ייִדיש־וועלט

פֿון אויבן: אַ זײַטל פֿון דער "רילאַנדס־הגדה" באַשרײַבט די צוגרייטונג צום סדר. אַרום דער זײַט: פֿאַרשיידענע הגדות פֿון דער גאַנצער וועלט, 19טן און 20סטן יאָרהונדערט.
פֿון אויבן: אַ זײַטל פֿון דער "רילאַנדס־הגדה" באַשרײַבט די צוגרייטונג צום סדר. אַרום דער זײַט: פֿאַרשיידענע הגדות פֿון דער גאַנצער וועלט, 19טן און 20סטן יאָרהונדערט.
פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט זיך געעפֿנט אַן אויסשטעלונג אינעם "מעטראָפּאָליטאַן־מוזיי" אין מאַנהעטן פֿון דער אַזוי־גערופֿענער "רילאַנדס־הגדה". דער נאָמען שטאַמט פֿון דער ביבליאָטעק וווּ מע האַלט דעם זעלטענעם אוצר, "די דזשאָן רילאַנדס־ביבליאָטעק" — בײַם מאַנטשעסטער אוניווערסיטעט אין ענגלאַנד. אין 1901 האָט די ביבליאָטעק באַקומען די הגדה פֿון אַן ענגלישן אַדלמאַן.
די הגדה שטאַמט פֿון קאַטאַלאָניע, שפּאַניע, פֿונעם 14טן יאָרהונדערט, ווען עס האָט זיך אָנגעהויבן די טראַדיציע צו דרוקן מאָלערײַען אין הגדות. די דאָזיקע הגדה ווערט פֿאַררעכנט ווי איינע פֿון די שענסטע אויף דער וועלט.
די אויסשטעלונג האָט מען צוגעגרייט נאָך דעם ווי מע האָט פּראָפֿעסיאָנעל פּרעזערווירט און רעסטאַוורירט די הגדה במשך פֿון אַכט חדשים אין 2011. דער קאָנסערוואַטאָר, סטיוו מוני, האָט געזאָגט, אַז די אַרבעט צו פֿאַרריכטן באַשעדיקטע זײַטן אונטער אַ מיקראָסקאָפּ איז געווען אַזוי פּינקטלעך, אַז ער האָט נאָר געקענט אַרבעטן צוויי־דרײַ שעה אַ טאָג. "איך האָב כּמעט פֿאַרלוירן די נערוון; מיט איין רוק פֿון דער האַנט וואָלט איך, על־פּי־טעות, געקאָנט אָפּרוקן אַ שטיקל גאָלד פֿון דער זײַט" — האָט ער געזאָגט.
די בילדער אין דער "רילאַנדס־הגדה" פֿאַרנעמען אַ גאַנצע זײַט, און דערציילן די געשיכטע פֿון מציאת־מצרים, אָנהייבנדיק מיט גאָטס רוף צו משה־רבינו און ענדיקנדיק מיטן קריאת־ים־סוף. קונסט־מומחים האָבן באַמערקט, אַז די מאָלערײַען טײַטשן אויס די הגדה כּפּשוטו און רעאַליסטיש, דאָס הייסט, דער קינסטלער האָט זיך נישט באַניצט מיט קיין שום מדרשים אָדער אַנדערע טעקסטן מחוץ דעם חומש צו אינטערפּרעטירן די הגדה. די בילדער באַטאָנען די נסים פֿון משה־רבינו און די ייִדן.
אין דער געשיכטע פֿון אילומינירטע הגדות שטעלן מיט זיך פֿאָר די שפּאַנישע דוגמאָות, וואָס זענען געשאַפֿן געוואָרן במשך פֿון הונדערטער יאָרן, אַן אייגן־אַרטיקע טראַדיציע. די "סאַראַיעוואָ־הגדה" פֿונעם 14טן יאָרהונדערט איז געוואָרן וועלט באַרימט און פֿאָרשער האָבן זיך פֿאַרנומען נישט נאָר אין באַשרײַבן די ייִדישע עלעמענטן פֿון אירע בילדער, נאָר אויך ווי די קונסט שפּיגלט אָפּ די ברייטערע אייראָפּעיִשע קולטור. געוויסע אימאַזשן זענען געווען געבונדן מיט דער קונסט פֿון פֿראַנקרײַך און איטאַליע; אָפֿט מאָל אַפֿילו אינספּירירט פֿון דער קונסט אין די קלויסטערס. כאָטש עס זעט אויס, אַז קריסטלעכע קונסט האָט געהאַט אַ השפּעה אויף דער ייִדישער קונסט, האָבן די ייִדישע קינסטלער אַוודאי געדאַרפֿט "פֿאַרייִדישן" די קונסט. למשל, אַ בילד פֿון רבונו־של־עולם וואָלט נישט אָנגענומען געוואָרן בײַם ייִדישן עולם. די קונסט אין די הגדות אינעם 13טן יאָרהונדערט איז געווען די ערשטע פֿיגוראַטיווע קונסט בײַ ייִדן אין 600 יאָר.
די ייִדישע קונסט־היסטאָריקערין קאַטרין קאָגמאַן־אַפּעל האַלט, אַז די שפּאַנישע הגדות האָבן רעאַגירט אויף דערציילערישע "בילדער־ציקלען" בײַ די קריסטן.
מיט דער אַנטוויקלונג פֿון געדרוקטע ביכער, און מיטן באַניץ פֿון ביכער אין דער היים, האָבן די בילדער אין די הגדות געקאָנט דורך אימאַזשן מאַכן אַ וויזועלן אײַנדרוק אויפֿן לייענער מכּוח דער פֿאַרבינדונג צווישן דער ייִדישער געשיכטע און די דורות פֿון יענער צײַט; אַ הויפּט־טעמע פֿונעם יום־טובֿ פּסח.
אין דער זעלביקער צײַט וואָס די "רילאַנדס־הגדה"־אויסשטעלונג האָט זיך געעפֿנט, ווערט דער יודאַיִקע־קונה פֿאַרשיט מיט סחורה צו קויפֿן אויף פּסח. דער ניו־יאָרקער מוכר־ספֿרים, דן ווײַמאַן, האָט אונדז צוגעשיקט זײַן הגדה־קאַטאַלאָג, און מיט זײַן רשות דרוקן מיר איבער זײַטן פֿון אַלטע און נישט־אַזוי אַלטע הגדות פֿון איבער דער וועלט. זײַן וועבזײַט איז: http://www.Danwymanbooks.com
קוקנדיק אויף די הגדות זעט מען ווי די קונסט פֿון יעדן דור, יעדן אָרט, שפּיגלט אָפּ די היסטאָרישע תּקופֿה פֿון דער שאַפֿונג פֿון דער דאָזיקער הגדה. אין די עלטערע הגדות האָט מען זיך מער אָפּגעגעבן מיט דערציילן די געשיכטע פֿון יציאת־מצרים. אָבער אינעם 20סטן יאָרהונדערט, האָט מען אויך אין אַכט גענומען די סטילן און קאָלירן פֿון דער צײַט, און אַמאָל איז פּשוט שווער איבערצולייענען דעם טעקסט, ווײַל די הגדה איז שוין צו קינסטלעריש געוואָרן. פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט מען בײַ די סדרים אַלע מאָל געהאַלטן אין זינען ווי צו אינטערעסירן די קינדער, און אַ "ביכל" (די הגדה) אָן קיין שום בילדער קען נישט צוציִען קיין יונגוואַרג.
ייִדן אין אַלע לענדער דרוקן ווײַטער צוויי־שפּראַכיקע הגדות, און נײַע הגדות אילוסטרירט פֿון פֿאַרשיידענע קינסטלער ווערן אויך ווײַטער געדרוקט יעדעס יאָר.
די "רילאַנדס־הגדה" וועט זײַן אויסגעשטעלט אינעם "מעטראָפּאַליטאַן־מוזיי" ביזן 30סטן סעפּטעמבער, 2012. דער מוזיי געפֿינט זיך אויפֿן ראָג 82סטע גאַס און דער 5טע עוועניו, אין מאַנהעטן.