ייִדיש־וועלט
יעוואַ ביידער מיט דער "לעקסיקאָן פֿון ייִדישע שרײַבער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד"

לזכּרון דעם 12טן אויגוסט, די דאַטע ווען מע דערמאָנט דעם אומקום פֿון די ייִדישע שרײַבערס אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און די אונטערדריקונג פֿון דער דאָרטיקער ייִדישער קולטור, האָט מען, דעם 10טן אויגוסט 2011, אָפּגעהאַלטן אַ הזכּרה אינעם ייִוואָ, צוגעגרייט פֿונעם "ייִדישן קולטור־קאָנגרעס", בשותּפֿות מיטן "ייִוואָ" און דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע. די הזכּרה איז דאָס יאָר געווען אַנדערש פֿון אַנדערע יאָרן, ווײַל מע האָט פֿאַרעפֿנטלעכט דעם נײַעם "לעקסיקאָן פֿון ייִדישע שרײַבער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד", צוזאַמענגעשטעלט פֿון חיים ביידער ע״ה, מיט דער רעדאַקציאָנעלער הילף פֿון באָריס סאַנדלער און גענאַדי עסטרײַך. עס האָבן אָנטיילגענומען אין דער פּראָגראַם: די זינגערס יעלענאַ שמולענזאָן און חיים וואָלף; דער דירעקטאָר פֿון ייִוואָ, יונתן ברענט און איציק גאָטעסמאַן פֿונעם "פֿאָרווערטס". שיין בייקער, דירעקטאָר פֿונעם "ייִדישן קולטור־קאָנגרעס", האָט געפֿירט דעם פֿאָרזיץ און רעציטירט לידער. באָריס סאַנדלער, דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקטאָר, האָט פּרעזענטירט דעם לעקסיקאָן צו יעווע ביידער, די אַלמנה פֿון חיים ביידער. מיר ברענגען ווײַטער אַ פֿראַגמענט פֿון איציק גאָטעסמאַנס רעדע וועגן דעם נײַעם לעקסיקאָן:

"ווען מיר קומען זיך צונויף יעדעס יאָר צו דערמאָנען די סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבער, קינסטלער און כּלל־טוער, וועלכע זענען אומגעבראַכט געוואָרן דורך דעם סטאַליניסטישן רעזשים דעם 12טן אויגוסט 1952, האָבן מיר אויך אין זינען נישט נאָר די מער באַקאַנטע שרײַבער ווי דוד בערגעלסאָן, פּרץ מאַרקיש, איציק פֿעפֿער, וועלכע האָבן געליטן יענעם טאָג, נאָר די גאַנצע אונטערדריקונג פֿון דער ייִדישער קולטור, פֿון דער ייִדישער רעליגיע, פֿון ייִדישקייט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד; אַ רישעותדיקע פּאָליטיק, וואָס האָט חרובֿ געמאַכט די לעבנס און חלומות פֿון מיליאָנען מענטשן.

געשיכטע, ייִדיש־וועלט
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַהרן לעוו, דער טאַטע פֿון מישע לעוו

זײַט איר עס אַ מבֿין, ווי די צײַט טראָגט זיך, קייטלט יעדע זיבן מעת־לעתן אין וואָכן, צוועלף חדשים אין יאָרן. איך פּרוּוו זיי, די שוין פֿון לאַנג דורכגעלעבטע, אויפֿלעבן. העכער 80 קײַלעכדיקע יאָרצענדליק זײַנען פֿאַרבײַ און איך אַ באָרוועסער, מיט פֿאַרקאַטשעטע פּלודערן, אין דער באַגלייטונג פֿון אונדזער הונט, שאַריק, לאָז איך זיך ווידער אין סטעפּ, וואָס איז איבערגעפֿולט מיט דערקוויקנדיקער פֿרישקייט און שײַנענדיקער זון.

ס’איז ניט צום פֿאַרגעסן די פּראַכטן פֿון פֿרילינגדיקער בליִונג, דעם גערוך פֿון די ערשטע קאָפּניעס היי, די האָריקע, נאָך גרינע קעפּעלעך פֿונעם קאָרנפֿעלד, דערנאָך די טיף־אײַנגעבויגענע צו דער ערד מעוברתדיקע זאַנגען. און אויפֿן גאָרטן: צעצוויטעטע זונרויזן, פֿאַרביקע מאָן־בלומען, און אויב שוין זיך האַלטן בײַ סעזאָנישקייט, וועט אַלץ וואָס פֿאַרזייט, זײַן שוין אַראָפּגענומען, און ס׳וועט קומען די צײַט פֿון ווילדן געיאָמער פֿון צעיושעטן ווינט אין קוימען, די ווינטערדיקע פֿרעסט און שניי־זאַווייען. איבערצולעבן דעם ווינטער איז געווען אַ באַשליק, אַן אָפּגעטראָגן שאָפֿנפּעלצל און צעקרישלטע, נאָר גאַנצע וואָליקעס.

נאָך ביז דעם ווי ס’האָט זיך אָנגעהויבן די דורכויסיקע קאָלעקטיוויזאַציע און דאָס אייגן שטיק ערד איז אַריבער אין רשות פֿון דער מלוכה, האָבן די נעכטיקע שילער אָנגעהויבן פֿאַרלאָזן די ניט לאַנג צוריק דעראָבערטע היים. געלאָזט האָט מען זיך אין די שטעט, וווּ ס’זײַנען געווען ייִדישע טעכניקומען, אינסטיטוטן, אָדער אויף די אינדוסטריעלע בויונגען, וואָס זײַנען געווען צעוואָרפֿן איבער גאָר דעם לאַנד.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט
אייווערי גאָספֿילד

בײַ איינעם פֿון די אָוונט־קאָנצערטן בעת דער "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר"־פּראָגראַם אין יולי איז אויפֿגעטראָטן אייווערי גאָספֿילד און איר טרופּע "לוטשידאַריום" (Lucidarium). די גרופּע איז געקומען פֿון צפֿון-איטאַליע, אָבער זיי זענען וועלט־באַקאַנט פֿאַר זייער פֿאָרשטעלונג פֿון אייראָפּעיִשע לידער פֿון דער רענעסאַנץ־תּקופֿה. צום קאָנצערט אין ווײַמאַר האָבן זיי צוגעגרייט אַ ספּעציעלע פּראָגראַם, אויף וועלכער זיי אַרבעטן שוין אַ לענגערע צײַט, פֿון אַלטע אַשכּנזישע ייִדישע לידער. די פּראָגראַם הייסט "אײַן נויע ליד: ווען ייִדיש איז יונג געווען".

אַ גרויסע פֿאָרש־אַרבעט האָט געמאַכט די מיט־דירעקטאָרין פֿון "לוטשידאַריום", אייווערי גאָספֿילד, כּדי צוזאַמענצושטעלן די לידער, וואָס זענען הונדערטער יאָר אַלט. אַ טייל פֿון דער פֿאָרשונג באַשטייט אין רעקאָנסטרויִרן די לידער, כּדי מע זאָל זיי קענען זינגען, ווײַל, בדרך־כּלל, האָבן זיך אָפּגעראַטעוועט אַ סך פֿון די טעקסטן צו די לידער, אָבער נאָר געציילטע מעלאָדיעס. דער "לוטשידאַריום"־קאָנצערט האָט אויך אַרויסגעהויבן די פֿאַרבינדונגען צווישן די ייִדישע און דײַטשע קולטורן אין יענער צײַט.

בעת דעם 16טן יאָרהונדערט האָבן ייִדיש־רעדנדיקע אַשכּנזישע ייִדן זיך פֿאַרשפּרייט נישט נאָר אויף מיזרח — פֿון דײַטשלאַנד אַרײַן קיין פּוילן — נאָר אויך אויף דרום — אין צפֿון איטאַליע — און אויף מערבֿ — אין אַמסטערדאַם. די אַשכּנזישע קהילה האָט אַרײַנגענומען עטלעכע לענדער אין מערבֿ־, מיזרח־ און צענטראַל־אייראָפּע. ביכער וואָס מע האָט געדרוקט אין פֿאַרלאַגן אין איטאַליע האָט מען געלייענט אין לובלין, פּראָג און פֿראַנקפֿורט.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

דאָס לעצטע מאָל האָבן מיר געבראַכט לידער פֿון עטלעכע באַקאַנטע און ניט אַזוי פֿיל באַקאַנטע ייִדישע דיכטערינס. זיי האָבן געבראַכט די פֿרויען־שטים צו די אויסגאַבעס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. די פּאָעזיע פֿון די דיכטערינס איז ניט צו אָפֿט געקומען צו דער עפֿנטלעכקייט, און מיר זײַנען צופֿרידן צו ברענגען זייער וואָרט צוריק צו דער אויפֿמערקזאַמקייט פֿון די לייענער. די הײַנטיקע און געוועזענע פֿרויען־דיכטערס האָבן באַרײַכערט אונדזער קולטור און זײַנען אַ וויכטיקער טייל פֿון אונדזער ליטעראַטור־געשיכטע. מיר געניסן פֿון דער געלעגנהייט צו לייענען פֿון צײַט צו צײַט די ווערק פֿון אונדזערע הײַנטיקע וויכטיקע פֿרויען־דיכטערס ווי רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, געלע שווייד־פֿישמאַן און נײַ־אויפֿגעקומענע דיכטערינס, ווי גיטל ווישוואַנאַט־שעכטער, וואָס מיר וועלן דרוקן בײַ אַן אַנדערש מאָל. הײַנט האָבן מיר זיך אָפּגעשטעלט אויף די לידער פֿון דער פּלעיאַדע ווי קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, רחל קאָרן, אַנאַ מאַרגאָלין, ריקודה פּאָטאַש און רייזל זשיכלינסקי.

ייִדיש־וועלט
אויף דער וועטשערע (פֿון רעכטס): די מחברטע, לאה שטריגלער, ביילע בריקס־קלײַן, 
גיטל שעכטער און ליבי מיראַנסקי

אין די 1960ער און 70ער יאָרן איז געווען זייער שווער צו זײַן אַ ייִדישער שרײַבער — דאָס הייסט, אַ שרײַבער אויף ייִדיש — נישט בלויז צוליב פּרנסה, נאָר אויך צוליב עמאָציאָנעלע סיבות. בײַ די ייִדן אין אַמעריקע און אין אויסלאַנד, און ספּעציעל אין ישׂראל, איז ייִדיש געווען די שפּראַך פֿונעם עלטערן דור, פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט. דערפֿאַר האָט מען אויף די כּלערליי ייִדיש־רעדנדיקע אונטערנעמונגען — די באַנקעטן פֿונעם "קולטור־קאָנגרעס" און "בונד", און לעקציעס פֿון "פּען־קלוב" און ייִוו״אָ — געזען כּמעט בלויז גראָע קעפּ.

הײַנט זענען די ייִדן איבער דער וועלט אַ סך וואַרעמער געשטימט צו ייִדיש נאָר, צום באַדויערן, זענען ס׳רובֿ פֿון יענעם דור ייִדישע שרײַבער און אינטעליגענטן שוין אויף יענער וועלט. אַליין אַ טאָכטער פֿונעם ייִדישן פֿילאָלאָג און לעקסיגראַף, ד״ר מרדכי שעכטער, וואָס האָט אָנגעשריבן 10 ביכער און אָן אַ שיעור אַרטיקלען, כּדי צו הייבן דעם ניוואָ פֿונעם גערעדטן און געשריבענעם ייִדיש — איז מיר לעצטנס אײַנגעפֿאַלן, אַז ס׳וואָלט געווען כּדאַי צונויפֿצוברענגען די קינדער פֿון ייִדישע שרײַבער (בפֿרט די שרײַבער, וועלכע זענען געבוירן געוואָרן אין מיזרח־אייראָפּע) אויף אַן אָוונט, כּדי צו דערגיין, צי אונדזערע געשיכטעס זענען טאַקע געווען ענלעך, און אויב יאָ, ווי אַזוי.

אַ דאַנק דער אינטערנעץ, האָב איך זיך פֿאַרבונדן מיט צען קינדער פֿון ייִדישע שרײַבער אין אַמעריקע, קאַנאַדע און ישׂראל, און פֿאָרגעלייגט, אַז מיר זאָלן דורכפֿירן אַ שמועס, אָדער עלעקטראָניש, אָדער פּנים־אל־פּנים. ווען איך האָב זיך דערוווּסט, אַז עטלעכע פֿון די אויסלענדער קלײַבן זיך זומערצײַט צו קומען קיין אַמעריקע, האָב איך באַשטימט אַ דאַטע און פֿאַרבעטן אַלעמען צו זיך אַהיים אויף אַ וועטשערע.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט
י. פֿראַומאַן — פּאָרטרעט פֿון אַ דײַטשן פּויער אינעם 19טן יאָרהונדערט

ווי אַ לעקטאָר אין דער הײַיאָריקער "ייִדיש־זומער־ווײַמאַרער"־פּראָגראַם האָב איך געהאַט די געלעגנהייט צו פֿאַרגלײַכן די ייִדישע פֿאָלקס־באַלאַדעס מיט די דײַטשע וואַריאַנטן. אַזוי ווי די טעמע דעם זומער האָט געשטעלט דעם טראָפּ אויף ייִדישע און דײַטשע פּאַראַלעלן אין פֿאָלקמוזיק, טענץ און פֿאָלקסליד, האָב איך געלייענט "דאָס גרויסע פֿאָלקסבאַלאַדן־בוך" פֿון אָטאָ האָלצאַפּפֿעל, אַ ריזיקע זאַמלונג פֿון דײַטשע באַלאַדן, וואָס געפֿינען זיך אינעם "דײַטשן פֿאָלקסליד־אַרכיוו" אין פֿרײַבורג, דײַטשלאַנד. יאָרן לאַנג איז ד״ר האָלצאַפּפֿעל געווען דער דירעקטאָר פֿונעם אינסטיטוט, וואָס פֿאַרמאָגט די גרעסטע זאַמלונג פֿעלד־רעקאָרדירונגען פֿון דײַטשע פֿאָלקזינגער. ניצנדיק די מאַטעריאַלן, האָב איך געוואָלט פֿאַרגלײַכן די דײַטשע מיט די ייִדישע באַלאַדן און פֿאָרשן די קולטורעלע אונטערשיידן צווישן זיי.

לייענענדיק דעם באַנד, האָב איך באַמערקט, וויפֿל באַלאַדעס אויף דײַטש הייבן זיך אָן מיטן נומער דרײַ אין דער ערשטער שורה: דרײַ רײַטער, דרײַ "רעגימענטער", דרײַ ווײַבער, דרײַ טעכטער, דרײַ געפֿאַנגענע, דרײַ זעלן, דרײַ מוזיקער, דרײַ סוחרים, דרײַ שוואַרצע ראָבן, דרײַ קיסרים — און די רשימה נעמט אַרײַן נאָר אַ העלפֿט פֿונעם בוך! להיפּוך — אַרײַנקוקנדיק אין דער גרויסער זאַמלונג ייִדישע פֿאָלקסלידער פֿון גינזבורג און מאַרעק, 1901, "ייִדישע פֿאָלקסלידער פֿון רוסלאַנד", געפֿינט מען בלויז איין לידל אינעם גאַנצן באַנד מיטן נומער דרײַ אין דער ערשטער שורה. קען מען דעריבער קומען צו דער מסקנא, אַז די צאָל "דרײַ" איז מער וויכטיק אין דײַטשע באַלאַדעס ווי אין די ייִדישע. דער נומער דרײַ איז אַ וויכטיקער ציפֿער אין אייראָפּעיִשן פֿאָלקלאָר בכלל, אין די פֿאָלקס־מעשׂיות, די ייִדישע מעשׂיות, בפֿרט. אָבער, זעט אויס, נישט אין די באַלאַדעס — אַ קליינע, אָבער טשיקאַווע אָבסערוואַציע.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון יצחק בראַט

מיט 20 יאָר צוריק, אין 1991, איז אין מאָסקווע, אין סאַמע ברען פֿון דער אַזוי גערופֿענער "פּערעסטרויקע", פֿאָרגעקומען אַ געשעעניש, וואָס איז באַלד געקרוינט געוואָרן — "היסטאָרישע". דהײַנו: די זעקסטע סעסיע פֿון וועלטראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור. מיר האָבן שוין נישט איין מאָל געשריבן סײַ וועגן דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע און סײַ וועגן איר גרינדער און לאַנג־יאָריקן פֿירער יצחק קאָרן. צונויפֿגעפֿאָרן האָבן זיך צו דער מאָסקווער סעסיע צענדליקער דעלעגאַטן און דעלעגאַציעס פֿון פֿאַרשידענע לענדער — ייִדיש־טוער און ייִדיש־ליבהאָבער. אַ גרויסן אינטערעס און האָפֿענונג האָבן די זיצונגען פֿון דער סעסיע אַרויסגערופֿן בײַ די ייִדישיסטן אין דעמאָלטיקן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

מיר לייגן ווײַטער פֿאָר דעם אַרטיקל פֿון יצחק בראַט, רעדאַקטאָר פֿון דער געוועזענער צײַטונג "לעצטע נײַעס", ישׂראל, וווּ ער טיילט זיך מיט זײַנע אײַנדרוקן פֿון דעם "צוזאַמענטרעף אין מאָסקווע", פֿאַרעפֿנטלעכט אינעם דרוק־אָרגאַן פֿון וועלטראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור "ייִדיש־וועלט".



די פֿאָרגעקומענע אין מאָסקווע 6טע סעסיע פֿון דעם וועלטראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור האָט אַרויסגערופֿן אַ ברייטן אָפּקלאַנג אין ייִדישע קרײַזן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. פֿון פֿאַרשיידענע שטעט, אַפֿילו פֿון ווײַטן ביראָבידזשאַן זענען געקומען דעלעגאַציעס, כּדי זיך צו באַטייליקן אין דאָזיקן היסטאָרישן צוזאַמענטרעף, וועלכער איז דערמעגלעכט געוואָרן אַ דאַנק דער "פּערעסטרויקאַ". די ייִדן פֿון מיזרח און מערבֿ האָבן זיך אויפֿריכטיק געפֿרייט מיט דער באַגעגעניש, ווי נאָענטע משפּחה־מיטגלידער, וואָס האָבן זיך אַ לאַנגע צײַט פֿאַרלוירן און פּלוצלינג זיך אָפּגעפֿונען, צוזאַמענגעטראָפֿן. אַלעמענס שׂימחה איז געווען גרויס. מ’האָט שטאַרק געלויבט די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער סעסיע, וועלכע האָבן געפֿונען פֿאַר נייטיק זי צונויפֿרופֿן דווקא אין מאָסקווע; דאָרט, וווּ מען האָט דאָס ייִדיש־לשון און די ייִדישע קולטור געפּרוּווט אַרויסרײַסן מיטן וואָרצל, די גרעסטע שרײַבער, שוישפּילער און קולטור־טוער זענען אין דער סטאַלין־תּקופֿה פֿאַרטיליקט געוואָרן.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון קאַרל דרימל
מע קנעט און באַקט חלות אויף שבת

פֿונעם 15טן יולי ביזן 17טן יולי האָט די אָרגאַניזאַציע "ייִדיש-פֿאַרם" פֿאָרגעשטעלט דעם ערשטן "גלות-פֿעסטיוואַל" לעבן גאָשן, אַ קליין שטעטל מיט 5,600 אײַנוווינער, וואָס געפֿינט זיך אַ שעה פֿאָרן צום צפֿון פֿון ניו־יאָרק. "ייִדיש־פֿאַרם" איז אַ פּרוּוו אויפֿצובויען אַ ייִדיש-שפּראַכיקן ייִשובֿ אין אַמעריקע. די גרופּע וועט אַליין קולטיווירן אָרגאַנישע פּראָדוקטן דורך ערד־אַרבעט און וויל צוציִען ייִדיש־רעדערס פֿון סײַ וועלטלעכן, סײַ פֿרומען, חסידישן סעקטאָר.

נפֿתּלי איידלמאַן און ישׂראל באַס, די דירעקטאָרן פֿון דער פּראָגראַם, האָבן דערווײַל צונויפֿגעבראַכט אַ גרופּע יונגע־לײַט — אידעאַליסטן־ייִדישיסטן — וועלכע האָבן דעם זעלביקן חלום. הײַיאָר וועט מען אָנהייבן די ערשטע זומער-פּראָגראַם אויף אַ שטח אין מאַרילאַנד. אָבער אויף ווײַטער, פֿון ווינטער, 2012, וועט "ייִדיש־פֿאַרם" באַאַרבעטן די ערד אויף דער פֿאַרם אין גאָשן.

דער "גלות־פֿעסטיוואַל" איז געווען אַ געלעגנהייט פֿאַר אַ ברייטערן עולם, סײַ ייִדיש־רעדנדיקע, סײַ נישט ייִדיש־רעדנדיקע, זיך צו באַקענען מיט די צילן און אַרבעט פֿון דער "ייִדיש־פֿאַרם". פֿרײַטיק, ביז ערבֿ־שבת איז געקומען בלויז אַ קליינער עולם, דער עיקרשט די וואָלונטירן, וואָס האָבן שוין דאָנערשטיק אויפֿגעשטעלט דאָס הויפּט-געצעלט פֿונעם פֿעסטיוואַל. מען האָט געשמועסט, געשפּילט גיטאַרע און געבראָטן כּשרע וווּרשטן.

דאָס פּינטעלע ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך
אַהרן ווערגעליס רעדט צו די געסט, סײַ פֿון דער פֿרעמד, סײַ פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וועלכע זײַנען געקומען אין דער רעדאַקציע לכּבֿוד דעם 25סטן יוביליי פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד", 1986

מיט אַ האַלב יאָרהונדערט צוריק האָט אָנגעהויבן אַרויסצוגיין דער מאָסקווער ייִדישער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד". ער האָט זיך באַוויזן אין דעם סאַמע ברען פֿון דער קאַלטער מלחמה און דאָס האָט, אין אַ היפּשער מאָס, באַשטימט זײַן גורל פֿון אַ צײַטשריפֿט, וואָס איז געוואָרן (און בלײַבט) מער באַקאַנט פֿאַר זײַן אידעאָלאָגישער ראָלע איידער אַ פֿאָרום פֿון ייִדישער ליטעראַטור. מיר איז אויסגעקומען צו רעדן מיט אַ סך מענטשן, וועלכע האָבן דעם מאָסקווער זשורנאַל שרעקלעך פֿײַנט געהאַט, כאָטש זיי האָבן אים קיין מאָל ניט געלייענט צי — צוליב ניט קענען ייִדיש — אַפֿילו ניט געקענט לייענען.

דער נאָמען אַליין האָט אַרויסגערופֿן טענות, כאָטש, אַ חוץ אַן אויסגעשפּראָכענער סאָוועטישקייט, האָט ער אין זיך געטראָגן דעם סימבאָליזם פֿון דער סאָוועטישער "גאָלדענע קייט" — עס זײַנען דאָך אין מאָסקווע פֿריִער געווען אַזעלכע צײַטשריפֿטן: "סאָוועטיש" און "היימלאַנד". איך געדענק ווי אין די ערשטע טעג פֿון 1990, ווען איך בין צום ערשטן מאָל געווען געקומען קיין ישׂראל, האָט מיך איינער אַ זשורנאַליסט געפֿרעגט, צי ס’איז שוין געקומען די צײַט צוגעבן צום טיטל אַ פֿראַגע-צייכן: "סאָוועטיש היימלאַנד?"

עפּעס אַ "שאָטן" פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד" ליגט אויף מיר אויך. הגם איך האָב געאַרבעט אין דעם זשורנאַל שוין אין מיכאַיִל גאָרבאַטשיאָווס צײַטן, ווען מע האָט אַפֿילו ניט באַמערקט מײַן סטאַטוס פֿון אַ "רעפֿוזניק", לייען איך פֿון מאָל צו מאָל, דער עיקר אין אינטערנעץ, ווי עפּעס אַ חכם-בלילה באַשולדיקט מיך אין דעם שרעקלעכן זינד פֿון זײַן אַסאָציִיִרט מיט דעם מאָסקווער זשורנאַל און זײַן רעדאַקטאָר אַהרן ווערגעליס.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

די ייִדישע פּאָעזיע פֿאַרמאָגט אַ רײַכע צאָל לידער וואָס פֿרויען־דיכטער האָבן געשאַפֿן. טייל פֿרויען האָבן אויסגעגאָסן זייערע געפֿילן אין שטילע, פֿאָלקסטימלעכע געזאַנגען; אַנדערע אין אַ מער מאָדערנעם סטיל. זייערע סוזשעטן האָבן אַרײַנגענומען צווישן אַנדערע: קינדער־טעמעס, ליבשאַפֿט, מוטערשאַפֿט. הײַנט ברענגען מיר אַ קליינעם אָפּקלײַב פֿון דער פֿרויס ליריק.


די אייביקייט

פֿון רחל בוימוואָל

איך בין יונג. עס טוט מיר גאָר נישט פֿעלן.

אײַ, ניין וויי? — אין שמייכל אים כ׳באַהאַלט.

ייִנגלעך, וועמען כ׳בין אַ מאָל געפֿעלן,

נעמען שוין צו ביסלעך ווערן אַלט.


לערערס, וואָס זיי האָבן מיך געלערנט,

איינציקווײַז פֿאַרלאָזן שוין די וועלט.

אויב פֿון אָט דעם אַלעמען נישט קלערן,

וואָס וואָלט מיר דען, אייגנטלעך, געפֿעלט?


די, וואָס האָבן מיך געקענט אַלס עופֿל,

לייען איך בײַ זיי אין בליק אַ מאָל:

"אויב אַפֿילו איר איז שוין אַזוי פֿיל,

האַלט מיט אונדז, ווײַזט אויס, שוין זייער שמאָל..."


ליבע פֿרײַנד פֿון נעכטן און פֿון מאָרגן:

ס׳גייט אין לעבן ווינציק צײַט אַרײַן, —

לאָמיר בײַ דער אייביקייט זי באָרגן,

זי וועט אונדז אַרויסהעלפֿן, קאָן זײַן.

ייִדיש־וועלט, געשיכטע
פֿון אלישבֿע כּהן־צדק (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יאָר 1939. די אַספּיראַנטן פֿון ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט בײַ דעם בנין פֿון ייִוואָ

איין מאָל, מיט אַ יאָר פֿינף און פֿערציק צוריק, איז אין ווילנע, אין דער רעדאַקציע פֿון דער פּוילישער צײַטונג, וווּ איך האָב געאַרבעט, געקומען אַ גאַסט פֿון פּוילן — אַ באַוווּסטער פּובליציסט און שרײַבער יעזשי פּוטראַמענט. איך האָב אים געקענט פֿון ווײַטן אין דער פֿאַר־מלחמהדיקער ווילנע, געוווּסט, אַז ער געהערט צו דער פּראָגרעסיווער פּוילישער ליטעראַרישער וועלט, און דעריבער איצט מיט אַ באַזונדערן אינטערעס זיך צוגעהערט צו דעם, וואָס ער האָט דערציילט וועגן דעם אַקטועלן לעבן אין פּוילן. צווישן אַנדערן האָט ער זיך אָפּגעשטעלט אויף דער לאַגע פֿון די דאָרטיקע פֿאַרבליבענע ייִדן, וועלכע די קאָמוניסטישע פּאַרטיי בראָש מיט וו. גאָמולקאַ האָט נאָך דער 6־טאָגיקער מלחמה אין ישׂראל גערודפֿט און וועלכע פֿלעגן דאַן מאַסנווײַז פֿאַרלאָזן פּוילן. יעזשי פּוטראַמענט האָט באַטאָנט, אַז אין וואַרשע האָט דער עלטערער, שוין קליינצאָליקער דור ייִדן, וואָס האָט געהאַט איבערגעלעבט דעם חורבן, אין די געשאַפֿענע באַדינגונגען געפֿילט זיך אויסגעמאַטערט, צעבראָכן און פֿלעגט שטיל אויסגיסן דאָס ביטערע האַרץ אין באַגעגענישן מיט זייערס גלײַכן; די ייִדישע יוגנט, להיפּוך — סטודענטן, אַרבעטער, מיטגלידער פֿון דעם קלוב "באַבעל" — זענען געווען דרייסט, חוצפּהדיק, אָפֿט מאָל אַגרעסיוו און פֿלעגן שטורמיש אויסדריקן זייער התפּעלות מיטן זיג פֿון ישׂראל. טאַקע דערמיט פֿלעגן זיי אַרויסרופֿן נאָך אַ גרעסערע אומצופֿרידנקייט מצד דער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון פּוילן, וואָס האָט געהאַלטן מיט די אַראַבער.

לעבנדיק שוין אַ לענגערע צײַט אין ישׂראל, דערמאָן איך זיך אין יענעם שמועס מיטן גאַסט פֿון דער רעדאַקציע אין ווילנע יעדן מאָל, ווען איך קלער וועגן אונדזער ישׂראלדיקער יוגנט און באַזונדערס — וועגן "עולים מרוסיה" צווישן די היגע שול־קינדער. אָפֿט באַקלאָגן מיר זיך דאָ אויף זיי, אַז זיי זײַנען שלעכט דערצויגן, צעבאַלעוועט און דעריבער חוצפּהדיק; אַז טאָמער פֿאַרגענדזלט זיך אַ קינד עפּעס, מוז דאָס ווערן און ווערן. מאַמעס ענטפֿערן געוויינטלעך אויף די פֿאָרוווּרפֿן מיט אַזעלכע ווערטער: "נאָך דעם, וואָס מיר האָבן איבערגעלעבט..." אָדער: "אין צוויי יאָר אַרום גייט ער אין מיליטער. זאָל ער נאָך דערווײַל געניסן פֿון לעבן".

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

ווי באַקאַנט, איז דער ייִדישער ביכער־צענטער אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס, אַן אינסטיטוציע, וווּ עס קומט פֿאָר יעדן זומער איינע פֿון די סאַמע אינטענסיווסטע ייִדיש־פּראָגראַמען אויף דער גאָרער וועלט. דעם אַלגעמיינעם ציל פֿון דער "שטײַנער־זומער־פּראָגראַם", וואָס וועט זיך באַלד פֿאַרענדיקן, האָבן די אַכצן סטודענטן גוט פֿאַרשטאַנען פֿון פֿריִער: זיך צו באַקענען מיט דער ייִדישער שפּראַך, קולטור, ליטעראַטור און געשיכטע אין משך פֿון די זיבן וואָכן. די באַטייליקטע האָבן אָבער נישט געוווּסט אַז די הײַנטיקע פּראָגראַם איז אַ בולטער רעזולטאַט פֿון אַ פֿרישן באַשלוס אין ביכער־צענטער אָנצונעמען נײַע פּראָיעקטן, וואָס שטעלן דעם טראָפּ אויף דערציִונג און נישט בלויז אויף דער געוויינטלעכער אַרבעט פֿון זאַמלען און דיגיטאַליזירן ייִדישע ביכער. גאַנצענע דרײַ שעה יעדן פֿרימאָרגן לערנט מען זיך ייִדיש, און יעדן נאָכמיטאָג ווערט געהאַלטן אַ לעקציע וועגן דער ייִדישער קולטור און געשיכטע. מיט די לערן־ביכער און אַ טויזנט־זײַטיקער כרעסטאָמאַטיע אין דער האַנט האָבן די סטודענטן זיך תּיכּף גענומען צו דער אַרבעט.

דער נײַער אַקאַדעמישער פֿאָקוס לאָזט זיך דערקענען דורך די פֿאָרש־אַרבעטן וואָס יעדער איינער דאַרף אָנשרײַבן. אין דעם פּרט איז די־אָ פּראָגראַם בײַם ביכער־צענטער אָן אַ פֿאַרגלײַך צווישן די אַלע ייִדישע זומער־פּראָגראַמען. יעדער סטודענט האָט באַשטימט אַ געוויסע טעמע מיט אַ שײַכות צו ייִדישיסטיק, וואָס די ייִדיש־שפּראַכיקע מקורים וועגן איר קאָן מען געפֿינען אָדער אין "ביכער־צענטער", אָדער אין "ייִוואָ" אין ניו־יאָרק.