"פּאַריזער ייִדיש־צענטער" נעמט אָנטייל אינעם
8טן "פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישע קולטורן"
|
נעמי ווײַספֿעלד און איר גרופּע |
|
בײַם אַכטן "פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישע קולטורן" אין פּאַריז, וואָס קומט פֿאָר דעם 12טן ביזן 28סטן יוני, וועט דער "פּאַריזער ייִדיש־צענטער/מעדעם־ביבליאָטעק" אָנטיילנעמען אין פֿאַרשיידענע אַקטיוויטעטן.
דעם 17טן יוני איז אויפֿגעטראָטן דער כאָר פֿונעם "פּאַריזער ייִדיש־צענטער", "טשיריבים", אין אַ קאָנצערט מיט אַנדערע פּאַריזער ייִדישע כאָרן.
דעם 18טן יוני, אין דער היסטאָרישער ביבליאָטעק פֿון דער שטאָט פּאַריז, האָבן נאַדיאַ דעהאַן־ראָטשילד און פֿאַני באַרבאַריי פֿאָרגעשטעלט אַ קאָנצערט "לידער פֿאַר אַ בעסערער וועלט".
דעם 20סטן יוני אינעם "אייראָפּעיִשן הויז" האָט אַנעט וועוויאָרקאַ גערעדט אויף דער טעמע "וואָלף וועוויאָרקאַ און די ירושה פֿון איין אייראָפּעיִשן גורל."
דעם 25סטן יוני, אינעם "ראָסיני־זאַל", וועט די זינגערין נעמי ווײַספֿעלד און איר גרופּע "בליק" פֿאָרשטעלן אַ מוזיקאַלישע שאַפֿונג מיטן נאָמען "פֿון ייִדישקייט ביז בענקעניש".
אַחוץ דעם דאָזיקן "פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישע קולטורן", קען מען בײַ דעם "פֿעסטיוואַל פֿון אַסאָציאַציעס", דעם 24סטן יוני, 11:30 אין דער פֿרי, זיך טרעפֿן מיטן פּערסאָנאַל פֿונעם "צענטער" און אויסגעפֿינען וועגן זײַנע ייִדישע קולטור־, שפּראַך־קלאַסן און אונטערנעמונגען פֿאַרן קומעדיקן יאָר.
פֿונעם 9טן ביזן 13טן יולי וועט פֿאָרקומען בײַם "ייִדיש־צענטער" אַ קלעזמער־ און געזאַנג־וואַרשטאַט מיט די מוזיקער מערלין שעפּהערד, מאַרטע דעראָזיע און דער זינגערין שורה ליפּאָווסקי.
פֿונעם 9טן ביזן 27סטן יולי קען מען זיך אינטענסיוו לערנען ייִדיש אין דער ייִדישער זומער־פּראָגראַם בײַם "צענטער". צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע, שרײַבט צו: mcy@yiddishweb.com
"דער נאַציאָנאַלער ייִדישער טעאַטער־פֿאָלקסבינע" גרייט צו ייִדישן קונסט־פֿעסטיוואַל
|
אלי וויזעל פּרעזענטירט חנה מלאָטעק איר אויסצייכענונג פֿונעם "ייִדישן נאַציאָנאַלן טעאַטער — פֿאָלקסבינע". פֿון רעכטס: זלמן, חנה און משה מלאָטעק, אלי וויזעל, און דזשעפרי ווײַזענפעלד. |
|
בײַם "פֿאָלקסבינע"־בענעפֿיט־קאָנצערט, דינסטיק, דעם 12טן יוני אין "טאַון־האָל", מאַנהעטן, האָט דער באַקאַנטער אַקטיאָר מאַנדי פּאַטאַנקין מודיע געווען, אַז די אָרגאַניזאַציע גרייט צו דעם ערשטן "חנה מלאָטעק אינטערנאַציאָנאַלן פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער בינעקונסט" פֿאַרן יאָר 2015. אין דער דאָזיקער אונטערנעמונג וועלן אָנטיילנעמען ייִדישע און "דזשויִש" טעאַטער־טרופּעס, מוזיקאַלישע גרופּעס, פֿילם-מאַכערס און אַנדערע מינים מעדיאַ־קינסטלער, וואָס זייער קונסט פֿאַרנעמט זיך מיט ייִדישקייט און ייִדישער אידענטיטעט. "דאָס וועט זײַן דער ערשטער אינטערנאַציאָנאַלער פֿעסטיוואַל פֿאַר ייִדישער בינע־קונסט אין דער שטאָט ניו־יאָרק", האָט געזאָגט ברײַנע וואַסערמאַן, די עקזעקוטיוו־דירעקטאָרין פֿון דער "פֿאָלקסבינע" — "און דער ערשטער וואָס וועט צוזאַמענברענגען אַלע מינים בינע־קונסט מיט אַ פּאַראַלעלן אַקאַדעמישן סימפּאָזיום, וואָס וועט אויספֿאָרשן ווי די ייִדישע קולטור אַנטוויקלט זיך בײַ די הײַנטיקע קינסטלער".
בײַ דעם בענעפֿיט־קאָנצערט האָט מען אָפּגעגעבן כּבֿוד דרײַ פּערזענלעכקייטן: די ייִדישע מוזיק־פֿאָרשערין חנה מלאָטעק, דעם מעדיצינישן פּיאָנער ד״ר דזשיי וויסניצקי, און דעם פּאָפּ־זינגער ניל סעדאַקאַ. עלי וויזעל האָט פּרעזענטירט די אויסצייכענונג צו חנה מלאָטעק.
בײַ דער געלעגנהייט האָט מען אויך מודיע געווען אַ קאָנקורס פֿאַר אַ בעסטער נײַער פּיעסע אויף ייִדיש, אָדער אַ נײַע "ייִדיש־אינספּירירטע" פּיעסע. דער "פֿאָרווערטס" באַגריסט אַלע דרײַ לאַורעאַטן, און בפֿרט אונדזער לאַנג־יאָריקע מיטאַרבעטערין, חנה מלאָטעק.
אַ נײַע גראַמאַטיק פֿון ייִדיש
בערל ווײַסבראָטס באַשרײַבערישע גראַמאַטיק פֿון דער הײַנטיקער ייִדיש-שפּראַך איז אַ גרונטיקע אַרבעט, וואָס נעמט אַרײַן אַלע אַספּעקטן פֿון מאַמע-לשון — ווי עס האָט זיך אויסקריסטאַליזירט אין מיזרח-אייראָפּע פֿאַרן חורבן, דער הויפּט-ליטעראַריש ייִדיש — אָבער ער ברענגט אויך פֿאַקטן וועגן גערעדטן ייִדיש בכלל און וועגן די דיאַלעקטן, בפֿרט. דער מחבר איז נישט קיין פּנים-חדשות אין דער ייִדישער שפּראַכפֿאָרשונג — ער האָט צוזאַמענגעאַרבעט שוין בײַ עטלעכע ייִדיש-פֿראַנצויזישע און פֿראַנצויזיש-ייִדישע ווערטער־ביכער. אַזאַ ווערק ווי דאָס איצטיקע, איז זיכער פֿריִער נישט געווען אויף פֿראַנצויזיש און כּמעט ווי נישט געווען אויף קיין אַנדער לשון.
די מעלות פֿון דעם ווערק זענען אַ סך: ס׳איז, ווי געזאָגט, אַרומנעמיק; ס׳איז גוט אָרגאַניזירט, גרינג צו געפֿינען דאָס וואָס מע זוכט; יעדער לינגוויסטישער פּונקט קומט מיט זייער אַ סך אילוסטראַטיווע דוגמות. די חסרונות זענען אַ סך ווייניקער: לפֿי עניות דעתּי — צו פֿיל דײַטשמעריזמען אין די דוגמות; אַ צאָל אומפּינקטלעכקייטן, למשל — אַז אין אַזעלכע קאָמבינאַציעס ווי "אײַז קאַלט" אָדער "צוקער זיס" מוז מען שטעלן אַ מקף, בשעת לויט די תּקנות פֿון ייִדישן אויסלייג, מוז מען עס שרײַבן אָן אַ מקף. דאָס זענען, אָבער, קלייניקייטן.
די וואָס קענען פֿראַנצויזיש וועט די גראַמאַטיק זייער צו ניץ קומען; די וואָס קענען נישט קיין פֿראַנצויזיש, וועלן אויך האָבן אַ נוץ פֿון די משל-זאַצן. פֿאַר דער אַרבעט קומט פֿרײַנד ווײַסבראָט אַ גרויסער יישר-כּוח!
ד״ר הערשל גלעזער