פֿאַרשײדנס
פֿון שלום בערגער (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

א מענטש ליגט אויפֿן שפּיטאָל-בעטל און קען ניט רעדן. די דאָקטוירים דאַרפֿן מאַכן אַ באַשלוס וואָס צו טאָן מיט אים. ווי אַזוי טוט מען דאָס? ווי אַזוי רעדט מען אַרום אַזאַ זאַך מיט דער משפּחה? די ביִאָ-עטישע עסטאַבלישמענט אין די אַמעריקאַנער שפּיטעלער האָבן מער ווייניקער שוין אָנגענומען אַ כּלל, אַזאַ מין מעניו פֿון אופֿנים, ווי אַזוי אַרומצורעדן מיט דער משפּחה אַ באַשלוס. מומחים פֿון דער מעדיצינישער עטיק זײַנען אָבער צו ביסלעך געקומען צום אויספֿיר, אַז אַזאַ צוגאַנג טויג מער ניט.

לאָמיר אַ קוק טאָן, וואָס ס׳קומט הײַנט פֿאָר אין ס׳רובֿ שפּיטעלער, ווען אַ פּאַציענט האַלט גאָר שמאָל, און וואָס רעדט מען איצט אַרום אין שײַכות צו מאַכן אַ בײַט אין דעם אָנגענומענעם צוגאַנג.

לאָמיר אָנהייבן פֿון אַ טרויעריקער סיטואַציע. דער קראַנקער איז שוין אַ חולה-מסוכּן און ליגט אָן לשון אויף דעם שפּיטאָל-בעט. ווי אַזוי דערגייט מען צום קראַנקנס פֿאַרלאַנג?

פֿריִער פֿלעגט מען האַלטן ווי אַ כּלל, אַז "די אינטערעסן פֿונעם פּאַציענט — קודם־כּל"! צוריק געשמועסט, איז עס נישט אַלע מאָל קלאָר, ווי אַזוי מע דערגייט צו די "בעסטע אינטערעסן," באַזונדערס, אויב דער פּאַציענט איז נישט בכּוח זיי צו פֿאָרמולירן. אָבער נישט נאָר צוליב פּראַקטישע סיבות האָט מען אָפּגעוואָרפֿן יענעם כּלל. עס האַנדלט זיך אין די עטישע יסודות פֿון דער הײַנטיקער ביִאָעטיק, וואָס האָבן זיך היפּש געביטן אין די לעצטע יאָרצענדליקער. צו מאַכן אַ באַשלוס לשם יענעמס אינטערעסן; בפֿרט, אויב מע נעמט אָן פֿאַר זיכער, אַז מע ווייסט וואָס יענעמס אינטערעסן זײַנען, שמעקט עס שוין מיט פּאַטערנאַליזם, וואָס איז הײַנט (נישט בחינם) מער נישט געוווּנטשן.

מיט וואָס פֿאַרבײַט מען די בעסטע אינטערעסן פֿון די פּאַציענטן? אין די 1970ער יאָרן האָט מען אין ענגלאַנד געפֿונען די לעגאַלע באַגרינדונג פֿון 19טן יאָרהונדערט, וואָס האָט געשטעלט די דעמאָלט-דרינגענדיקע פֿראַגע: וואָס טוט מען, אַז מע האָט צו טאָן מיט די אינטערעסן פֿון אַן אַזוי גערופֿענעם "לונאַטיקער", וואָס ס׳איז אוממעגלעך צו דערגיין וואָס ער וויל איצט?

דעמאָלט איז מען צוגעקומען צום געדאַנק פֿון "פֿאַרביטענעם שׂכל" — דאָס הייסט, אַז דער, וואָס מאַכט דעם באַשלוס אין נאָמען פֿונעם פּאַציענט, זאָל באַשליסן וואָס דער פּאַציענט זאָל האָבן באַשלאָסן, ווען ער וואָלט געווען אין שטאַנד צו באַטראַכטן דעם ענין.

אַנדערש געזאָגט: ווען די באָבע וואָלט געהאַט רעדער וואָלט זי געווען אַ טראַמווײַ. ווען מע פֿרעגט מענטשן, צי וואָלטן זיי געוואָלט, אַז אַ קרובֿ זאָל "פֿאַרבײַטן זייער שׂכל" און פּרוּוון טרעפֿן וואָס זיי ווילן, געפֿינענדיק זיך אין שפּיטאָל אָן באַוווּסטזײַן, האָבן זיי דווקא געענטפֿערט נעגאַטיוו. צוליב די דאָזיקע סיבות איז אויך דער צוגאַנג "פֿאַרביטענער שׂכל" ניט פרײַ פֿון עטישע צי פּראַקטישע שטערונגען.

איז געבליבן, אַז די סאַמע בעסטע אַלטערנאַטיוו פֿאָרצושטעלן די אמתע וווּנטשן פֿונעם פּאַציענט איז אַ צוואה, וואָס האָט צו טאָן מיט מעדיצינישע ענינים. אַזאַ אויסדרוק בײַם לעבן זאָל, כּלומרשט, זײַן דער סאַמע שפּיץ פֿון די אַלע דערמאָנטע צוגאַנגען, ווײַל ס׳איז פּראַקטיש און פּערזענלעך. ניטאָ קיין שום פּאַטערנאַליסטישע מחשבֿות וועגן די בעסטע אינטערעסן פֿונעם פּאַציענט.

אָבער אויך אין דעם אַזוי-גערופֿענעם אידעאַל שטעקן אַ צאָל וויכטיקע פּראָבלעמען. ס׳רובֿ פֿון זיי ווײַזן זיך אַרויס אויפֿן קלאָרסטן אופֿן פֿאַר די וואָס אַרבעטן מיט גוססים: די דאָזיקע צוואות זײַנען צו אַבסטראַקט און צו פּרטימדיק אין איין צײַט. צו אַבסטראַקט, ווײַל ס׳רובֿ פּאַציענטן האָבן קיין אַנונג ניט וועגן די טעכנישע פּרטים פֿון אַ שפּיטאָל אָדער וועגן דער טעכנישער פֿונקציע פֿון די מכשירים, וואָס געפֿינען זיך אין אַ גוט-אויסגעריכטן אינטענסיוון אָפּטייל. דערמאָנט מען אין דער צוואה בלויז די נוצלאָזע אַלגעמיינע פּונקטן, ווי "איך וויל ניט קיין העלדישע מיטלען", אָדער "איך וויל ניט קיין לעבנס-ראַטעווענדיקע אַקציעס" — וואָס זיי מיינען פֿאַרשיידענע זאַכן פֿאַר פֿאַרשיידענע מענטשן. לאָמיך דאָ אויסניצן די געלעגנהייט זיך צו דערמאָנען אין די אומצאָליקע פֿאַלן, ווען איך — נאָך אַ רעזידענט-דאָקטער — האָב זיך אויסגעדרייט די געהירן בײַם לייענען די ניט-דורכגעטראַכטע אָנווײַזונגען אין אַזאַ צוואה. פֿון אַזאַ אַבסטראַקטקייט איז געקומען דער געדאַנק, אַז אפֿשר פֿעלט אין אַזעלכע צוואות דווקא אַ געהעריקע ספּעציפֿישקייט?

איז אָבער מיט דעם געקומען אַ נײַע שוועריקייט וואָס מע האָט מסתּמא געדאַרפֿט פֿאָרויסזען, דהײַנו, אַז דאָקטוירים און פּאַציענטן רעדן ניט איין שפּראַך. אַז אַ רעזידענט-דאָקטער (אָפֿטמאָל ווערט די "מיצווה" איבערגעלאָזט דווקא פֿאַר די וואָס זײַנען ניט אויף די הויכע פּאָזיציעס) פּרוּווט אויספֿרעגן דעם פּאַציענט וועגן די אַלע אָפּציעס און צוגאַנגען וואָס וואָלטן געווען טעכניש מעגלעך צום סוף לעבן, קוקט, נעבעך, דער פּאַציענט ווי אַ האָן אין בני-אָדם. און ווען דער פּאַציענט, ווידער, פּרוּווט אַליין, אויף זײַן אייגענעם אופֿן אָנגעבן וואָס מע מעג יאָ טאָן און וואָס מע טאָר ניט טאָן, קומען אַרויס זאַכן אָן הענט און אָן פֿיס.

די דאָקטוירים חידושן זיך, ווען מע הערט וועגן פּאַציענטן, וואָס ווילן דווקא יאָ מע זאָל דריקן אויף דער ברוסט, כּדי אויפֿצולעבן דאָס האַרץ, אָבער זיי זאָגן זיך קאַטעגאָריש אָפּ פֿון אַן אָטעם-טרײַבל דורכן האַלדז, וואָס די ביידע מיטלען זײַנען געקניפּט און געבונדן, ווי טיילן פֿון דעם אויפֿמינטערונגס-פּראָצעס. אָדער ווידער, ווען אַ פּאַציענט זאָגט, אַז ער וויל יאָ דאָס טרײַבל דורכן האַלדז, אָבער מיט אַ תּנאַי מע זאָל עס נישט צולאָנטשען צו אַן אָטעם-מאַשין.

איז מען שוין ניט אַהין און ניט אַהער.

צוליב אָט די טעמים, האָט מען אָנגעהויבן באַטראַכטן דעם ענין פֿון אַן אַנדער קוקווינקל. לאָמיר ניט לייגן דעם טראָפּ אויפֿן באַשלוס וואָס מע דאַרף מאַכן. דאָס איז אַוודאי וויכטיק. נאָר וויכטיקער איז צו וויסן, וואָס עס שטעלט מיט זיך פֿאָר דער פּאַציענט? וואָס ער האַלט וויכטיק אין לעבן? האָבנדיק אַזעלכע ידיעות קען מען פּרוּוון צונויפֿשטעלן אַ מער פּרטימדיק בילד פֿון זײַן פּערזענלעכקייט און דערמיט שוין אָפּערירן בשעתן אָננעמען דעם באַשלוס.

ווי אַזוי אָבער קאָן מען צו דעם דערגיין? ס׳איז ווי בײַ וועמען. אַ מאָל טרעפֿט זיך אַ מענטש, וואָס איז צוגעוווינט צו אַבסטראַקטע רייד, וואָס קען זיך רויִק אַוועקזעצן, נעמען אַ פּען אין דער האַנט און אָנשרײַבן אַן עטיש־אויסגעהאַלטענע צוואה פֿאַר זײַנע קינדער און קינדסקינדער.

ניט יעדער אָבער האָט אַזאַ כאַראַקטער און פֿאַרשטאַנד. וויכטיקער איז אפֿשר מודה צו זײַן, אַז אַלע האָבן געוויסע זאַכן בשותּפֿות, און דערקלערן זיי דאָס אויף קאָנקרעטע בײַשפּילן, אָנשטאָט צו דערציילן מעשׂיות טאָג אײַן, טאָג אויס, וואָס די קרובֿים הערן אויס.

אָבער שפּעטער, ווען דער פּאַציענט ליגט אָן לשון אויף אַ שפּיטאָלבעט, קענען די קרובֿים זיך כאַפּן, אַז די און די זאַכן האָט ער (צי זי) געהאַלטן פֿאַר וויכטיק.

און דווקא די עקרים (לויט דעם צוגאַנג) דאַרף מען באַטראַכטן, ווען מע רעדט אַרום די מעדיצינישע באַהאַנדלונג. דעם טראָפּ דאַרף מען ניט לייגן אויף די אומקלאָרע פֿאָרויסזאָגונגען — צומאָל איבערגעטריבענע — פֿון די מעדיצינישע פּראַקטיקער, נאָר אויף די פּריאָריטעטן פֿון די חולים אַליין, ווי זיי זײַנען דורכגעפֿירט געוואָרן אינעם טאָג־טעגלעכן לעבן.