיוו ווי די איסלאַמיסטן, וואָלטן אפֿשר העברעיִש און ייִדיש געוואָרן די סאַמע פּאָפּולערע שפּראַכן אין די אוניווערסיטעטן". וועקס זאָגט, אַז דאָס לערנען זיך וועגן ייִדיש איז מער פּאָפּולער ווי לערנען זיך די שפּראַך אַליין "צוליב דער זעלבער סיבה וואָס עס זײַנען פֿאַראַן מער באָקס-פּאַטריאָטן, ווי באָקסערס: ס׳איז שווער, ס׳קען אַ מאָל וויי טאָן, פֿאַרשאַפֿט ניט דעם לערנער דרך-ארץ אָדער כּבֿוד און איז בכלל ניט נייטיק, כּדי צו פֿירן אַ פֿול לעבן".

איז פֿאַרשטענדלעך, אַז מע דערהערט אַ פּאַניק ווען מע פֿרעגט הײַנטיקע פֿאָרשערס וועגן דעם מאָרגן פֿון ייִדיש-לערערײַ אין די אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן. דזשאָסטין קאַמי פֿון סמיט-קאַלעדזש איז איינער פֿון זיי. "מיר שטייען פֿאַר אַן ערנסטער סכּנה פֿון פֿאַרלירן קוואַליפֿיצירטע ייִדיש-לערערס במשך די קומענדיקע 10—20 יאָר. טיילווײַז גייט די רייד וועגן דעם פֿעלן פֿון שטיצע פֿאַרן טרענירן ייִדיש-לערערס אויף אַן ערנסטן אופֿן. ס׳איז ממש נייטיק, אַז וואָסער ניט איז אַנשטאַלט, אָרגאַניזאַציע אָדער געלט-אויסטיילער זאָל אָננעמען דאָס ווי אַ הויפּט-שליחות. גאָרניט, חוץ דעם, וואָלט מער געדינט דעם פֿעלד פֿון ייִדיש-פֿאָרשונג אָדער פֿאַרזיכערט זײַן קיום, ווי די איבערגעגעבענע טרענירונג פֿון שפּראַך-לערערס".

אויב די ייִדיש-לערערײַ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז ניט סטאַביל, אפֿשר קענען זײַנע שטיצערס עפּעס אָפּלערנען פֿון בײַשפּילן אין העברעיִש? זיכער, אַז עס שטײַגט די צאָל סטודענטן וואָס פֿאַרשרײַבט זיך אויף די העברעִיִש-קורסן. נאָר די קוואַליטעט פֿון העברעיִש-לערערײַ אין די אוניווערסיטעטן, ווי אויך די פֿאַרבינדונג צווישן טאָג-שול-העברעיִש און דעם אוניווערסיטעטישן העברעיִש, ווערט פֿאַרקוקט פֿון די קאָמונאַלע אַנשטאַלטן. קיין איינער פֿון די ייִדישע "אינקובאַטאָר"-אָרגאַניזאַציעס האָט נאָך ניט באַוויליקט קיין סובווענצן פֿאַר קיין איין גרופּע וואָס גיט זיך אָפּ מיט שפּראַך־לערערײַ אָדער לערנען, אויף ייִדיש אָדער העברעיִש. דאָנלאַד סילוואַן, דער דירעקטאָר פֿון דזשעסנאַ, די הויפּט-שתּדלנות-אָרגאַניזאַציע אין אַמעריקע לטובֿת ייִדישער דערציִונג, איז מסכּים, אַז העברעיִש איז וויכטיק, נאָר "סעגרעגירן" שפּראַך־לערערײַ אויף העברעיִש פֿון דער איבעריקער ייִדישער דערציִונג וועט לאוו-דווקא פֿירן צו אַ בעסערער שפּראַך-פֿעיִקייט.

די ייִדישיסטן זײַנען אפֿשר מקנא דעם מצבֿ פֿון העברעיִש, נאָר וואָס שייך דער אַמעריקאַנער שפּראַך-לערערײַ, זײַנען זיי אפֿשר אחים-לצרה. אפֿשר איז דאָס אַ פֿראַגע פֿון פּריאָריטעטן. וועקס האַלט, אַז "ווען כאָטש אַ טייל פֿון געלט וואָס מע פֿאַרניצט צו שיקן צענערלינגען קיין ישׂראל בחינם, זאָל מען אויסגעבן אויף סובווענצן פֿאַר אַ ייִדישן חינוך אָן אַפּצאָל — אידעאַל אויף העברעיִש און ייִדיש — וואָלטן מיר אפֿשר געקענט שענקען אונדזער יונגוואַרג עפּעס מער ווי די געלעגנהייט איבערצושלאָפֿן אומזיסט".

אויב אַ קענטשאַפֿט פֿון ייִדיש (אָדער העברעיִש), אַפֿילו פּאַסיוו, איז ניט צו דערגרייכן, חוץ פֿאַר געציילטע אַמעריקאַנער ייִדן, איז אפֿשר איבערזעצונג די ישועה? דער "ניו ייִדיש לײַברערי", אונטער דער אויפֿפּאַסונג פֿון יעיל-אוניווערסיטעט-פאַרלאַג, האָט געצילעוועט צו פֿאָרשטאָפּן דעם לאָך. אָבער באַלד וועט מען אויפֿהערן אַרויסצוגעבן נײַע אויסגאַבעס. "די ביכער", זאָגט ווײַס (וואָס זיצט צוזאַמען מיט קעמי אויף דער פאַרוואַלטונג) "זײַנען נאָך ניט אַרײַנגענומען געוואָרן אין דעם הויפּטשטראָם פֿון דער אַמעריקאַנער קולטור". די חשובֿע איבערזעצערס פֿון אַ פֿריִערדיקן דור ליגן אין מושבֿ-זקנימס אָדער זײַנען שוין אַוועק אין דער אייביקייט.

"מע דאַרף זײַן רעאַליסטיש", זאָגט קעמי כּמעט פֿאַרבענקטערהייט. "אין דעם קאָנטעקסט פֿון דער הײַנטיקער וועלטקולטור, איז ייִדיש ניט קיין וויכטיקער פֿאַקטאָר. אַזאַ מין ביז-גראַדויִרניק וואָס וויל זיך אויסלערנען ייִדיש, כּדי צו לייענען די ייִדישע ליטעראַטור אין אָריגינאַל — דאָס איז אַ יוצא-מן-הכּלל". קען זײַן, אַז אין דער ניט ווײַטער צוקונפֿט וועט די ייִדיש-פֿאָרשונג זיך געפֿינען אין די הענט פֿון אויטאָ-דידאַקטן, וואָס געפֿינען זייער אייגענעם וועג צו דער שפּראַך, ניט געקוקט אויפֿן פֿעלן פֿון קאָמונאַלן שטיץ.