לעצטנס האָבן טויזנטער אַמעריקאַנער פֿרויען זיך אויפֿגעכאַפּט צו דער אומגעריכטער נײַעס, אַז אַן אָנגעזעענע גרופּע דאָקטוירים רעקאָמענדירט מע זאָל מער ניט באַקומען מאַמאָגראַמען (בריסט-רענטגענס) אַזוי אָפֿט ווי פֿריִער. דאָס האָט אַרויסגערופֿן אַ ויצעקו. טייל דאָקטוירים האָבן ניט מסכּים געווען מיט די געענדערטע רעקאָמענדאַציעס און אַ צאָל פֿרויען האָבן ניט פֿאַרשטאַנען פֿאַר וואָס אַ טעסט, וואָס ס׳איז נעכטן געווען געוווּנטשן איז פּלוצעם ניט כּדאַי. וואָס איז געשען?
די דערקלערונג האָט צו טאָן מיט אַ רעלאַטיוו נײַער ריכטונג אין דער מעדיצינישער פּראַקטיק און פֿאָרשונג, וואָס ניט יעדער איז מסכּים דערמיט. (את חטאי אני מזכּיר היום: כ׳בין דווקא איינער פֿון די וואָס איז אַ שטאַרקער אָנהענגער פֿון דער אידעע.) דער צוגאַנג הייסט "די מעדיצין אויפֿן סמך פֿון באַווײַזן" (עווידענס בייסד מעדיסין) און איר אויפֿקום, שוין מיט צוואַנציק יאָר צוריק, האָט אויפֿגערודערט די וועלט פֿון דאָקטוירים, וווּ — ווי אין יעדער מענטשלעכער בראַנזשע — האָט פֿריִער געהערשט דער מינהג און די אָנגענומענע רוטין.
די באַוועגונג (און מע קען עס רופֿן אַזוי) האָט זיך אָנגעהויבן אין קאַנאַדע, וווּ אַ גרופּע דאָקטוירים און עפּידעמיאָלאָגן האָבן געשטעלט אַ כּמו פּשוטע פֿראַגע: וועלכע מעדיצינישע הנהגות זײַנען טאַקע באַגרונטיקט אין די פֿאַרלאָזלעכסטע און פּינקטלעכסטע וויסנשאַפֿטלעכע ראיות? די ענטפֿערס האָבן אַ סך געזונט-פּראַקטיקערס שאָקירט, ווײַל ניט אַלע מאָל גיט מען זיך אָפּ אַ דין־וחשבון, וויפֿל מע ירשנט ניט־באַקוקטערהייט פֿון אַ לערער, אַ בעל־הבית, אָדער סתּם אַ משפּיעדיקן קאָלעגע.
די כוואַליעס פֿון יענעם אויפֿרײַס האָבן זיך ביז דעמאָלט צעשפּרייט אין יעדן ווינקל פֿון דער מעדיצינישער וועלט. איצט (מער ווי ווען עס איז פֿריִער) הייבט שוין אָן יעדער דאָקטער צו פֿרעגן (פֿאַר יעדער זאַך וואָס ער טוט): "אויף וואָסער גרונט? וואָס זאָגט מיר אָן די וויסנשאַפֿטלעכע ליטעראַטור וועגן דער באַפֿעלקערונג, און ווי אַזוי זאָל איך פֿאַרבינדן די ליטעראַטור מיט דעם פּאַציענט וואָס זיצט איצט פֿאַר מיר אין ביוראָ"?
מע דאַרף דורכאַקערן די וויסנשאַפֿטלעכע ליטעראַטור און אויסזוכן די סאַמע פֿאַרלאָזלעכסטע שטודיעס, און זיי צוזאַמענלייגן, רעזומירן אין איין איבערקוק־שטודיע וואָס פּרוּווט אונטערציִען אַ סך־הכּל. צוליב דעם גרויסן פֿאַרנעם פֿון דער ביז־איצטיקער מעדיצינישער ליטעראַטור (וואָס ווערט וואָס אַ מאָל גרעסער) מוז מען אונטערנעמען אַזאַ פּראָיעקט — דרך־כּלל ניט יחידווײַז, נאָר ווי אַ קאָלעקטיוו — אָפֿטמאָל ווי אַ טייל פֿון אַן אוניווערסיטעט אָדער דער פֿעדעראַלער רעגירונג. אַזעלכע גרופּעס זײַנען אין די לעצטע יאָרצענדליקער אויפֿגעקומען ווי שוואָמען נאָך אַ רעגן, אַ טייל פֿון זיי קוואַזי אָפֿיציעל (ווי דער קאָקראַן קאָלאַבאָראַטיוו) און אַ טייל אָפֿיציעל, ווי דער אַזוי גערופֿענער אויפֿגאַבע־כּוח פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטנס עפֿנטלעכע געזונט־באַדינונג — (USPS-TF).
לאָמיר אָבער מאַכן אַ טריט צוריק. ווי קען זײַן, אַז טייל דאָקטוירים זײַנען אַרויסגעטראָטן קעגן אַזעלכע רעקאָמענדאַציעס אויפֿן סמך פֿון וויסנשאַפֿטלעכע באַוויײַזן? ווי קען אַ דאָקטער זײַן קעגן דער וויסנשאַפֿט? ניט אין דעם גייט עס. אַזעלכע דאָקטוירים האָבן מורא — בדרך כּלל — אַז די מעדיצין אויפֿן סמך פֿון באַווײַזן איז פּשוט די זעלבע ייִדענע אַנדערש פֿאַרשלייערט — אַ נײַער תּירוץ צו מאַכן זיך ניט וויסנדיק פֿון דעם דעליקאַטן באַלאַנץ, די באַציִונג צווישן דאָקטער און פּאַציענט. די שוועריקייטן הייבן זיך אָן (זאָגן די סקעפּטיקער) ווען מע פּרוּווט דערגיין אויף זיכער דעם טײַטש פֿון וואָרט "באַווײַזן." וואָס גילט טאַקע ווי באַווײַזן וואָס זײַנען שײַך צו דער באַהאַנדלונג פֿון אַ יחידישן פּאַציענט מיט אַלע זײַנע (צי אירע) פּיטשעווקעס? עס קען דווקא זײַן, אַז די שטודיעס וואָס מע האַלט פֿאַר די סאַמע פֿאַרלאָזלעכסטע אין ריין וויסנשאַפֿטלעכע טערמינען זײַנען ניט די וואָס מע קען אָנווענדן אויפֿן פּאַציענט וואָס זיצט פֿאַרן דאָקטער.
פֿאַר וואָס? די סיבה האָט צו טאָן מיט דעם, ווי אַזוי מע פֿירט אַדורך די הײַנטיקע וויסנשאַפֿטלעכע שטודיעס. מע וויל בײַם סוף פֿון אַ שטודיע אויפֿווײַזן אַ רעזולטאַט וואָס איז ניט מושפּע געוואָרן פֿון קיין פּניה אין איין ריכטונג אָדער אַ צווייטע. אַלץ מוז מען צעלייגן אויף טעלערלעך ווען עס קומט די צײַט איבערצוגעבן די רעזולטאַטן, און אַלץ מוז מען בודק זײַן טאָמער איז דאָ אַן אומבאַרעכטיקטע נייגונג אין איין ריכטונג וואָס זאָל געבן די בכורה איין צד פֿון דער שטודיע (למשל די באַהאַנדלונג קעגן דעם פּלאַצעבאָ).
הייסט עס, אַז אין אַזאַ שטודיע וויל מען אָנווענדן די בעסטע סטאַטיסטישע און עפּידעמיאָלאָגישע מיטלען אויפֿצוּווײַזן, אַז דער רעזולטאַט איז אַן אמתדיקער, אַן "אָרנטלעכער." וואָס איז אָבער ווען אַ פּאַציענט קומט אויף אַ וויזיט אינעם דאָקטערס ביוראָ און פֿרעגט אַ שאלה, וואָס פֿאָדערט אַ קוק צו טאָן אין דער ליטעראַטור — און דעם פּאַציענט, צוליב וועלכער סיבה ס׳זאָל ניט זײַן, וואָלט מען קיין מאָל ניט אַרײַנגענומען אין אַזאַ שטודיע לכתּחילה? קען זײַן אַז ער איז צו קראַנק, אָדער צו אַלט, אָדער האָט אַן אַלערגיע אויף איינעם פֿון די פּראָבירטע רפֿואות. ווי אַזוי אַפּליקירט מען די געפֿינסן פֿון דער שטודיע אויף דעם יחיד?
אָט דאָס איז די טענה פֿון די סקעפּטיקערס לגבי דער אַזוי גערופֿענער מעדיצין אויפֿן סמך פֿון באַווײַזן. אַפֿילו מ׳איז מצליח אַלץ אַוועקצושטעלן אויפֿן וויסנשאַפֿטלעכן באָדן, און מע לאָזט מער ניט אַרײַן דעם אומבאַגרונטיקטן אַנעקדאָט וואָס איז דער לאַנג־יאָריקער שפּײַז פֿון דאָקטוירים, ווי אַזוי ניצט מען אויס די וויסנשאַפֿט לטובֿת דעם פּאַציענט? ווי קען מען זײַן זיכער, אַז מ׳איז פֿאַרקראָכן אין דער פֿאַלשער ריכטונג מיט דעם אַלעם?
דער הײַנטיקער בײַשפּיל וווּ דאָס איז מערסטנס שייך, פֿאַרשטייט זיך, איז דער ענין מאַמאָגראַמען, וואָס מע ניצט (ווי באַוווּסט) צו פֿאַרהיטן דעם בריסט־קאַנצער. אָדער... אפֿשר ניט אַזוי באַוווּסט. ווײַל ווען עס וואָלט געווען אַזוי פּשוט, פֿאַר וואָס ניט רעקאָמענדירן מאַמאָגראַמען פֿאַר בת-מצווה מיידלעך? פֿאַר וואָס ניט אויפֿכאַפּן זייער קאַנצער וואָס פֿריִער?
ווײַל ניט אַלץ וואָס מע כאַפּט אויף מיט אַ טעסט פֿאַר קאַנצער איז דווקא עפּעס וואָס מע מוז באַהאַנדלען; ניט אַלץ וואָס קומט אויף וואָס איז פּאָזיטיוו איז אמת; און ניט אַלץ וואָס איז טאַקע פּאָזיטיוו און פּאַסיק צו באַהאַנדלען איז כּדאַי צו באַהאַנדלען ווען מע פּרוּווט גרינטלעך באַלאַנסירן די ריזיקעס מיט די בענעפֿיטן.
דאָ ליגט דער הונט באַגראָבן. און טאַקע דאָ קריגן זיך חשובֿע דאָקטוירים וועגן דער ריכטיקער צײַט (און דעם ריכטיקן פֿאַרנעם) אָנצוהייבן רעקאָמענדירן מאַמאָגראַמען. בײַ פֿרויען צווישן פֿופֿציק און זעכציק איז מער ווייניקער קלאָר, אַז מאַמאָגראַמען זײַנען רעקאָמענדירלעך (פֿאַראַן נאָר אַ חילוקי־דעות וועגן אינטערוואַל). בײַ פֿערציק־יאָריקע איז אָבער אַ גרויסע מחלוקת פֿאַראַן. לויטן לעצטן פּסק, ווײַזט זיך אַרויס, אַז די סכּנה פֿון טאָן צו פֿיל (פֿאַלשע פּאָזיטיווע טעסטן, אומנייטיקע ביאָפּסיעס וואָס ווערן אַרויסגערופֿן פֿון צו אַגרעסיווע טעסטירונג) קען מען פֿאַרגלײַכן, אָדער זי שטײַגט נאָך אַריבער, די לעבנס וואָס ווערן אָפּגעראַטעוועט דורכן פֿרי אויפֿכאַפּן דעם בריסט־קאַנצער.
די דיסקוסיע ווערט וואָס שווערער צו פֿאַרשטיין ווען מע לייענט, אַז דאָס מאַמאָגראַפֿירן האָט דעם זעלבן עפֿעקט בײַ פֿערציק־יאָריקע און פֿופֿציק־יאָריקע. דאָס הייסט, עס פֿאַרמינערט די ריזיקע פֿון קאַנצער אויף דער זעלבער פּראָפּאָרציע — נאָר די באַזע-פּראָפּאָרציע איז היפּש קלענער אין פֿערציק־יאָריקע. מע מוז מאַמאָגראַפֿירן כּמעט צוויי טויזנט פֿרויען ייִנגער ווי פֿופֿציק צו ראַטעווען איין לעבן, און אַז מע מאַמאָגראַפֿירט טויזנט פֿרויען אין דעם עלטער וועלן 90 באַקומען פֿאַלשע פּאָזיטיוון.
זײַנען מיר אָבער געבליבן מיט דער אָריגינעלער פֿראַגע. אַז עס גייט די רייד וועגן מיר (זאָגט איר אפֿשר), אָבער מײַן מאַמע, פֿרוי, אָדער שוועסטער, ווי ווייסט מען אַז מע וועט ווערן די פֿרוי וואָס איז, חלילה, ניט ריכטיק באַהאַנדלט דורך די נײַע רעקאָמענדאַציעס? (די זעלבע פֿראַגע איז אַוודאי אויך געווען חל אויף די אַלטע.) איז דער ענטפֿער: מע ווייסט ניט. דאַרף מען צוקומען צו די הײַנטיקע וויסנשאַפֿטלערס וואָס פּרוּוון דערגיין, ווי אַזוי אונטערצושיידן צווישן די פֿרויען מיט אַ הויכער ריזיקע פֿאַרן ראַק און די מיט אַ מיטלדיקער ריזיקע. ביז דעמאָלט, ווי אין יעדער טרעפֿשפּיל, מוז מען זיך באַגיין מיט אַ געוויסער מאָס גלויבן און אַ שמץ געזונטע ספֿקות.