- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער אָנפֿירער פֿון דער גרופּע "קיצל אין האַרצן", אַנדרעאַס שמיטגאַס, האָט אין אַ פֿריִערדיקן געראָטענעם פּראָיעקט פֿאַרבעטן דעם אַמעריקאַנער ייִדיש־פּעדאַגאָג, פּסח פֿישמאַן, קיין דײַטשלאַנד אַרומצופֿאָרן און דערציילן זײַנע אויסגעטראַכטע מעשׂיות, וואָס ער האָט אויסגעשפּילט פֿאַרן דײַטשישן עולם. די מוזיקער אין דער גרופּע — דער גיטאַריסט שמיטגאַס, קלאַרנעטיסט בערנד שפּעהל, באַסיסט טאָמאַס פֿריצע — זענען שוין צוזאַמען 12 יאָר, און דאָס צוזאַמענשפּילן קלינגט אָן אַ פּגם. נאָכן טויט פֿון אַבֿרהם סוצקעווער איז די גרופּע אינספּירירט געוואָרן פֿון זײַן פּאָעזיע און פֿײַערדיקער פּערזענלעכקייט. דער טיטל פֿון דער נײַער רעקאָרדירונג "פֿידלרויז" נעמט זיך פֿון סוצקעווערס פּאָעזיע. לויט די מוזיקער פֿון "קיצל אין האַרצן", שטעלט מיט זיך פֿאָר די רויז אַ סימבאָל פֿון ליבע און שיינקייט, און די פֿידל — אַ סימבאָל פֿון דער ייִדישער מוזיק. דעריבער קען מען פֿאַרן ייִדישן מוזיקער קיין מער פּאַסיקן אימאַזש נישט געפֿינען. די טערמינען וואָס האָבן אַ שײַכות מיט קנאָבל זענען זייער אינטערעסאַנטע. דאָס ייִדישע "קנאָבל״ איז, אַפּנים, אַ קירצונג פֿונעם דײַטשישן Knoblauch — אַזעלעכע קירצונגען געפֿינט מען אויך אין דײַטשישע דיאַלעקטן. Knoblauch אַליין שטאַמט פֿון אַן עלטער וואָרט klobelauch, אַ צונויפֿהעפֿט פֿון צוויי ווערטער וואָס זענען טײַטש ׳געשפּאָלטן׳ און ׳ציבעלע׳ — דער קנאָבל לאָזט זיך דאָך צעטיילן אויף חלקים, וואָס אויף ייִדיש רופֿט מען זיי "ציינדלעך״. דאָס ענגלישע garlic איז אויך אַ צונויפֿהעפֿט, פֿון gar ׳שפּיז׳ און lic ׳ציבעלע׳ — פֿ״גל דאָס ענגלישע leek און דאָס דײַטשישע Lauch ׳פּאָרע-ציבעלע׳. אין דער ראָמאַנישער שפּראַך-משפּחה געפֿינט מען ס׳רוב אָפּשלאָגן פֿונעם לאַטײַנישן allium: פֿראַנצויזיש ail, פּאָרטוגאַליש alho, איטאַליעניש aglio, שפּאַניש ajo. בלויז רומעניש האָט דאָ אַרויסגעוויזן "שאַפֿערישקייט״: דאָרטן איז דאָס וואָרט usturoi, פֿון אַ לאַטײַנישן ווערב ustulare ׳(פֿאַר)ברענען׳ — ס׳איז קלאָר פֿאַר וואָס. די סלאַווישע טערמינען: פּויליש czosnek, טשעכיש česnek, רוסיש chesnok אאַז״וו — זענען פֿאַרבונדן מיט אַן אַלטן ווערב וואָס איז אויך טײַטש — ׳שפּאַלטן׳, און אפֿשר אויך מיטן ווערב פֿאַר ׳קעמען׳. (מיטן וואָרט פֿאַר ׳טייל׳ — פּויליש część אד״גל — איז עס נישט קיין קרובֿ, נישט-געקוקט אויף די האָפֿענונגען פֿונעם שרײַבער פֿון די שורות...) נישט נאָר פֿאָלקסלידער האָט מען געזונגען, נאָר אָריגינעלע ייִדישע לידער, געשאַפֿן פֿאַרן זומער־לאַגער. ווייניק פֿון די דאָזיקע לידער האָט מען רעקאָרדירט, און ס׳וואָלט אַוודאי געווען כּדאַי זיך צו טרעפֿן מיט די אַמאָליקע קעמפּער און די לידער פֿאַרשרײַבן. יענע וואָך האָב איך זיך געטראָפֿן מיט פֿרוי וויקי מאַניס פֿון ריווערדייל, ניו־יאָרק, כּדי צו רעקאָרדירן די לידער, וואָס זי געדענקט פֿונעם קעמפּ "קינדערוועלט". דער קעמפּ איז געווען אַ טייל פֿונעם "ייִדיש־נאַציאָנאַלן אַרבעטער־פֿאַרבאַנד" און האָט זיך געפֿונען אין הײַלאַנד־מילס, ניו־יאָרק. דער שטח פֿונעם זומער־לאַגער האָט זיך געשטרעקט איבער 250 אַקער און דאָס לאַנד האָט מען געטיילט מיט דער "פֿאַרבאַנד"־קאָלאָניע פֿאַר דערוואַקסענע — "אונדזער קעמפּ". דאָס באַגעגעניש מיט פֿרוי מאַניס האָב איך אַראַנזשירט, נאָך דעם ווי איך האָב באַקומען אַ געזאַנג־ביכל פֿון "קינדערוועלט" פֿון די 1930ער יאָרן. זי האָט אָנגעקוקט דאָס ביכל און באַלד פֿאַרשטאַנען, אַז זי איז געקומען אין קעמפּ עטלעכע יאָר שפּעטער ווי ווען דאָס ביכל איז אַרויס, און געקענט אַנדערע לידער. דער באַקאַנטער אַקטיאָר צבֿי סקולער איז אין די 1930ער יאָרן געווען דער דירעקטאָר פֿון "קינדערוועלט", אָבער נישט אין איר צײַט. דעם "קינדערוועלט־הימען", ווערטער פֿון אַ. מאיראָוויטש, מוזיק פֿונעם גרויסן קאָמפּאָזיטאָר לאַזאַר ווײַנער, האָט מען נאָך געזונגען אין אירע קעמפּ־יאָרן, און זי האָט דאָס פֿאַר מיר אויפֿגעזונגען. דער עלטסטער ייִדישער ליאַלקע־קינסטלער ווערט 100 יאָר אַלט מיט צוויי יאָר צוריק האָט דער ליאַלקע־קינסטלער נאָרבערט (נחמיה) בוכהאָלץ, בעסער באַקאַנט ווי נאַט נאָרבערט, צוזאַמענגעקליבן זײַנע דרײַ טוץ ליאַלקעס, און זיי אַרײַנגעזעצט אין קליינע וועגעלעך, וואָס ער האָט געניצט פֿאַר זיי אין זײַנע פֿאָרשטעלונגען. דערנאָך האָט ער זיי געשלעפּט צו דער טעלעוויזיע־פּראָגראַם "אַנטיק ראָוד שאָו" (פּרעזענטאַציע פֿון אַנטיקן), וווּ הונדערטער מענטשן ברענגען אַלטע אוצרות פֿון דער היים — צירונג, מעבל, אַלטע דאָקומענטן, — האָפֿנדיק, אַז די "מציאות" וואָס זיי האָבן געקויפֿט פֿאַר עטלעכע טאָלער בײַ אַן אויספֿאַרקויף, וועלן זײַן ווערט טויזנטער. בוכהאָלצעס זון און שנור האָבן אים געהאָלפֿן שלעפּן די קליינע וועגעלעך, און מענטשן האָבן געגאַפֿט אויף דעם בייזוווּנדער — צווישן די ליאַלקעס איז געווען "מיסטער וואָלסטריט", און ליאַלקעס פֿון באַקאַנטע האָליוווּדער אַקטיאָרן. ווען דער אָפּשאַצער און מבֿין פֿון שפּילעכלעך אויף דער פּראָגראַם האָט אים אויסגעפֿרעגט (http://www.pbs.org/wgbh/roadshow/archive/201003A08.html), האָט בוכהאָלץ דערציילט, ווי זײַן מומע אין ווין פֿלעג אים אַלע מאָל ברענגען צו דער ליאַלקע־שפּיל, און פֿון קינדווײַז אָן האָט ער זיך פֿאַרליבט אין זיי. בײַ אַ סך פֿעלקער איז טיי פֿאַרבונדן מיט כינע, און נישט אומזיסט — פֿון דאָרטן שטאַמט טאַקע דאָס געוויקס. אַזוי ווי דער טייבוים האָט ליב אַ וואַרעמען, פֿײַכטן קלימאַט רעכענען די קענערס, אַז ער איז אויפֿגעקומען דאָרטן וווּ דרום-כינע גרענעצט זיך מיט אינדיע און בורמע. כּמעט אַלע טערמינען פֿאַר ‘טיי’, אַפֿילו די אינדישע, נעמען זיך פֿון כינעזיש. קיין אייראָפּע איז טיי אָנגעקומען דורך פֿאַרשיידענע צינורות, וואָס פֿון דעם זעט מען פֿאַר וואָס ס’זענען פֿאַראַן צוויי גרופּעס ווערטער — די גרופּע "טיי", די ווערטער וואָס מע רעדט אַרויס פֿיל-ווייניקער אַזוי ווי אויף ייִדיש, און די גרופּע "טשײַ", וואָס מע רעדט אַרויס פֿיל-ווייניקער ווי אויף, למשל, רוסיש. בלויז זייער אַ קליינע צאָל ווערטער פֿאַר טיי גייען נישט אַרײַן נישט אין דער ערשטער, נישט אין דער צווייטער גרופּע. די פֿון דער ערשטער גרופע, "טיי", נעמען זיך פֿונעם אָבֿי-אָבֿות t’e, פֿון אַ דרום-מיזרחדיקן כינעזישן דיאַלעקט — די פּראָווינץ פֿוקיאַן/פֿודזשיאַן. פֿון דאָרטן איז דאָס וואָרט אַריבער צו די מאַלײַער; פֿון זיי האָבן די האָלענדער אין 17טן יאָרהונדערט אַריבערגעפֿירט טיי קיין מערבֿ-אייראָפּע. די פֿון דער צווייטער גרופּע, "טשײַ", נעמען זיך פֿונעם אָבֿי-אָבֿות ch’a, פֿונעם צפֿונדיקן מאַנדאַרינער דיאַלעקט; צו זיי איז אָנגעקומען סײַ טיי אַליין, סײַ דאָס וואָרט דורך דער יבשה, פֿון כינע דורך אינדיע און פּערסיע. וואָס איז דאָס שײַכות צווישן וווּדי גאָטרי און די ייִדן? קודם־כּל איז זײַן ווײַב מאַרגאָ גאָטרי געווען די טאָכטער פֿון דער ייִדישער פּאָעטעסע עליזה גרינבלאַט (1888—1975), דיכטערין פֿון אַזוינע לידער ווי "פֿאָרט אַ פֿישער אויפֿן ים", "חלומען חלומות" און "חבֿיבֿהלע". הייסט עס, אַז וווּדיס קינדער זענען ייִדן, און זײַנע קינדער זענען געוואָרן גאַנץ באַקאַנט אין דער וועלט פֿון פֿאָלקמוזיק. דער זון אַרלאָ גאָטרי, אַ בן־דור פֿון באָב דילאָן, איז נאָך אַלץ פֿון די באַליבטסטע פֿאָלקזינגערס. די טאָכטער נאָראַ גאָטרי פֿירט אָן מיטן "וווּדי גאָטרי־אַרכיוו", אַ וויכטיקע זאַמלונג, צו וועלכער מיר וועלן זיך אין גיכן אומקערן. ייִדישע פּאָעזיע בײַם "פּאָעממאָביל" אָבער עס זענען געבליבן עטלעכע אַלטע שילן אויף דער איסט־סײַד. טייל האָט מען, צום באַדויערן, פֿאַרקויפֿט און איבערגעמאַכט פֿאַר אַנדערע צוועקן ווי די "פּײַק־גאַס־שיל" וואָס איז הײַנט אַ בודיסטישער טעמפּל. אָבער אין אַנדערע, ווי די סטאַנטאָן־גאַס־שיל, דאַוונט נאָך אַ מנין ייִדן, אַ דאַנק אַ נײַער כוואַליע יונגע ייִדן אין דער געגנט. די עלטסטע אַשכּנזישע סינאַגאָגע אין מאַנהעטן איז די עלדרידזש־גאַס־שיל, געבויט אין 1887. דאָס יאָר מערקט מען אָפּ דעם 125סטן געבוירן־טאָג! די פּרעכטיק שיינע סינאַגאָגע האָט מען במשך פֿון יאָרן רעסטאַוורירט און זי איז מגולגל געוואָרן אין אַ מוזיי. צווישן די אַקטיוויטעטן פֿונעם מוזיי האָט מען יעדן סעזאָן אונטערנעמונגען, פֿאַרבונדן מיט ייִדיש, ייִדישער ליטעראַטור און ייִדישער מוזיק. אין יוני, למשל, האָט מען פֿאַרבעטן עטלעכע לעקטאָרן צו רעדן וועגן חיים גראַדע און י. באַשעוויס. הײַנט אַרבעטן צוויי יונגע ייִדיש־סטודענטן אין דער סינאַגאָגע איבערצוזעצן פֿון ייִדיש אויף ענגליש די אַלטע פּראָטאָקאָלן און פּינקסים. צווישן היסטאָריקער האָט מען ליב צו רעדן וועגן "לאַנגע" און "קורצע" יאָרהונדערטער. פֿאַר ייִדן האָט זיך אַזאַ מין "לאַנגער" 20סטער יאָרהונדערט אָנגעהויבן אין 1881, מיט דעם הרגענען פֿונעם רוסישן צאַר אַלעקסאַנדער דעם צווייטן, וואָס האָט גורם געווען די פּאָגראָמען און אַנטי־ייִדישע גזירות. דער פּועל־יוצא דערפֿון איז געווען די מאַסן־עמיגראַציע לעבֿר־הים און דער אידעאָלאָגישער קער צו נאַציאָנאַליזם. דער "קורצער" 20סטער יאָרהונדערט האָט זיך אָנגעהויבן מיט דער רוסישער רעוואָלוציע פֿונעם יאָר 1905, ווען די ייִדישע מאַסן אין רוסלאַנד האָבן זיך, צום ערשטן מאָל אין דער לאַנגער געשיכטע פֿונעם ייִדישן גלות, אַקטיוו אַרײַנגעטאָן אינעם פּאָליטישן קאַמף קעגן דעם מלכות. כאָטש די ציבעלע איז אין מיזרח-אייראָפּע בכלל און, בײַ אונדזערע ייִדן בפֿרט, נישט קיין חשובֿער תּושבֿ, קען מען זיך אָן איר פֿאָרט נישט באַגיין. דאָס איז, אָבער, אויך אמת וועגן דעם קאַרטאָפֿל, וואָס אונדזערע לייענערס ווייסן שוין, אַז ער איז אָנגעקומען קיין אייראָפּע ערשט מיט עטלעכע הונדערט יאָר צוריק. און די ציבעלע, מיט אירע נאָענטע קרובֿים — קנאָבל, אַשלעך/גרינע ציבעלע/יונגע ציבעלע, שטשיפּיער און פּאָרע-ציבעלע? קודם-כּל איז דער מין זייערער Allium, אויף ייִדיש — "ציבעלע-געוויקסן", אַ גליד פֿון דער משפּחה Liliaceae — lily, ליליקע. לויט די מקורים זענען פֿאַראַן איבער 300 זגאַלן פֿון די ציבעלע-געוויקסן, וואָס אַרום אַ פֿערטל פֿון זיי שטאַמען פֿון אַמעריקע. די ציבעלע ווערט צום ערשטן מאָל אויפֿגעוויזן אין מעסאָפּאָטאַמיע (דאָס הײַנטיקע איראַק) מיט העכער פֿיר טויזנט יאָר צוריק. צו יענער צײַט האָט זי שוין, אַ פּנים, געהאַט אַ שם, אַז זי טויג בעסער פֿאַר אָרעמע-לײַט ווי פֿאַר רײַכע. אָבער אויך גרויסע מענטשן, מלכים, האָבן זי געגעסן. אין די ווײַטערדיקע יאָרהונדערטער האָט זי זיך צעשפּרייט איבערן גאַנצן מיטעלן מיזרח און, סוף-כּל-סוף, אָנגעשפּאַרט קיין אייראָפּע. אָנגעקומען איז זי, ווי אַ סך אַזיאַטישע געוויקסן, דורך גרעקנלאַנד און רוים. אין מיטן פֿון דער בפֿירוש נישט־ייִדישער אונטערנעמונג (כאָטש עס קומען אַ סך רוסישע ייִדן), איז אויפֿגעטראָטן דער מוזיקער דן קאַהן פֿון בערלין, צוזאַמען מיט די רוסיש־ייִדישע מוזיקער, באַקאַנט פֿאַר זייער עקצענטרישקייט, דער זינגער פּסוי קאָראָלענקאָ און גיטאַר־שפּילער וואַניע זשוק. דאַכט זיך, אַז זשוקן האָט מען אָראָפּגעבראַכט גלײַך צו פֿליִען פֿון מאָסקווע; אַ סימן, איך האַלט, אַז מסתּמא גיט אַ רוסישער אָליגאַרך דאָס געלט צו דעקן די קאָסטן פֿונעם פֿעסטיוואַל, ווײַל דער עולם איז געווען אַ רעלאַטיוו קליינער. דן קאַהן האָט געזונגען זײַנע ראַדיקאַלע לידער און באַאַרבעטונגען פֿון ייִדישע לידער אויף ייִדיש און ענגליש, ווי געבירטיגס "אַרבעטסלאָזע מאַרש" און וואַרשאַווסקיס "מילנערס טרערן" (כּדאַי צו זען זײַן מוזיקאַלישן ווידעאָ פֿון דעם "מאַרש" אויף יו־טוב https://www.youtube.com/watch?v=6KFVVKFxr60. אויב די ייִדיש־וועלט וואָלט געהאַט אַ פּריז פֿאַרן בעסטן מוזיקאַלישן ווידעאָ, וואָלט דאָס זיכער געוווּנען!). "פּאַריזער ייִדיש־צענטער" נעמט אָנטייל אינעם דעם 17טן יוני איז אויפֿגעטראָטן דער כאָר פֿונעם "פּאַריזער ייִדיש־צענטער", "טשיריבים", אין אַ קאָנצערט מיט אַנדערע פּאַריזער ייִדישע כאָרן. דעם 18טן יוני, אין דער היסטאָרישער ביבליאָטעק פֿון דער שטאָט פּאַריז, האָבן נאַדיאַ דעהאַן־ראָטשילד און פֿאַני באַרבאַריי פֿאָרגעשטעלט אַ קאָנצערט "לידער פֿאַר אַ בעסערער וועלט". דעם 20סטן יוני אינעם "אייראָפּעיִשן הויז" האָט אַנעט וועוויאָרקאַ גערעדט אויף דער טעמע "וואָלף וועוויאָרקאַ און די ירושה פֿון איין אייראָפּעיִשן גורל." דעם 25סטן יוני, אינעם "ראָסיני־זאַל", וועט די זינגערין נעמי ווײַספֿעלד און איר גרופּע "בליק" פֿאָרשטעלן אַ מוזיקאַלישע שאַפֿונג מיטן נאָמען "פֿון ייִדישקייט ביז בענקעניש". אַחוץ דעם דאָזיקן "פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישע קולטורן", קען מען בײַ דעם "פֿעסטיוואַל פֿון אַסאָציאַציעס", דעם 24סטן יוני, 11:30 אין דער פֿרי, זיך טרעפֿן מיטן פּערסאָנאַל פֿונעם "צענטער" און אויסגעפֿינען וועגן זײַנע ייִדישע קולטור־, שפּראַך־קלאַסן און אונטערנעמונגען פֿאַרן קומעדיקן יאָר. פֿונעם 9טן ביזן 13טן יולי וועט פֿאָרקומען בײַם "ייִדיש־צענטער" אַ קלעזמער־ און געזאַנג־וואַרשטאַט מיט די מוזיקער מערלין שעפּהערד, מאַרטע דעראָזיע און דער זינגערין שורה ליפּאָווסקי. אין כּמעט אַלע אייראָפּעיִשע לשונות האָט ער דעם זעלביקן נאָמען. נישט אויף ייִדיש! לויט מאַקס ווײַנרײַכן נעמט זיך דאָס וואָרט ״מילגרוים״ פֿון לעז — דאָס לשון, אַן אָפּשטאַמיקס פֿונעם סאַמע אַלטן פֿראַנצויזיש און איטאַליעניש, וואָס ייִדן האָבן גערעדט אין די יאָרהונדערטער פֿאַרן אויפֿקום פֿון מאַמע-לשון. אַזוי, אַז דאָס וואָרט געהערט צו דער קליינער גרופּע וואָס נעמט אויך אַרײַן ״בענטשן״, ״טשאָלנט״, ״לייענען״ און נאָך אַ צאָל. דער אַבֿי-אָבֿות איז דאָס לאַטײַנישע malum granatum ׳גראַנאַט-עפּל׳, דאָס הייסט, ׳עפּל (פֿול) מיט קערעלעך׳. איז דער מילגרוים, הייסט עס, אַ המשך פֿון אונדזער אַרטיקל בשעתּו וועגן קערעלעך און קוקורוזע. ווי אַזוי פֿונעם לאַטײַנישן איז געוואָרן ״מילגרוים״ איז נישט קלאָר. אפֿשר זאָגט מען ״מיל-״, נישט ״מאַל-״, ווײַל דאָס איז דאָס לאַטײַנישע וואָרט פֿאַר ׳טויזנט׳ — פּונקט ווי אַ טויזנט-פֿיסלער מוז נישט האָבן אַזש טויזנט פֿיסלעך, מוז אַ מילגרוים נישט האָבן אַזש טויזנט קערעלעך. פֿאַר וואָס ״-גרוים״, נישט ״-גראַנאַט״ צי עפּעס אַנדערש? אויך נישט קלאָר. מיט דעם פֿאַרמעסט זיך אַפֿילו נישט ווײַנרײַך; אפֿשר איז אין דעם שולדיק אַן אַמאָליקער פֿראַנצויזישער דיאַלעקט. נאָר אויב ווײַנרײַך האָט אַזאַ דיאַלעקט נישט דערטאַפּט, האָב איך מורא צו זוכן... |