- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אינעם קאַנאָן פֿון דער פֿאַרגעסענער ייִדישער ליטעראַטור פֿאַרנעמט אָסיפּ דימאָוו (1878—1959) אַ בכּבֿודיק אָרט. דער עיקר, איז ער געווען באַקאַנט ווי אַ דראַמאַטורג, אָבער ער האָט אויך געשריבן דערציילונגען, עסייען, אַרטיקלען אויף רוסיש און ייִדיש, געאַרבעט אין קינאָ, געצייכנט קאַריקאַטורן, און אויף דער עלטער איז ער אַפֿילו געוואָרן אַ סקולפּטאָר. זײַן אויטאָביאָגראַפֿיע "וואָס איך געדענק" איז אַ פֿאַרכאַפּנדיקע לעקטור, וווּ עס ווערט דערציילט וועגן זײַן יוגנט אין ביאַליסטאָק און זײַן ליטעראַרישער קאַריערע אין פּעטערבורג. און דאָך, איז דימאָווס נאָמען כּמעט ווי אין גאַנצן נעלם געוואָרן פֿונעם ייִדישן קולטורעל־היסטאָרישן האָריזאָנט. זײַן נאָמען ווערט אַפֿילו ניט דערמאָנט אין דער נײַער היסטאָרישער שטודיע וועגן ייִדישן ביאַליסטאָק און זײַנע תּפֿוצות אין אַנדערע לענדער. דערפֿאַר איז עס אַזוי ווערטפֿול און וויכטיק צו באַקומען אָט די נײַע אַקאַדעמישע אויסגאַבע פֿון דימאָווס מעמואַריסטישער ירושה, וואָס איז אַרויס אינעם צענטער פֿאַר סלאַווישע שפּראַכן און ליטעראַטורן בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. דער רעדאַקטאָר פֿון דער דאָזיקער פּובליקאַציע, פּראָפֿעסאָר וולאַדימיר חזן, האָט דורכגעמאַכט אַ ריזיקע פֿאָרשערישע אַרבעט. דער ערשטער באַנד נעמט אַרײַן דימאָווס זכרונות "וואָס איך געדענק" אין דער רוסישער איבערזעצונג פֿון משה לעמסטער, דעם באַקאַנטן ייִדישן דיכטער פֿון ישׂראל. לכתּחילה זײַנען די דאָזיקע זכרונות פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין המשכים אין "פֿאָרווערטס" אין 1942, און דערנאָך זײַנען זיי אַרויס אין צוויי בענד אין ניו־יאָרק אין 1943—1944. דער צווייטער באַנד איז כּולל דימאָווס קלענערע כּתבֿים, אָנגעשריבן, דער עיקר, פֿאַר פֿאַרשידענע רוסישע פּעריאָדישע פּובליקאַציעס. במשך פֿון די לעצטע יאָרן האָט דער ייִוואָ צונויפֿגענומען, באַאַרבעט און קאַטאַלאָגירט אַ צאָל פֿון זײַנע מוזיקאַלישע זאַמלונגען און געמאַכט זיי צוגענגלעך פֿאַר אינסטיטוציעס און יחידים, וואָס ווענדן זיך וואָך־אײַן וואָך־אויס פֿאַר מאַטעריאַלן, אינפֿאָרמאַציע, פֿאָרשונג אד"גל. עס איז געוואָרן אַ רײַכער אײַנזאַמלונג־פּונקט פֿון מוזיק פֿון קאָמפּאָזיטאָרן און כאָר־דיריגענטן, חזנים, זינגערס, אַקטיאָרן, פֿאָלקלאָריסטן, ווי אויך פֿון אינסטיטוציעס און אָרגאַניזאַציעס. כּסדרדיקע ווענדונגען פֿון אייראָפּע, ווי אויך פֿון די שטאַטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן מאַכן דעם מוזיק־אַרכיוו אַ לעבעדיקן טייל פֿון דעם ריזיקן ייִוואָ־אַרכיוו. עס איז ווינטשונגסווערט צו געבן אַן אַרײַנבליק אין די אוצרות און דעם פֿאַרנעם פֿון אַרכיוו, וואָס באַשטייט פֿון אַ סך גרעסערע און קלענערע זאַמלונגען; אַ מאָל היסטאָרישע, געשאָנקענע פֿון יחידים און אינסטיטוציעס. אין דער ערשטער ריי געפֿינט זיך די זאַמלונג פֿון בערך טויזנט פֿאָלקסלידער־טעקסטן, מיט300 נאָטן וואָס די עטנאָגראַפֿישע קאָמיסיע פֿון ווילנער ייִוואָ האָט געזאַמלט אין די יאָרן פֿון1925 ביז 1940. זינט זײַן גרינדונג האָט דער ייִוואָ אַנטוויקלט אַ נעץ פֿון הונדערטער זאַמלערס און קרײַזן, דער עיקר פֿון פּוילן. די עטנאָגראַפֿישע קאָמיסיע פֿון ייִוואָ האָט אַרויסגעגעבן אינסטרוקציעס ווי און וואָס צו זאַמלען, האָט רעגיסטרירט די הונדערטער שיקונגען, האָט קאָרעספּאָנדירט מיט די זאַמלערס און אָפּגעדרוקט טיילן פֿון דער זאַמלונג.
ד״ר מנחם קרן-קרץ (קראַץ) ד״ר מנחם קרן איז הײַנט איינער פֿון די וויכטיקסטע פֿאָרשער אין געביט פֿון דער קולטור-געשיכטע בײַ ייִדן פֿון מאַרמאָרעש-סיגעט אין 20סטן יאָרהונדערט. אין יאָר 2009 האָט ער באַקומען זײַן צווייטן דאָקטאָראַט פֿון בר-אילן-אוניווערסיטעט, וועגן דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור און פּרעסע, געשאַפֿן פֿון די מאַרמאָרעשער ייִדן זינט די 70ער יאָרן פֿון 19טן יאָרהונדערט ביז נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה. וואָס זאָל מען טון, ייִדן? אַז עס איז אַזאַ מין קלאָג. וואָס זאָל מען טון, מענטשן? עסן דאַרף מען יעדן טאָג. אַז דער מאָגן וויל נישט וויסן פֿון קיין געטאָ זאַך, נאָר ער שטרײַט און ער פֿאַרלאַנגט צו עסן זייער אַ סך. (ליד געזונגען אין לאָדזשער געטאָ, מסתּמא געשריבן פֿון יאַנקעלע הערשקאָוויץ, פֿאַרשריבן פֿון ד״ר גילה פֿלאַם בײַ יאַנקעלע ראָטענבערג)
דעם שטענדיקן לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" דאַרף מען ניט דערקלערן ווער עס איז געווען מאַקס ווײַנרײַך. און דאָך — פֿון צײַט צו צײַט קומען צו נײַע לייענער, אַזוי אַז עס וועט ניט שאַטן צו דערמאָנען זיי, אַז די רייד גייט וועגן אַ מענטש, לגבי וועלכן עס קלינגען ניט צו הויך אַזעלכע באָמבאַסטישע ווערטער, ווי: "געניאַלער" און "לעגענדאַרער". דעם 29סטן יאַנואַר וועט ווערן 43 יאָר זינט זײַן פּטירה. פֿאַר אָט די יאָרן האָבן זיך געביטן עטלעכע דורות אין דער ייִדישער אַקאַדעמישער וועלט. אָבער קיינער האָט זיך אַפֿילו ניט דערנענטערט צום ניוואָ פֿון מאַקס ווײַנרײַכן, כאָטש אייניקע זאַכן זײַנען, בלי-ספֿק, פֿאַרעלטערט געוואָרן אין זײַנע פֿילצאָליקע אַרבעטן. אַ חוץ די צענדליקער ביכער און הונדערטער אַרטיקלען, האָט ווײַנרײַך איבערגעלאָזט נאָך זיך אַ גאַנצע אינסטיטוציע — איך מיין, פֿאַרשטייט זיך, דעם ייִוואָ-אינסטיטוט. הגם אַ גאַנצע ריי געלערנטע און כּלל-טוער האָבן אין יאָר 1925 פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿון דעם דאָזיקן אינסטיטוט, איז מאַקס ווײַנרײַך געווען דער מענטש, וואָס איז געשטאַנען בײַם רודער פֿון דער נײַער, איצט שוין לאַנג לעגענדאַרער, אַקאַדעמישער אינסטיטוציע. ער האָט מיט איר אָנגעפֿירט סײַ אין ווילנע און סײַ אין ניו-יאָרק, ווען די מלחמה האָט אים פֿאַרוואָרפֿן אויף דער אַנדערער זײַט פֿונעם אַטלאַנטישן אָקעאַן. די "אידעלזאָן־געזעלשאַפֿט פֿאַר מוזיקאַלישער פּרעזערווירונג" האָט ווי איר ציל דאָס אויפֿהאַלטן רעקאָרדירונגען פֿון ייִדישער מוזיק, וועלכע זיי באַטראַכטן ווי "קלאַסישע". למשל, די אַלטע פּלאַטע — "מײַן וועג" — פֿון די "באַרי שוועסטער" האָט די "געזעלשאַפֿט" ווידער אַרויסגעגעבן, ווי אַ "קלאַסיש" קאָמפּאַקטל. אָבער די דאָזיקע רעקאָרדירונג וואָס באַשטייט פֿון ייִדישע איבערזעצונגען פֿון פּאָפּולערע ענגליש־שפּראַכיקע לידער, ווי פֿרענק סינאַטראַס ליד "מײַן וועג", שטעלט מיט זיך פֿאָר, לפֿי דעתּי, די "באַרי שוועסטער"־פּלאַטע מיטן גרעסטן עלעמענט פֿון "קיטש". בײַ אונדז זאָגט מען — "ווי בײַ וועמען": יעדער האָט זײַן אייגענעם געשמאַק. בײַם איבערלייענען די אַנדערע אַרויסגעגעבענע קאָמפּאַקטלעך זייערע ווערט קלאָר, אַז די "אידעלזאָן"־געזעלשאַפֿט האָט דווקא ליב די קאַטעגאָריעס פֿון דער ייִדישער מוזיק, וואָס לאָזן זיך שווער צו דעפֿינירן. די אַנדערע רעקאָרדירונגען אין זייער קאַטאַלאָג נעמען אַרײַן אייניקע פֿון שוואַרצע דזשעז־ און בלוז־שפּילער און זייערע אויסטײַטשונגען פֿון ייִדישע לידער און מעלאָדיעס; אָדער פֿון "לאַטײַן"־אַמעריקאַנער מוזיקער, ווי זיי שפּילן ייִדישע לידער מיט אַ "לאַטײַנישן" (דאָס הייסט, דרום־ און צענטראַל־אַמעריקאַנער) ריטעם. דעם האַרבסט האָט די ניו־יאָרקער ייִדישע גאַס גענאָסן פֿון אַ פּאַריזער גאַסט — מילענאַ קאַרטאָווסקי. סײַ אַ זינגערין, סײַ אַן אַקטריסע, רעזשיסאָרין, און שרײַבערין — גלייבט זיך קוים, אַז זי איז אַלט בלויז 23 יאָר. כאָטש יונג, פֿאַרמאָגט זי אָבער גרויסע אַמביציעס; צווישן זיי, אַ טעאַטער־פּראָיעקט מיט צוויי כאַראַקטערן, וואָס דאַרף פֿאָרקומען אין פֿאַרשיידענע לענדער אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן — אַ "נײַע ייִדישע אָדיסעע." אין יעדן לאַנד וועט מען זיך פֿאַרטיפֿן אין דער ייִדישער געשיכטע פֿונעם אָרט און אין דער פּראָבלעם פֿון אויפֿהאַלטן און אויסדריקן אַן אייגענע ייִדישע אידענטיטעט. בעת אירע דרײַ חדשים אין ניו־יאָרק האָט זי איבערגעלעבט איר אייגענע אָדיסעע. אין פֿרילינג האָבן מיר באַשריבן איר פֿאָרשטעלונג "טשאָלנטגאַנג", וואָס זי האָט אויפֿגעפֿירט אין פּאַריז און דערנאָך בײַם מאָנטרעאָלער אינטערנאַציאָנאַלן טעאַטער־פֿעסטיוואַל אין יוני. זײַענדיק אַ געהילף אין דער "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר"־פּראָגראַם האָט דער דירעקטאָר אַלען בערן איר געעצהט, אַז אויב זי וויל עפּעס שאַפֿן אינעם ייִדישן טעאַטער, זאָל זי פֿאָרן קיין ניו־יאָרק און זיך פֿאַרטיפֿן אין דער ייִדישער קולטור־סבֿיבֿה. איז זי געקומען אין סעפּטעמבער מיט אַ געוויינטלעכער דרײַ־חודשדיקער וויזע און זיך גענומען צו דער אַרבעט. בערך דרײַ פֿערטל פֿון די רוסיש־רעדנדיקע ייִדן לעבן הײַנט–צו–טאָג מחוץ די אַלטע סאָוועטישע גרענעצן. זינט 1970, ווען די סאָוועטישע מאַכט האָט דערלויבט די ייִדישע עמיגראַציע, זײַנען פֿונעם סאָוועטן־פֿאַבאַנד אַרויסגעפֿאָרן כּמעט צוויי מיליאָן ייִדן, בערך אַזוי פֿיל, ווי בעת דער גרויסער עמיגראַציע פֿון 1881—1914. אָבער להיפּוך צו דער ערשטער כוואַליע, ווען די מערהייט ייִדן זײַנען טאַקע פֿאַרבליבן אין רוסלאַנד, איז די הײַנטיקע ייִדישע באַפֿעלקערונג אין די לענדער פֿונעם אַמאָליקן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, מערסטנטייל אין רוסלאַנד און אוקראַיִנע, אַ גאַנץ קליינע, אַרום אַ האַלבן מיליאָן נפֿשות. אַזאַ מין מאַסאָווע ייִדישע יציאת־רוסלאַנד איז אַ פּועל־יוצא פֿונעם צעפֿאַל פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דער שפּיץ פֿון דער עמיגראַציע האָט זיך באַוויזן אין דער ערשטער העלפֿט פֿון די 1990ער יאָרן. איצט האָט זיך די עמיגראַציע כּמעט אָפּגעשטעלט, און אין משך פֿון די ערשטע צענדליק יאָר פֿונעם 21סטן יאָרהונדערט האָט זיך דער מצבֿ סטאַביליזירט. אַנשטאָט מאַסן־עמיגראַציע איז געקומען מיגראַציע צווישן די הויפּט־צענטערס פֿון דער רוסיש־ייִדישער צעשפּרייטונג. אַ היפּש ביסל אימיגראַנטן פֿאַרמאָגן רוסישע בירגערשאַפֿט און קומען קיין רוסלאַנד רעגולער, אויף אַ באַזוך אָדער צוליב געשעפֿטן. אַבֿרהם־בער גאָטלאָבער איז געווען איינער פֿון די ערשטע משׂכּילים־שרײַבער אין מיזרח־אייראָפּע. ער איז געווען באַווירקט פֿון יוסף פּערל, מענדל לעפֿין, ר׳ יצחק־בער לעווענזאָן א״אַנד. צוליב דעם האָבן די חסידים אים געצוווּנגען צו גטן זײַן ערשטע פֿרוי. שפּעטער האָט ער גענומען וואַנדערן און פּרעדיקן די השׂכּלה־פּראָגראַם פֿון בילדונג און רוסיפֿיצירן זיך. אין די פֿאַרשיידענע שטעט וווּ ער האָט געלעבט פֿון מלמדות, האָט ער איבערגעזעצט שילערן אויף העברעִיִש און ייִדיש, געשריבן פּיעסעס, צונויפֿגעשטעלט פֿריילעכע קופּלעטן אין ייִדיש, אַליין געשריבן צו זיי די מעלאָדיעס און זיי אַליין פֿאָרגעזונגען פֿאַר זײַנע צוהערערס. ער איז געווען אַ לערער אין דער זשיטאָמירער ראַבינער־שול אין די 0681ער יאָרן, וווּ אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען האָט געלערנט און אַבֿרהם־בער האָט געהאַט אַ שטאַרקן אײַנפֿלוס אויף זײַן שפּעטער־באַוווּסטן תּלמיד. אַ סך פֿון גאָטלאָבערס שאַפֿונגען זײַנען פֿאַרלוירן געגאַנגען; בלויז אַ פּאָר האָבן זיך אָפּגעפֿונען און אויפֿגעהיט געוואָרן. ווי שלמה עטינגער, האָט ער פֿאַרייִדישט שילערס "דער גלאָקע" אין זײַן, "דאַס ליד פֿונעם קוגל" — בײַ אים, אַן אָפּשפּיגלונג פֿון דעם ייִדנס לעבן. אין דער צײַט וואָס דער קוגל באַקט זיך, גייט ער דורך די שטאַפּלען, די מינהגים און דעם לעבנס־שטייגער וואָס באַגלייטן דעם ייִד. (אַגבֿ, דאַרפֿן מיר דאָס ליד צוגעבן צו דער רשימה "שפּײַז אין לידער" וואָס מיר האָבן געדרוקט פֿאָריקן מאָל אין שײַכות מיטן דאַנק־טאָג "טענקסגיווינג"). וואָס מאַכט אַ געביט פֿון וויסנשאַפֿט פֿאַר אַ געביט פֿון וויסנשאַפֿט? צווישן די וויכטיקסטע פֿאַקטאָרן זײַנען, ערשטנס, אַקאַדעמישע צײַטשריפֿטן און צווייטנס, קאָנפֿערענצן. מיט אַקאַדעמישע צײַטשריפֿטן האַלט בײַ אונדז, אין הילכות ייִדיש, זייער שמאָל. טעאָרעטיש איז דאָ ערגעץ אַ זשורנאַל, אויף ענגליש, וואָס הייסט "ייִדיש", אָבער ווער זעט אים? ער גייט ניט אַרויס. עמעצער האַלט עס אין די הענט און לאָזט צו אים קיינעם ניט צו, כאָטש איך האָב געהערט וועגן געוויסע פּרוּוון דעם זשורנאַל ווידער אויפֿלעבן. אונטער דער מאַרקע פֿון ייִוואָ זײַנען אויך דאָ אַזעלכע "פֿאַרפֿרוירענע", קליניש-פֿאַרשטאָרבענע צײַטשריפֿטן, וואָס מענטשן, וועלכע זײַנען איצט גראָ, האָבן זיי געזען, ווען זייערע האָר האָבן נאָך געהאַט אַ קאָליר. מיט קאָנפֿערענצן איז דער מצבֿ אַ בעסערער. שוין אַ היפּש ביסל צײַט קלײַבט זיך צונויף אין דײַטשלאַנד אַ ייִדיש-קאָנפֿערענץ. דאָס קומט פֿאָר יאָר-אײַן יאָר-אויס אין צוויי אוניווערסיטעטן נאָכן סדר: אין טריר און אין דיסעלדאָרף. און עס זײַנען דאָ אויך אַנדערע אַקאַדעמישע צונויפֿקומענישן, וואָס ספּעציאַליזירן זיך אין ייִדיש-לימודים. ווי אַ דוגמא, האָב איך די חוצפּה צו דערמאָנען דאָ דרײַ אַזעלכע פֿאָרומס, צו וועלכע איך אַליין האָב אַ דירעקטן שײַכות: אין אַ וואָך אַרום וועט אין ייִוואָ דורכגיין אַן איינטאָגיקע קאָנפֿערענץ, געווידמעט די אַמעריקאַנער יאָרן אין דעם לעבן פֿון מאַקס ווײַנרײַך, דער "טאַטע" פֿון ייִוואָ; סוף אַפּריל 2012, וועט אין דער דײַטשישער שטאָט רעגנסבורג זיך צונויפֿקלײַבן אַ געלערנטער עולם צו רעדן וועגן יוסף אָפּאַטאָשו, איינעם פֿון די בעסטע ייִדישע פּראָזאַיִקער אין אַמעריקע (אָבער דווקא אין דײַטשלאַנד איז גרינגער געווען צונויפֿקלײַבן אַן אָפּאַטאָשו-קאָנפֿערענץ, איידער אין אַמעריקע); נאָך אַ לאַנגער הפֿסקה איז אַרויס דער נײַער נומער פֿונעם מינסקער אַקאַדעמישן יאָרבוך "צײַטשריפֿט". אַ סך האָט זיך געביטן אין משך פֿון די אַכציק יאָר, וואָס זײַנען פֿאַרבײַ צווישן דעם פֿינפֿטן (1931) און דעם איצטיקן זעקסטן (2011) נומער. אַנשטאָט דעם אַמאָליקן ייִדישן סעקטאָר בײַ דער ווײַסרוסישער וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע, וואָס איז ליקווידירט געוואָרן אין די 1930ער יאָרן, איז דער אַרויסגעבער פֿון דער באַנײַטער "צײַטשריפֿט" דער צענטער פֿאַר געשיכטע און קולטור פֿונעם ווײַסרוסישן ייִדנטום בײַ דעם אייראָפּעיִשן הומאַניטאַרן אוניווערסיטעט, וואָס געפֿינט זיך, צוליב פּאָליטישע סיבות, ניט אין מינסק נאָר אין ווילנע. די טײַערע משפּחה רויף איז פֿון קעשענעוו! דעם זומער זײַנען מיר נאָך אַ מאָל געווען בײַ זיי צו גאַסט. מיר, דאָס מיינט, דובֿ־בער קערלער און איך אין דער פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציע — 2011. פֿאַר וואָס נאָך אַ מאָל? ווײַל אַן עלטערער מענטש קאָן דאָך ניט אַלץ געדענקען. ווען מע קומט צו אים דאָס צווייטע, צי דאָס דריטע מאָל, דערמאָנט ער זיך אין זאַכן, וועגן וועלכע ער האָט פֿריִער פֿאַרגעסן. ווען מיר זענען אַרײַנגעקומען אין זייער דירה האָבן מיר דערפֿילט, אַז דאָ הערשט אַן אומעטיקע שטימונג. שאַפּס רויף האָט אונדז ניט תּיכּף דערקענט און דאָס פּנים בײַ זײַן ווײַב, בײַ זעלדע דאַווידאָוונע, איז געווען כמורנע אָן אַ סימן פֿרייד. און מיר ווילן דאָך, אַז זי זאָל אונדז זינגען אַמאָליקע ייִדישע לידער. דאָ, נעמט אַרויס דובֿ־בער זײַן האַנט־קאָמפּיוטער און געפֿינט דאָרטן דעם פֿריִערדיקן אינטערוויו מיט זעלדע רויף, וואָס מיר האָבן פֿאַרשריבן נאָך אין 2006. אויפֿן עקראַן פֿונעם קאָמפּיוטער באַווײַזט זיך די פֿרוי זעלדע דאַווידאָוונע, וואָס זינגט אַזוי חנעוודיק אַמאָליקע ייִדישע לידער. זעען מיר ווי די קנייטשן אויף זעלדעס פּנים צעגלעטן זיך, זי טוט אַ שמייכל און דערנאָך צעלאַכט זי זיך פֿאַר פֿרייד. איר מאַן איז אויך געוואָרן פֿריילעכער און זאָגט אונדז: "ס’האָט שוין פֿון לאַנג בײַ אונדז אין שטוב ניט געקלונגען קיין געלעכטער!"... |