כ׳האָב זיך געלערנט אין אוניווערסיטעט אין קאַלטעק, אַ וויסנשאַפֿטלעכער קאָלעדזש אין פּאַסאַדענאַ, קאַליפֿאָרניע. בשעת אַנדערע האָבן פֿאַרפֿרוירן אַטאָמען אין די לאַבאָראַטאָריעס, עקספּערימענטירט מיט סעקס, אָדער געגרינדעט מיליאָן־דאָלאַרדיקע געשעפֿטן, האָב איך אָנגעהויבן זיך אינטערעסירן מיט אַן אַנדער מין אַוואַנטורע, וואָס האָט מיך דעמאָלט געצויגן און באַגײַסטערט מיך שוין גאַנצע 15 יאָר.
אָנגעהויבן שטודירן ייִדיש האָב איך אין מיטלשול, וווּ מײַן ענגליש־לערערין (אַ ייִדענע פֿון טאָלעדאָ, אָהײַאָ, מיט דיקע ברילן אײַנגעראַמט אין שוואַרץ, מיט אַ באַגרענעצטן געדולד און נישט־קאָנטראָלירטער צוקער־קראַנקייט) האָט מיר געגעבן אָנצוהערן, אַז זי קען מײַנע פֿויליאַקישע, לעצט־יאָריקע שטיק, און איך דאַרף זיך נעמען צו עפּעס אַ תּכלית. דאָס ערשטע ווערק אויף ייִדיש וואָס כ׳האָב געפּרוּווט צו לייענען, איז געווען שלום אַשס אַ ראָמאַן, וואָס די טעמאַטיק דערפֿון האָט אַרויסגערופֿן פֿאַרחידושטע בליקן בײַ די עלטערן.
די מעשׂה וועגן דעם, ווי אַזוי כ׳פֿיל זיך פּערזענלעך פֿאַרבינדן מיט דער צײַטשריפֿט "די גאָלדענע קייט" איז נישט קיין געוויינטלעכע. אין איר פֿיגורירט אַ שטאָט באַלטימאָר, מערילענד, וואָס איז נישט בײַ יעדן אַסאָציִיִרט מיט אונדזער ליטעראַטור. אין יאָר 1947 האָט אַבֿרהם סוצקעווער געפֿלירטעוועט מיטן קאָמוניזם אין פּאַריז, טאַקע בלויז עטלעכע חדשים; ער האָט זיך געשלאָגן דעמאָלט מיט דער דעה, אַוווּ זאָל ער זיך, מיט זײַן משפּחה, באַזעצן — אין קאָלומבוסעס מדינה צי אין ארץ־ישׂראל?
מאַקס ווײַנרײַך (וואָס האָט זיך מיט אים יאָרן־לאַנג אַדורכגעשריבן) האָט אים געעצהט בזה הלשון:
דאָס ייִדישע לעבן איז קאָמפּליצירט. אָבער ניט נאָר דאָ. עס איז קאָמפּליצירט אין ארץ־ישׂראל אויך. ווען איך וואָלט געמיינט, אַז איר קענט אין ארץ־ישׂראל געפֿינען פּשטות און מעגלעכקייט צו שרײַבן, וואָלט איך אײַך געעצהט צו באַזעצן זיך דאָרטן. אָבער איך גלייב ניט דערין. אויב מע האָט כּוח און אַמביציע צו בויען, קאָן מען בײַ ייִדן אין אַמעריקע עפּעס דערגרייכן. מען דאַרף נאָר פֿאַרשטיין, אַז פֿון די האַלב־אײַנגעפֿונדעוועטע און האַלב־פֿאַרטיקע הײַזער איז אָפֿט מאָל דאָס בעסטע אויסצופּלאַנירן נײַע בנינים: גוטע ציגל זײַנען דאָ.
עס קען זײַן, אַז סוצקעווער האָט שוין געהאַט געמאַכט זײַן באַשלוס נאָך איידער ווײַנרײַכס בריוו איז צו אים דערגאַנגען. אין 1947 האָט ער מיט זײַן פֿאַמיליע, האָבנדיק פֿאַלשע בריטישע פּאַספּאָרטן, שוין אָפּגעשוווּמען קיין ארץ-ישׂראל. די גענויע געשיכטע פֿון יענע יאָרן איז נישט קלאָר. אָבער לויט אַ מומחהטע אין יענער היסטאָריע, דער היסטאָריקערין רחל ראָזשאַנסקי, וואָס האָט וועגן דעם געשריבן אין דער ישׂראל-צײַטונג "הארץ", איז געווען אַ שטיק צײַט, ווען דער פֿאָרשלאָג צו גרינדן אַ ייִדיש-זשורנאַל אין דער ייִדישער מדינה האָט זיך דווקא אָנגעשטויסן אין אַן ערנסטער אָפּאָזיציע אין די הסתּדרות-קאָמיטעטן. אָן דער פּראָטעקציע פֿון יהודה שפּרינצאַק, דעם סעקרעטאַר פֿון פֿאַראיין, וואָלט גאָרניט נישט צושטאַנד געקומען.
אַזוי האָט אין 1949 דערזען די ליכטיקע שײַן דער ערשטער נומער פֿון "די גאָלדענע קייט", אין אַ פּלמ״חישער אָליוו-גרינער הילע. "די הסתּדרותּ האָט געפֿונען פֿאַר נייטיק אָנצוהייבן אַ ליטעראַרישן זשורנאַל אויף ייִדיש מיטן נאָמען "די גאָלדענע קייט", — האָט אָנגעהויבן שפּרינצאַק זײַן ארײַנפֿיר-עסיי מיט מער פּינקטלעכקייט ווי וואַרעמקייט. זײַן צווייטער פּאַראַגראַף איז ניט געווען וואַרעמער: "העברעיִש איז די שפּראַך פֿון אונדזער ייִדיש לאַנד..." וואָלט מען אפֿשר געמיינט, פֿון די אָנגעצויגענע בראשית-טעג פֿון דער אויסגאַבע און פֿון שפּרינצאַקס נישט איבעריק-האַרציקן ברוך-הבא, אַז דער זשורנאַל האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַזאַ "טובֿהלע", צוגעוואָרפֿן די ייִדישיסטן. דאַכט זיך אָבער — זאָגט ראָזשאַנסקי — אַז דווקא פֿאַרקערט, די הסתּדרותּ האָט געזען די צײַטשריפֿט ווי אַ הסברה-מיטל, כּדי איבערצורעדן די בני-תּפֿוצות אין דער וויכטיקייט פֿון דער מדינה.
אייגנטלעך, איז "די גאָלדענע קייט" געווען אַ רעאַליזירונג פֿון די העכסטע טרוימען צו שאַפֿן אַ "צוויי צענטערס"־מאָדעל פֿון ייִדישקייט: אַ ייִדיש-אויסגאַבע, צענטרירט, כאָטש נישט באַגרענעצט, אין דער ייִדישער מלוכה. אין ערשטן נומער, למשל, האָט אַהרן צייטלין איבערגעזעצט אַ ליד פֿון שאול טשערניכאָווסקי "דרײַ אייזלטעס שפּאַנען" — דער נײַ-חסיד צונויפֿגעשדכנט מיטן כּהן-גדול פֿון כּנענישן פּאַגאַניזם. פֿון אַבֿרהם לעווינסאָן, סוצקעווערס מיטרעדאַקטאָר באַשטימט פֿון דער הסתּדרותּ, האָט זיך נישט געזען קיין תּמונת-אות. סוצקעווער האָט אַליין עפּעס געדרוקט — נישט קיין ליד וועגן תּקומת-המדינה אָדער — ווידער — די ווייען פֿון תּפֿוצות, נאָר וועגן אַן אַלטן פֿאַרשטויבטן כּתבֿ-יד.
עס באַווײַזן זיך מחברים אויף די שפּאַלטן פֿון "די גאָלדענע קייט", וואָס האָבן געלעבט און געשאַפֿן נאָך אין דער שטוב, וווּ איך האָב געוווינט, כאָטש כ׳האָב זיי קיין מאָל נישט געזען אין מײַן לעבן: ניסן ברוסילאָוו האָט אָנגעקייטלט המשכים-ראָמאַנען פֿון ים-געשיכטעס און היסטאָרישע מעשׂיות; די דיקע סאָנעטן פֿון ירמיהו העשעלעס זײַנען זיס און טונקל, ווי אַ גוטער קוכן. פֿאַראַן נאָך הײַנט לעבעדיקע מחברים, זיי צו לענגערע יאָר, וואָס האָבן זוכה געווען געדרוקט צו ווערן אין "די גאָלדענע קייט"; און איך רוף זיי די "קייט-משפּחה": ביילע שעכטער-גאָטעסמאַן און די נאַטור־דיכטערין לאה ראָבניסאָן.
וואָס מער כ׳האָב געלייענט און געלערנט, בין איך אַלץ מער געכאַפּט געוואָרן אין דער נעץ פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. אַ יאָר נאָכן קאָלעדזש האָב איך פֿאַרבראַכט אין אייראָפּע, זיך אַרײַנטיפֿנדיק אינעם מצבֿ פֿון מינאָריטעט־שפּראַכן; צו ערשט, אין שפּאַניע, דערנאָך אין מיזרח־אייראָפּע. דאָס ווײַן איז געווען בעסער, און די עזרת־נשים שענער — אין שפּאַניע.
נאָך יענעם אייראָפּעיִשן "גראַנד טור" האָב איך זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק, כּלומרשט נאָר צו לערנען זיך אויף דאָקטער, נאָר אויך (און גורלדיק) צו טרעפֿן זיך מיט אַ גרויסן ייִדיש־העלד, מרדכי שעכטער עליו־השלום. אַ פּנים פֿון אַ העלד האָט ער נישט געהאַט. דאָס ערשטע מאָל ווען איך האָב, מיט אַ ציטערנדיק האַרץ, אַ קלאַפּ געטאָן אין דער טיר פֿונעם ביוראָ "ייִדיש-ליגע", האָב איך דערוואַרט צו זען אַ ריז, אַ גיבור, אָבער אַרויסגעקוקט האָט אַ פּנים פֿון אַ פֿראָפֿעסאָרישן טיפּ, מיט אַ מילדן שמייכל און אָפֿענעם קאָלנער. הײַיאָר האָט מען שוין אָפּגעמערקט זײַן פֿינפֿטן יאָרצײַט.
שוין זײַענדיק אין ניו־יאָרק, האָב איך זיך באַקענט מיט אַ חבֿרה אַקאַדעמיקער, פּראָפֿעסאָרן און דאָס גלײַכן, ווי אויך קולטור־אַרבעטער און שרײַבער (בײַם "פֿאָרווערטס" און אין אַנדערע אַנשטאַלטן), וואָס גיבן זיך אָפּ פֿולצײַטיק מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. און — איך זאָל חלילה נישט פֿאַרגעסן — כ׳האָב אויך חתונה געהאַט, און אָנגעהויבן אויפֿהאָדעווען צוויי ייִדיש־רעדנדיקע קינדער.
איך וווין שוין אין באַלטימאָר צוויי מיט אַ האַלב יאָר, צוגעצויגן אַהער צוליב אַ גוטער שטעלע ווי אַ דאָקטער. נאָכן ערשטן יאָר, האָט אַ חבֿר מײַנער, פּראָפֿעסאָר בנימין מאָס פֿון דזשאָנס-האָפּקינס-אוניווערסיטעט, מיר אַ זאָג געטאָן: "שוין חדשים לאַנג ווי איך האַלט פֿאַר דיר אַ סך קאַסטנס ביכער אין מײַן קעלער. ווילסטו זיי?" — "וועלכע ביכער?" — "ייִדישע ביכער! נומערן פֿון ׳די גאָלדענע קייט!׳". געוואָרן איז טאַקע אַזאַ קייט בײַ מיר אין שטוב, ווי עמער-טרעגערס פֿון אַ פּאָזשאַרנע קאָמאַנדע, וואָס האָט זיך געצויגן פֿון זייער באַגאַזשניק צו מײַן קעלער-טיר. עטלעכע חדשים האָב איך זיי געלאָזט וואַלגערן זיך אויף די פּאָליצעס ביז עס האָט זיך אויסגעוועפּט אַ ביסל פֿון מײַן ייִראת-הכּבֿוד אַקעגן זיי. די בענד זײַנען פֿון ד״ר שעכטערס ביבליאָטעק, וואָס די שעכטער-משפּחה האָט ברייטהאַרציק מנדבֿ געווען צו האָפּקינס.
מיט דער צײַט האָב איך זיך אַלץ מער אַרײַנגעטאָן אינעם זשורנאַל, פֿאַרן שלאָפֿן גיין, בײַ געכאַפּטע מאָמענטן, איבערלאָזנדיק די פֿילפֿאַרביקע נומערן אין אַלע ווינקלען. ווען נישט ווען, בײַם בלעטערן זיי אין אַ שבת, טרעף איך אָן אויף אַ פּאַסיקל אויף דער ראַנד־זײַט פֿון אַ סוצקעווערס ליד — אַ סימן אַז שעכטער האָט נישט געהאַלטן פֿון אַ נײַשאַפֿונג, וואָס דער דיכטער האָט אײַנגעפֿירט אין די פֿערזן. אַזאַ "עבֿירהלע" רופֿט אַרויס אַ פּיקאַנטקײַט.
ווי באַוווּסט, האָט זיך סוצקעווער געפֿעלט מיט צוויי יאָר צוריק. פֿון ניו-יאָרק האָב איך אָנגעקלונגען צו אים איין מאָל. די איבערלעבונג איז געווען אַן אַנטי־קלימאַקטישע: ער איז געווען טויבלעך, זײַן טעלעוויזאָר האָט געטומלט, און די טעלעפֿאָן-פֿאַרבינדונג איז געווען אַ שרעקלעכע. שוין פֿינף יאָר פֿאַר דעם, אַן ערך אין 1995, האָט ער געשטעלט דעם סוף-פּסוק צום זשורנאַל: דאַכט זיך, געוואָלט אָפּרײַסן די בלום איידער זי ווערט פֿאַרוויאַנעט.
איך האָב אָבער אַ געפֿיל, אַז דער זשורנאַל גייט אָן ווײַטער, פּשוט אין אַן אַנדערן, קערפּערלאָזן גילגול. וווּ נאָר אויף דער וועלט עס ווערט אָנגעשריבן אַ שאַפֿונג פֿון בלײַביקער חשיבֿות, ווערט זי — מיט אַ געוויסער פֿאַרשפּעטיקונג — שוין אַרויסגעגעבן אין "די גאָלדענע קייט", נײַע סעריע. אפֿשר וועל איך צו דעם אַ מאָל אויך זוכה זײַן.