- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די אויסשטעלונג האָט מען צוגעגרייט נאָך דעם ווי מע האָט פּראָפֿעסיאָנעל פּרעזערווירט און רעסטאַוורירט די הגדה במשך פֿון אַכט חדשים אין 2011. דער קאָנסערוואַטאָר, סטיוו מוני, האָט געזאָגט, אַז די אַרבעט צו פֿאַרריכטן באַשעדיקטע זײַטן אונטער אַ מיקראָסקאָפּ איז געווען אַזוי פּינקטלעך, אַז ער האָט נאָר געקענט אַרבעטן צוויי־דרײַ שעה אַ טאָג. "איך האָב כּמעט פֿאַרלוירן די נערוון; מיט איין רוק פֿון דער האַנט וואָלט איך, על־פּי־טעות, געקאָנט אָפּרוקן אַ שטיקל גאָלד פֿון דער זײַט" — האָט ער געזאָגט. די בילדער אין דער "רילאַנדס־הגדה" פֿאַרנעמען אַ גאַנצע זײַט, און דערציילן די געשיכטע פֿון מציאת־מצרים, אָנהייבנדיק מיט גאָטס רוף צו משה־רבינו און ענדיקנדיק מיטן קריאת־ים־סוף. קונסט־מומחים האָבן באַמערקט, אַז די מאָלערײַען טײַטשן אויס די הגדה כּפּשוטו און רעאַליסטיש, דאָס הייסט, דער קינסטלער האָט זיך נישט באַניצט מיט קיין שום מדרשים אָדער אַנדערע טעקסטן מחוץ דעם חומש צו אינטערפּרעטירן די הגדה. די בילדער באַטאָנען די נסים פֿון משה־רבינו און די ייִדן. אין דער געשיכטע פֿון אילומינירטע הגדות שטעלן מיט זיך פֿאָר די שפּאַנישע דוגמאָות, וואָס זענען געשאַפֿן געוואָרן במשך פֿון הונדערטער יאָרן, אַן אייגן־אַרטיקע טראַדיציע. די "סאַראַיעוואָ־הגדה" פֿונעם 14טן יאָרהונדערט איז געוואָרן וועלט באַרימט און פֿאָרשער האָבן זיך פֿאַרנומען נישט נאָר אין באַשרײַבן די ייִדישע עלעמענטן פֿון אירע בילדער, נאָר אויך ווי די קונסט שפּיגלט אָפּ די ברייטערע אייראָפּעיִשע קולטור. געוויסע אימאַזשן זענען געווען געבונדן מיט דער קונסט פֿון פֿראַנקרײַך און איטאַליע; אָפֿט מאָל אַפֿילו אינספּירירט פֿון דער קונסט אין די קלויסטערס. כאָטש עס זעט אויס, אַז קריסטלעכע קונסט האָט געהאַט אַ השפּעה אויף דער ייִדישער קונסט, האָבן די ייִדישע קינסטלער אַוודאי געדאַרפֿט "פֿאַרייִדישן" די קונסט. למשל, אַ בילד פֿון רבונו־של־עולם וואָלט נישט אָנגענומען געוואָרן בײַם ייִדישן עולם. די קונסט אין די הגדות אינעם 13טן יאָרהונדערט איז געווען די ערשטע פֿיגוראַטיווע קונסט בײַ ייִדן אין 600 יאָר. די ייִדישע קונסט־היסטאָריקערין קאַטרין קאָגמאַן־אַפּעל האַלט, אַז די שפּאַנישע הגדות האָבן רעאַגירט אויף דערציילערישע "בילדער־ציקלען" בײַ די קריסטן. אין דער זעלביקער צײַט וואָס די "רילאַנדס־הגדה"־אויסשטעלונג האָט זיך געעפֿנט, ווערט דער יודאַיִקע־קונה פֿאַרשיט מיט סחורה צו קויפֿן אויף פּסח. דער ניו־יאָרקער מוכר־ספֿרים, דן ווײַמאַן, האָט אונדז צוגעשיקט זײַן הגדה־קאַטאַלאָג, און מיט זײַן רשות דרוקן מיר איבער זײַטן פֿון אַלטע און נישט־אַזוי אַלטע הגדות פֿון איבער דער וועלט. זײַן וועבזײַט איז: http://www.Danwymanbooks.com קוקנדיק אויף די הגדות זעט מען ווי די קונסט פֿון יעדן דור, יעדן אָרט, שפּיגלט אָפּ די היסטאָרישע תּקופֿה פֿון דער שאַפֿונג פֿון דער דאָזיקער הגדה. אין די עלטערע הגדות האָט מען זיך מער אָפּגעגעבן מיט דערציילן די געשיכטע פֿון יציאת־מצרים. אָבער אינעם 20סטן יאָרהונדערט, האָט מען אויך אין אַכט גענומען די סטילן און קאָלירן פֿון דער צײַט, און אַמאָל איז פּשוט שווער איבערצולייענען דעם טעקסט, ווײַל די הגדה איז שוין צו קינסטלעריש געוואָרן. פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט מען בײַ די סדרים אַלע מאָל געהאַלטן אין זינען ווי צו אינטערעסירן די קינדער, און אַ "ביכל" (די הגדה) אָן קיין שום בילדער קען נישט צוציִען קיין יונגוואַרג. ייִדן אין אַלע לענדער דרוקן ווײַטער צוויי־שפּראַכיקע הגדות, און נײַע הגדות אילוסטרירט פֿון פֿאַרשיידענע קינסטלער ווערן אויך ווײַטער געדרוקט יעדעס יאָר. די "רילאַנדס־הגדה" וועט זײַן אויסגעשטעלט אינעם "מעטראָפּאַליטאַן־מוזיי" ביזן 30סטן סעפּטעמבער, 2012. דער מוזיי געפֿינט זיך אויפֿן ראָג 82סטע גאַס און דער 5טע עוועניו, אין מאַנהעטן. |