געזונט

אָפֿט מאָל טרעפֿט זיך, אַז איר גייט צו אײַער דאָקטער און ער פֿאַרשטייט אײַך ניט, אָדער פֿאַרקערט — איר פֿאַרשטייט ניט אים. ס׳איז גלײַך ווי איר רעדט אויף פֿאַרשידענע שפּראַכן. ווי אַזוי פֿאַרטײַטשט מען וואָס איר זאָגט אויף דער שפּראַך פֿון דאָקטער און פֿאַרקערט?

די מעדיצינישע וויסנשאַפֿט האָט אָן אַ שיעור אויפֿגעטוען, נאָר געוויסע אַספּעקטן האָט זי פֿאַרקוקט, ווײַל זיי האָבן קיין מאָל ניט צוגעצויגן די גרויסע געלטער און נײַגעריקן פּירסום פֿון אַנדערע פֿאָרש־טעמעס. דאָקטער-פּאַציענט קאָמוניקאַציע איז אַ טעמע, וואָס ווערט ערשט איצט אויסגעפֿאָרשט, ווײַל צו ביסלעך זעט מען אײַן, אַז ס׳איז אוממעגלעך צו פֿאַרבעסערן די קוואַליטעט פֿון מעדיצין אָן צו פֿאַרריכטן דעם ריס צווישן די צוויי צדדים, וואָס באמת וואָלטן זיי געדאַרפֿט זײַן מיטאַרבעטער מיט איין ציל.

אין די קומענדיקע פּאַראַגראַפֿן וועל איך זיך אָפּשטעלן אויף די וויכטיקסטע שטרויכלונגען אין דער דאָקטער-פּאַציענט-באַציִונג.


1. איינער ווייסט ניט, וואָס דער צווייטער וויל

אַמאָל פֿאַלט דעם דאָקטער ניט אײַן פּשוט אַ פֿרעג צו טאָן, פֿאַר וואָס דער פּאַציענט (אָדער די פּאַציענטקע) איז געקומען צו אים אויף אַ באַזוך. טייל מאָל איז דווקא קלאָר וואָס דער פּאַציענט וויל. פֿון דעסטוועגן, איז ניט יעדער זאָג דאָס, וואָס מע האָט געמיינט. און ניט יעדער מיין איז עפּעס וואָס מיר ווייסן ווי צו זאָגן. ווען איך גיי אַרײַן צום דאָקטער און איך זאָג: "כ׳בין שרעקלעך מרה-שחורהדיק, נאָר כ׳בין דערווײַל ניט זיכער, צי איך קען זיך פֿאַרלאָזן אויף אײַך, צי איר וועט זיך צו מיר צוהערן"; אָדער פּשוט: "איך גלייב ניט אין מעדיצין. זײַט איר ווידער איינער פֿון יענע, וואָס פּרוּווט אַלע מאָל אַרויפֿצווינגען אײַנצונעמען נײַע רפֿואות?"

בקיצור, אַ מאָל איז אַ זאָג סתּם אַן אופֿן אָנהייבן דעם שמועס. מע דאַרף זיך געדולדיק צוהערן צו די גאַנצע רייד, כּדי צו וויסן וואָס דער פּאַציענט מיינט. ניט יעדער האָט צײַט, חשק, אָדער דערפֿאַרונג דאָס צו טאָן.


2. דאָקטוירים רעדן אַ באַזונדערע שפּראַך

צוריק גערעדט, ס׳איז גאָר ניט לײַכט צו פֿאַרשטיין דאָס מאָדנע לשון-הדאָקטוירים. מע דאַרף פּשוט אָנווײַזן דעם דאָקטער ער זאָל דערקלערן, וואָס ער מיינט; און אויב ער טוט עס ניט אויף אַ פֿאַרשטענדלעכן אופֿן, פֿרעגט ווידער...און ווידער...און ווידער.

אין אַ טייל פֿאַלן געשעט אַזאַ זאַך צוליב דעם, וואָס דער דאָקטער אַליין פֿאַרשטייט ניט אײַער פּראָבלעם; אָדער ווייסט זי אַפֿילו ניט. דאָס צווייטע מיינט לאוו-דווקא, אַז ער/זי איז ניט קיין גוטער דאָקטער. פּשוט, אַז ער איז אַ מענטש מיט אַלע חסרונות.


3. מע ווייסט שוין מיט וועמען מע גייט צום טיש

ווײַזט זיך אַרויס, אַז דאָס וואָס דו ווילסט איז ניט אַלע מאָל וואָס דער דאָקטער וויל. איר פֿאַרשטייט זיך שוין כּלומרשט אײַן, איז ווערט אָבער קלאָר, אַז איר זעט די פּראָבלעם פֿון פֿאַרשידענע ערטער. דער דאָקטער איז זיכער, אַז דײַן הויכן בלוטדרוק קאָן מען באַהאַנדלען נאָר מיט מעדיצין, בשעת דו ביסט זיכער, אַז דו וועסט לייזן די פֿראַגע, ווען דו לייגסט אַוועק די קאַרטאָפֿל-טשיפּס און דאָס געפּרעגלטע הינדל. ווי אַזוי קען מען זיך צונויפֿרעדן?

ווען איך וואָלט געקענט ענטפֿערן אויף דער פֿראַגע אין אַ צײַטונגס-אַרטיקל וואָלט איך שוין געוואָרן באַרימט איבער דער וועלט. נאָר אויף איין פֿוס זײַנען פֿאַראַן עטלעכע מעגלעכע אויסוועגן פֿונעם ניט-געוווּנטשענעם דועל, וווּ עס געפֿינען זיך די צוויי צדדים.

מע קען אַרומרעדן די פּריאָריטעטן פֿונעם פּאַציענט און דאָקטער. אפֿשר גייט מיר ניט אָן באמת דער עפֿעקט פֿון הויכן בלוטדרוק, נאָר כ׳וויל בשום־אופֿן ניט אײַננעמען קיין מעדיצין. אויב דער דאָקטער איז אַזאַ וואָס וויל הערן, וואָס דער פּאַציענט זאָגט, קען ער אײַנזען, אַז אַן אַנדער צוגאַנג איז נייטיק. אויב, למשל, דער דאָקטער וויל, אַז דער פּאַציענט זאָל וויסן, אַז דער הויכער בלוטדרוק איז דווקא יאָ אַ גרויסע פּראָבלעם פֿאַר זײַן געזונט, און דער פּאַציענט פֿאַרשטייט דאָס ניט, וועלן זיי זיך קיין מאָל ניט צונויפֿרעדן און בלײַבן הענגען ערגעץ צווישן צוויי מיספֿאַרשטענדענישן.


דער סך-הכּל: אַלץ איז "געצילט אויפֿן פּאַציענט"

אָפֿט מאָל קומען אויף נײַע מאָדעס אין דער מעדיצין, ווי אין יעדן פֿעלד, און עס ווילט זיך אַוועקמאַכן מיט דער האַנט די נײַע שטיק פֿון די אויפֿגעקומענע דאָקטוירים. מיר ווייסן אָבער, אַז ווייניקסטנס צוויי זאַכן זײַנען טרויעריק אין דער אַמעריקאַנער געזונט-סיסטעם: ערשטנס, אַז זי איז צעבראָכן, און צווייטנס, אַז דער ריס צווישן דעם דאָקטער און פּאַציענט איז צו גרויס.

האָב איך געפּרוּווט אַרויסווײַזן די וויכטיקע סטראַטעגישע מאָמענטן. אין אַלגעמיין קאָן מען זיי גרופּירן אונטער איין אידעאָלאָגישן דאַך: די מעדיצין מוז זײַן געצילט ממש אויפֿן פּאַציענט, אָדער, ווי מע פֿאָרמולירט עס אויפֿן הײַנטיקן מעדיצינישן לשון — קאָנצענטרירט אויפֿן פּאַציענט. 

וואָס מיינט דאָס טאַקע? ווי קען זײַן, אַז אַ דאָקטער פּראַקטיצירט מעדיצין וואָס איז ניט געצילט אויפֿן פּאַציענט? ווײַל ס׳איז גרינג צו קוקן אויפֿן פּאַציענט ניט ווי אויף אַ מענטש, אַ בשׂר-ודם, נאָר ווי אויף אַן אָביעקט פֿון דער מעדיצינישער וויסנשאַפֿט: אַ בינטל סימפּטאָמען, אָדער אַ זאַמלונג חלאתן; אָדער גאָר ווי אויף אַ נעבעכדיקער באַשעפֿעניש מיט טענות. אָבער ניט ווי אויף אַ מענטש, וואָס האָט פּרעפֿערענצן און אַפֿילו אייגענע מיינונגען. יעדער דאָקטער מוז דאָס אָנערקענען; אַנדערש פֿאַלט ער אַרײַן אין אַ זומפּ פֿון גרויסהאַלטערײַ, פֿון וואַנען מע קען ניט זען דעם פּאַציענט און זײַנע פּראָבלעמען. 

דער פּאַציענט, פֿון זײַן זײַט, דאַרף זיך פֿרעגן: ווי אַזוי קען איך מאַכן זיכער, אַז מײַן דאָקטער הערט זיך צו, הערט מיך אויס, און נעמט מײַנע פֿאַרלאַנגען אין באַטראַכט? ווי אַזוי קען איך זיצן אין אַ דאָקטערס ביוראָ אָן צו ווערן פּריטשמעליעט און פֿאַרגעסן די פֿראַגעס וואָס כ׳האָב אים געוואָלט פֿרעגן?


אָט זײַנען אַ פּאָר עצות:

1. שעם זיך ניט. דו אַליין ביסט דײַן גרעסטער שטיצער. אויב דו נעמסט זיך ניט אָן דײַן קריוודע, ווער זשע דען וועט עס טאָן?

2. דו קענסט אַלע מאָל אַוועקגיין. אַפֿילו דײַן פֿאַרזיכערונג דעקט ניט יעדן דאָקטער, פֿאַראַן נאָך פֿיש אין ים. אַפֿילו דאָקטוירים קאָנקורירן צווישן זיך.

3. נעם מיט אַ קרובֿ, אַ פֿרײַנד, אַ זיווג, אָדער אַ קינד/אייניקל, וואָס איז גרייט דיך צו שטיצן. צוזאַמען זײַט איר אַ כּוח.

4. פֿאַרשרײַב פֿון פֿריִער דײַנע פֿראַגעס, און אויפֿן אָרט דעם דאָקטערס ענטפֿערס.

5. בעט דעם דאָקטער זײַן עלעקטראָנישן אַדרעס און פֿרעג, פֿאַר וואָס ער גיט אים ניט. אַוודאי איז דאָס הײַנט צו טאָג נאָך אַן אויסנאַם-זאַך צו בעטן דעם בליצפּאָסט-אַדרעס בײַם דאָקטער. גיט אַ טראַכט: בײַ אַנדערע פֿאַכלײַט (דעם אינסטאַלאַטאָר, דעם לערער, דעם אַדוואָקאַט) בעט מען אים דען ניט?

מיט די עצות, און די גרונטיקע באַגריפֿן פֿון דאָקטער-פּאַציענט-קאָמוניקאַציע, קענסטו האָפֿנטלעך אָנהייבן באַמערקן מער וועגן וואָס עס רעדט זיך און זאָגט זיך אינעם דאָקטערס ביוראָ, און ווי דו פּאַסט זיך אַרײַן אין דעם.