- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַזעלכע געדאַנקען זענען מיר געקומען אין קאָפּ, ווען איך האָב איבערגעלייענט דעם נײַעם נומער פֿונעם זשורנאַל "Musica Judaica“ (באַנד 19). עטלעכע אַרבעטן אין דער פּובליקאַציע באַהאַנדלען טעמעס און פּערזענלעכקייטן, וועלכע רופֿן אַרויס בײַם לייענער קשיאות וועגן דעם ענין, ווי אַזוי צו באַצייכענען די מוזיקאַלישע שאַפֿערישקייט אין געוויסע קהילות. רחלי גלאַי, אַ טשעליסטין, איז די טאָכטער פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר און כּלל־טוער פֿון דער ייִדישער קולטור אין ישׂראל, דניאל גלאַי. זי פֿאָרשט איצט דאָס לעבן און שאַפֿן פֿון יאָאַכים סטוטשעווסקי, און האָט אָנגעשריבן אַן אַרבעט אינעם זשורנאַל וועגן זײַן אַרכיוו, וואָס געפֿינט זיך אין תּל־אָבֿיבֿ. אין דער קלעזמער־ און ייִדישער פֿאָלקלאָר־וועלט קען מען גוט די אַרבעטן פֿון סטוטשעווסקי, ווײַל זײַנע צוויי ביכער אויף העברעיִש וועגן קלעזמאָרים און דעם מוזיקאַלישן פֿאָלקלאָר פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן פֿאַרמאָגן אַ סך אינטערעסאַנטע מאַטעריאַלן. בײַ איין פּורים אין די 1980ער יאָרן אינעם "שלום־עליכם־צענטער" אין בראָנקס, האָבן מיר געבעטן אַ פֿרײַנד פֿון דער געגנט, משה נוסבוים, אַ פֿידלער אין דער אַלטער היים, אָבער, אין דער נײַער היים, אַן אַרבעטער אין דער באַקלייד־אינדוסטריע, ער זאָל אָנפֿירן מיט אַ קאַפּעליע לכּבֿוד דעם יום־טובֿ, דער עולם זאָל קאָנען טאַנצן. האָט ער און מיישקע אַלפּערט געשפּילט פֿידל, האָלגער נאַט האָט געשפּילט אויף זײַן לירע, און איך האָב געקלאַפּט אויף אַ "ברום־באַס" — אַ קלאַפּ־אינסטרומענט, וואָס נוסבוים האָט אַליין געבויט פֿון אַ בעזעם־שטעקן, אַ דראָט, און די בלעכענע דעקלעך פֿון צוקערקע־פּודעלעך. נוסבוים האָט געשטאַמט פֿונעם פּוילישן שטעטל ריפּין לעבן דער גרענעץ מיט פּרײַסן, דײַטשלאַנד. די גרענעץ איז געווען אַזוי נאָענט, אַז ער פֿלעגט אַרײַנשפּאַצירן און שפּילן מיט דײַטשע מוזיקער אין אַ שטעטל אויף דער צווייטער זײַט. דאָרטן האָט ער זיך באַקענט מיטן "ברום־באַס", און דאָס צוריקגעבראַכט צו זײַן קאַפּעליע אין ריפּין. טילסאָן־טאָמאַס, אַן אַמאָליקער פּראָטעזשע פֿונעם באַרימטן דיריגענט און קאָמפּאָזיטאָר לעאָנאַרד בערנשטיין, שטרעבט אויך, ווי זײַן לערער, צו מאַכן אַ רושם סײַ אין דער וועלט פֿון דער קלאַסישער מוזיק, סײַ אין דער וועלט פֿון פּאָפּולערער מוזיק. טילסאָן־טאָמאַס איז באַקאַנט ווי דער דיריגענט פֿון דער "סאַן־פֿראַנציסקאָ־סימפֿאָניע", און דער גרינדער און קינסטלערישער דירעקטאָר פֿון דער "נײַער וועלט־סימפֿאָניע"; אַן אָרקעסטער פֿון ייִנגערע מוזיקער, מיט וועלכן ער דיריגירט אין דער פֿאָרשטעלונג. אָבער אַ מאָל איז ער געווען אַ קליין ייִנגל אויף זײַן באָבע בעסיס שויס, און די באָבע האָט אים דערציילט וועגן איר לעבן און וווּנדערלעכע מעשׂיות וועגן דעם ייִדישן טעאַטער. זײַן טאַטע און פֿעטער פֿלעגן אויך אויסשפּילן סצענעס פֿאַר אים אין זייער היים און אים באַקענען מיט די באַקאַנטסטע לידער. טילסאָן־טאָמאַס האָט אָנגעשריבן דעם סקריפּט און איז דער נאַראַטאָר פֿון דער פֿאָרשטעלונג, וואָס מע האָט פֿילמירט אין אַפּריל 2011, אינעם "נײַער וועלט־צענטער" אין מיאַמי־ביטש. שוין אין 1998 האָט טילסאָן־טאָמאַס געשאַפֿן דעם "טאָמאַשעווסקי־פּראָיעקט" צו זאַמלען מאַטעריאַלן וועגן זײַן זיידע־באָבע פֿון איבער דער וועלט. ווײַנטרויבן עסט דער מענטש שוין טויזנטער יאָרן; און ווײַן טרינקט ער אויך כּמעט אַזוי לאַנג. ווײַן מאַכט מען אין אַ היפּשן חלק אייראָפּע: פּאָרטוגאַל, שפּאַניע, איטאַליע, (דרום-)פֿראַנקרײַך, (דרום-)דײַטשלאַנד, גרעקנלאַנד, אונגערן, רומעניע, מאָלדאָווע, גרוזיע. אין די שייכדיקע לשונות זענען די ווערטער פֿיל-ווינציקער אידענטיש. נאָר דאָ איז דאָ אַ פּאַראַדאָקס פֿון דער לינגוויסטיק: אויב אין אַזוי פֿיל לשונות — ווי אויך דאָס לשון-קודשדיקע "יין" — זענען די ווערטער אידענטיש, וואָלט דעם הדיוט זיך געדאַכט, אַז דאָס איז אַ סימן קרובֿישאַפֿט צווישן די לשונות. דעם שפּראַך-היסטאָריקער, אָבער, פֿאַלט אײַן עפּעס אַנדערש — אַז דאָס איז גיכער אַ ראַיה, אַז די לשונות האָבן זייערע אַלע ווערטער אַנטליגן פֿונעם זעלבן מקור. פֿאַר וואָס? וואָרן אויב דאָס וואָלטן געווען קרובֿישע ווערטער, וואָס האָבן זיך אַנטוויקלט דורך הונדערטער צי טויזנטער יאָרן פֿון איין אָבֿ, וואָלטן זיי נישט געווען אידענטיש, נאָר בלויז ענלעך = אַ שטייגער, די ווערטער פֿאַר ׳ברודער׳ איבער דער אינדאָאייראָפּעיִשער משפּחה: דײַטשיש Bruder, ענגליש brother, לאַטײַניש frater, גרעקיש frater (׳מאָנאַך׳), רוסיש brat, סאַנסקריטיש bhratar אאַז״וו. די פֿאָרשערס רעכענען אַזוי: די ווערטער פֿאַר ׳ווײַן׳ נעמען זיך אַלע פֿון אַ לשון וואָס מע האָט גערעדט אין דרום-אייראָפּע מיט טויזנטער יאָרן צוריק, נאָך איידער אויפֿן קאָנטינענט האָבן זיך באַוויזן די אינדאָאייראָפּעער. דורך די רוימער האָט זיך דאָס וואָרט ווײַט צעשפּרייט, נאָך ווײַטער ווי די שטחים וווּ מע מאַכט ווײַן: פֿון איין זײַט ביז אירלאַנד און וויילס, פֿון דער אַנדערער — ביז רוסלאַנד, גרוזיע און ארץ-ישראל. (ס׳איז, אָבער, נישט דערגאַנגען ביז אינדיע און איראַן, אַ פּנים, ווײַל דאָרטן איז ווײַן נישט געווען קיין אָנגענומענער געטראַנק.) געטאָ פֿון כּתריאל ברוידאָ מיר שטייען בײַ די ווענט שווער צו זען די וועלט דורך ענגע מויערן, עס העלפֿט אַלע מאָל ווען דער פֿאָרשער האָט אויך אַן אײַזערנעם זכּרון ווי חנה מלאָטעק. די ייִדיש־וויסנשאַפֿטלעכע וועלט ווערט זייער, זייער פּאַמעלעך דיגיטאַליזירט אויפֿן קאָמפּיוטער און אויף דער אינטערנעץ, און במילא, אין אַזאַ מצבֿ, דאַרך מען פּשוט געדענקען וווּ מע קען געפֿינען, וווּ מע האָט אַמאָל געלייענט, וווּ מע האָט אַמאָל געהערט, וואָס מע זוכט. חנה מלאָטעק, אין איר פּאָזיציע ווי די מוזיק־פֿאָרשערין אין ייִוואָ, האָט נישט נאָר זיך באַקענט מיט די זאַמלונגען פֿון פֿאָלקסלידער, נאָר אויך מיט די טעאַטער־לידער, וועלכע געפֿינען זיך אין פֿאַרשיידענע זאַמלונגען, ווי אויך מיט די אַרכיוון פֿון זינגערס און קאָמפּאָזיטאָרן, און קולטור־אָרגאַניזאַציעס. לעצטנס האָט זי אָנגעהויבן אויסצוסדרן דעם וויכטיקן אַרכיוו פֿון דער זינגערין און מײַסטער־לערערין מאַשע בעניאָ־מץ, וואָס זי האָט אונדז דערציילט, אַז דער אַרכיוו "איז גאָר אַ וויכטיקע זאַמלונג". במשך פֿון די לעצטע עטלעכע חדשים ווערט ראָסעל מער און מער באַקאַנט דעם ייִדישן קולטור־עולם אין ניו־יאָרק. זײַן ערשטער קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער איז ערשט פֿאָרגעקומען אין יאַנואַר בײַם "שלום־עליכם־קולטור־צענטער" אין בראָנקס. דערנאָך האָט ער זיך באַטייליקט אין שיין בייקערס טעאַטער־פֿאָרשטעלונג "די גרויסע באָבקעס" אינעם "ייִדישן קהילה־צענטער" אין מאַנהעטן אין פֿעברואַר, און אין אַ ברוקלינער "קאַוועהויז" אין מאַרץ. מאָנטיק, דעם 23סטן אַפּריל, 7:00 אין אָוונט, וועט ער זינגען זײַן סידאָר בעלאַרסקי רעפּערטואַר בײַם "קאַוועהויז" פֿונעם "ייִדישן קולטור־קאָנגרעס" אינעם נײַעם "אַרבעטער־רינג"־ביוראָ אין מאַנהעטן. אַנטאָני ראָסעל איז געבוירן געוואָרן אין פֿאָרט־וואָרט, טעקסאַס, אָבער איז אויפֿגעוואַקסן אין צפֿון־קאַליפֿאָרניע. ער האָט אָנגעהויבן צו זינגען צו 17 יאָר, כאָטש ער האָט לכתּחילה געוואָלט ווערן אַ פּיאַניסט. דעם חולם האָט ער אויפֿגעגעבן, ווען בײַ איין קאָנצערט, לויט ווי ער דערציילט, "האָט אַ קליין מיידל, אַ גרויסער טאַלאַנט, געשפּילט שאָפּען בעסער פֿון מיר". האָט ער באַשלאָסן צו שטודירן געזאַנג. אין וואָקאַלער קונסט האָט ער אין גיכן געוווּנען אַ קאָנקורס, און האָט ווײַטער זיך אָפּגעגעבן מיט דעם. אָפּערע האָט ער שטודירט אינעם חשובֿן "מאַרטינאַ אַרויאָס פּרעלוד־צו־פֿאָרשטעלונג", אַ וואַרשטאַט וואָס טרענירט אָפּערע־זינגערס. די שטאָט פֿילאַדעלפֿיע קומט דאָ צו רייד ניט צוליב עפּעס אַ ספּעציעלער קאָנקורענץ צווישן איר און ניו־יאָרק, נאָר פּשוט דערפֿאַר וואָס איך בין לעצטנס דאָרט געווען אויף אַ וויזיט. "יוגנטרוף" האָט אָרגאַניזירט פֿונעם 23סטן ביזן 25סטן מאַרץ אַ "ייִדיש־ברייק" אויפֿן קאַמפּוס פֿון פּענסילוואַניער אוניווערסיטעט — אַ מין ייִדיש־סוף־וואָך, אָדער "שבתּון", פֿאַר יונגע־לײַט. אַזעלכע "ייִדיש־ברייקס" זײַנען געוואָרן אַ טראַדיציע בײַ אונדז, זינט מנחם־יאַנקל איידלמאַן האָט אין 2007 געמאַכט דעם ערשטן בײַם בראַנדײַס־אוניווערסיטעט, כּדי צוצוציִען יונגע סטודענטן, וואָס האָבן, אין זייער מאַיאָריטעט, קיין מאָל ניט געהערט ווי מע רעדט ייִדיש מחוץ די פֿיר ווענט פֿון זייער קלאַסצימער. כאָטש איין מאָל אַ יאָר פֿאָרט אַ קאַראַוואַן פֿול מיט יוגנטרוף־אַקטיוויסטן פֿון ניו־יאָרק ווײַט, ווײַט, דורכן גאַנצן קולטור־מידבר פֿון אַמעריקע, כּדי צו באַגליקן די אײַנוווינער פֿון פֿאַרוואָרפֿענע פּלעצער, ווי באָסטאָן און שיקאַגע, וואָס לעכצן נאָך אַ ייִדיש וואָרט. אַהרן בלומענפֿעלד איז אַ קאָמפּאָזיטאָר, לערער און קלאַסיש־טרענירטער פּיאַניסט, וועלכער שאַפֿט אין דרײַ פֿאַרשיידענע זשאַנערן פֿון מוזיק: דזשאַז, קלאַסישע און ייִדישע מוזיק. זײַן טאַטע איז געווען אַ למדן, און בלומענפֿעלד איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ שטרענג פֿרומער היים. די חזנים וואָס ער האָט געהערט אין שיל און אויף קאָנצערטן, האָבן אויף אים געמאַכט אַ טיפֿן אײַנדרוק. ער האָט זיך פֿאַרשריבן קודם אין ישיבֿה־אוניווערסיטעט און דערנאָך אין "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר" צו ווערן אַ חזן. אָבער ער האָט, סוף־כּל־סוף, גראַדויִרט פֿון ראָטגערס־אוניווערסיטעט מיט אַ מאַגיסטער אין מוזיק־קאָמפּאָזיציע, און געפֿאָרשט די ערשטע תּקופֿה פֿון דער דזשאַז־פּיאַנע־מוזיק אין אַמעריקע. פֿון דער פֿאָרשונג זענען אַרויסגעקומען צוויי ביכער וועגן "בלוז"־פּיאַנע און דזשאַז־אימפּראָוויזאַציע אויף דער פּיאַנע. ווי אַ לערער, האָט ער אָנגעפֿירט מיט אַ קלאַס פֿון פּיאַנע־אימפּראָוויזאַציע לאַנגע יאָרן בײַם בערקלי־אוניווערסיטעט. וואָס שייך דער ייִדישער מוזיק האָט בלומענפֿעלד דיריגירט מיט טעמפּל־כאָרן, געזונגען ווי אַ חזן, און געשאַפֿן גרויסע סימפֿאָנישע ווערק ווי "עזרוך: אַ סימפֿאָנישע פּאָעמע" און אַ "חורבן־אָנדענק סימפֿאָנישע פּאָעמע". אין דער ייִדישער שפּראַך האָט ער קאָמפּאָנירט און געשריבן די ליברעטאָ פֿון צוויי אָריגינעלע אָפּערעס "רחל" און "פּגיאל און בת־שבֿע". די אויסשטעלונג האָט מען צוגעגרייט נאָך דעם ווי מע האָט פּראָפֿעסיאָנעל פּרעזערווירט און רעסטאַוורירט די הגדה במשך פֿון אַכט חדשים אין 2011. דער קאָנסערוואַטאָר, סטיוו מוני, האָט געזאָגט, אַז די אַרבעט צו פֿאַרריכטן באַשעדיקטע זײַטן אונטער אַ מיקראָסקאָפּ איז געווען אַזוי פּינקטלעך, אַז ער האָט נאָר געקענט אַרבעטן צוויי־דרײַ שעה אַ טאָג. "איך האָב כּמעט פֿאַרלוירן די נערוון; מיט איין רוק פֿון דער האַנט וואָלט איך, על־פּי־טעות, געקאָנט אָפּרוקן אַ שטיקל גאָלד פֿון דער זײַט" — האָט ער געזאָגט. די בילדער אין דער "רילאַנדס־הגדה" פֿאַרנעמען אַ גאַנצע זײַט, און דערציילן די געשיכטע פֿון מציאת־מצרים, אָנהייבנדיק מיט גאָטס רוף צו משה־רבינו און ענדיקנדיק מיטן קריאת־ים־סוף. קונסט־מומחים האָבן באַמערקט, אַז די מאָלערײַען טײַטשן אויס די הגדה כּפּשוטו און רעאַליסטיש, דאָס הייסט, דער קינסטלער האָט זיך נישט באַניצט מיט קיין שום מדרשים אָדער אַנדערע טעקסטן מחוץ דעם חומש צו אינטערפּרעטירן די הגדה. די בילדער באַטאָנען די נסים פֿון משה־רבינו און די ייִדן. אין אינטערנעץ אויף You Tube געפֿינט מען "טום־באַלאַלײַקע" אין דער אויספֿירונג פֿון דרײַ חזנים אין דער אַמסטערדאַמער פּאָרטוגעזישער שיל — נפֿתּלי הערשטיק, אַלבערטאָ מיזרחי און בן־ציון מילער. זייער זינגען ווערט באַגלייט פֿון אַן אָרקעסטער און אַ וואָקאַלער גרופּע. דאָס זינגען זייערס מאַכט אַ גרויסן אײַנדרוק. פֿאַר מיר איז אָבער וויכטיק געווען נאָך איין זאַך — די ערנסטע באַציִונג אי פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן, אי פֿון די חזנים צו אַ ייִדיש ליד, צו אַ טעקסט אויף ייִדיש. כ’מיין נישט, אַז אַלע צושויער אין דער פֿולגעפּאַקטער אַמסטערדאַמער סינאַגאָגע, וואָס האָבן שטורמיש אַפּלאָדירט נאָך דער אַרויסטרעטונג, האָבן פֿאַרשטאַנען ייִדיש. מע וואָלט געקענט, מסתּמא, איבערזעצן די ווערטער פֿון דעם ליד אויף האָלענדיש, אַז אַלע זאָלן עס פֿאַרשטיין, אָבער וואָס פֿאַר אַ טעם וואָלט עס געהאַט?... וואָס פֿאַר אַ טעם האָבן, צום בײַשפּיל, די פֿאָרשטעלונגען אויף דער רוסישער שפּראַך פֿונעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטער "שלום"? דער פֿאָלקס־אַרטיסט פֿון רוסלאַנד, אַלעקסאַנדער לעווענבוק, וואָס פֿירט אָן מיט דעם ייִדישן(?) טעאַטער האָט געגעבן אַן אינטערוויו, אויף רוסיש, פֿאַרשטייט זיך, פֿאַר זײַן באַזוכן ישׂראל, וועלכן מע קאָן אויך געפֿונען אין אינטערנעץ. לייענענדיק דעם דאָזיקן אינטערוויו, האָב איך זיך דערמאָנט אינעם ווערטל: אַ ייִד אַ חכם מאַכט זיך נישט תּמעוואַטע. נאַט אײַך איין בײַשפּיל פֿון דעם שמועסט: די פֿײַג איז אַ טשיקאַווע פֿרוכט. דער מין איז Ficus, דאָס לאַטײַנישע וואָרט פֿאַר ‘פֿײַג’, אויף ייִדיש "פֿיקוס"; דער פֿײַגנבוים, וואָס פֿון אים נעמט זיך די פֿרוכט וואָס מע עסט, איז אויף לאַטײַניש Ficus carica. לויט די מקורים נעמט זיך Ficus פֿונעם לשון-קודשדיקן "פג" ׳נישט-צײַטיקע פֿײַג׳. Carica, ווידער, נעמט זיך פֿון Caria, אַ רוימישע פּראָווינץ וואָס איז איצט אַ טייל פֿון טערקײַ. אויף ענגליש איז דער פּינקטלעכער אַדעקוואַט common fig. פֿון לאַטײַניש נעמען זיך ס׳רובֿ אייראָפּעיִשע טערמינען: ענגליש fig, פֿראַנצויזיש figue, פּאָרטוגאַליש figo, שפּאַניש higo, איטאַליעניש fico, דײַטשיש Feige, פּויליש און סלאָוואַקיש figa, טשעכיש fík. אויף רוסיש זאָגט מען inzhyr, וואָס איז אַן אַנטלײַ פֿון טערקישן incir. אין לשון־קודש זאָגט מען "תּאנה", פֿון סעמיטישן אָפּשטאַם; דער פֿײַגנבוים שטאַמט דאָך פֿונעם מיטעלן מיזרח, איז נישט קיין חידוש, וואָס ער ווערט דערמאָנט נאָך אין ספֿר בראשית: ווען אָדם הראשון און די מוטער חוה האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז זיי זענען נאַקעט (כ׳בעט איבער אײַער כּבֿוד!) און דאַרפֿן זיך שעמען דערמיט, האָבן זיי זיך דאָך צוגעדעקט מיט פֿײַגנבלעטער. אויך אין דער ייִדישער אידיאָמאַטיק איז פֿאַרטראָטן די פֿײַג. אָט זאָגט מען דאָך "האָבן/קריגן/געבן אַ פֿײַג׳, וווּ ס׳איז טײַטש ׳גאָרנישט׳. אויף ענגליש און אַנדערע לשונות איז דאָ עפּעס ענלעכס: I don’t give a fig ׳מיך אַרט עס אין גאַנצן נישט׳; פּויליש figa z makiem ׳אַ פֿײַג מיט מאָן, דאָס הייסט, גאָרנישט מיט נישט׳. הײַנט דער גראָבער זשעסט, וואָס ס׳הייסט "(אַרויס)שטעלן/ווײַזן אַ פֿײַג״, וואָס האָט עקוויוואַלענטן אין פֿראַנצויזיש, פּאָרטוגאַליש, פּויליש אאַז״וו, און וואָס וואַקסט, אַ פּנים, פֿון איטאַליעניש. |