‫ייִדיש־נײַעס
פֿון שלום בערגער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דורך דער געשיכטע פּרוּווט יעדער פֿאָלק, וואָס פֿאַרמאָגט אַ ליטעראַטור, אַרײַננעמען אין איין בוך, אַדער ביכער, דאָס גאַנצע וויסן. די געשיכטע פֿון וויסן איז אויך די געשיכטע פֿון קאַטעגאָריזירן וואָס מע ווייסט.

לויט די כּללים פֿון 21סטן יאָרהונדערט, דאַרפֿן זיך באַטייליקן אין אַן ענציקלאָפּעדיע אַקאַדעמיקערס פֿון אַ צאָל פֿאַרשיידענע פֿעלדער. געוויינטלעך, באַשליסן די רעדאַקטאָרן פֿון די ענציקלאָפּעדיעס, ווער עס וועט אָנשרײַבן אַ געוויסן אַרטיקל — און יענער באַשלוס קען זײַן אַ ביז גאָר גורלדיקער פֿאַרן פֿאַרשטאַנד פֿון די קומעדיקע דורות, וואָס פֿאַרשטייען דעם דאָזיקן לימוד דורך יענעמס ברילן. ווער געדענקט ניט, ווי אַ השערה, וואָס מע האָט זיך אַרומגעטראָגן דערמיט זינט די שול־יאָרן, איז אין אַ רגע חרובֿ געוואָרן דורך פֿאַקטן, וואָס זײַנען פֿריִער ניט פֿאָרגעשטעלט געוואָרן?