- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיט אַ טויזנט יאָר צוריק האָט זיך ייִדיש אַנטוויקלט אויף דער דײַטש־רעדנדיקער טעריטאָריע, און די פּראָגראַם "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר" האָט דאָס יאָר באַשלאָסן אַרויסצוהייבן די קולטורעלע פֿאַרבינדונגען, בפֿרט די מוזיק־ און טאַנץ־טראַדיציעס צווישן די צוויי קולטורן במשך פֿון די הונדערטער יאָרן. ד״ר אַלען בערן, דער דירעקטאָר פֿון "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר", האָט דאָס יאָר פֿאַרבעטן געלערנטע און עקספּערטן, סײַ אין דער ייִדישער קולטור, מוזיק און טענץ, סײַ אין דײַטשישע פֿאָלקלאָר־טראַדיציעס. אין דײַטשלאַנד איז פֿאַראַן אַ גרויסער חילוק אינעם פֿאָלקלאָר צווישן דעם צפֿון־ און דרום־טייל פֿון לאַנד, האָט מען פֿאַרבעטן מומחים פֿון ביידע שטחים. אין דעם אַוואַנסירטן געזאַנג־וואַרשטאַט, אין וועלכן איך האָב זיך באַטייליקט ווי אַ לעקטאָר וועגן ייִדישע פֿאָלקסלידער, האָט מען צעטיילט די קלאַסן אויף דרײַ טעמעס. "אַשכּנז 1" האָט געדעקט די געשיכטע פֿון ייִדיש אין דײַטשלאַנד, וווּ מע האָט גערעדט "מערבֿ־ייִדיש"; ווי אויך טיילן פֿון צפֿון־איטאַליע, אַמסטערדאַם, און אַנדערע ערטער, וווּ די אַשכּנזישע ייִדן האָבן זיך באַזעצט צו דער צײַט. "אַשכּנז 2" האָט געדעקט ייִדיש אין די מיזרח־אייראָפּעיִשע לענדער. אַגבֿ, האָט דער פֿילאָלאָג מאַקס ווײַנרײַך לאַנצירט די צוויי "אַשכּנז"־טערמינען. אַ דריטע "אַשכּנז"־טעמע האָט מען אויך געלערנט אין אַן אַנדער וואַרשטאַט — "אַשכּנז X". דער לערער פֿון דעם וואַרשטאַט איז געווען דער יונגער זינגער און קאָמפּאָזיטאָר דן קאַהן, און אין דעם קלאַס האָבן די אָנטיילנעמער זיך באַמיט צו שאַפֿן אָריגינעלע ווערק אויף ייִדיש, אָדער וועגן ייִדיש, אָדער איבערזעצונגען פֿון ייִדיש, אָדער פֿון אַן אַנדער שפּראַך אין ייִדיש. אין מײַ 1951 האָט אַ גרופּע עולים, בונדיסטן, פֿון דער שארית־הפּליטה אין ישׂראל, געגרינדעט אַ סאָציאַליסטישן קרײַז מיטן נאָמען "חוג רעוני", און אַ צווײַג פֿונעם "אַרבעטער־רינג". במשך פֿון די יאָרן האָט די אָרגאַניזאַציע אָנגעזאַמלט אַ ריזיקע ייִדישע ביבליאָטעק מיט 30,000 ביכער, געשאַפֿן דעם "מיכאל קלעפּפֿיש כאָר", פֿאָרגעשטעלט צענדליקער ייִדישע פּיעסעס, דורכגעפֿירט אינטערעסאַנטע לעקציעס אינעם "קולטור־קרײַז" און גיט אַרויס, עד־היום, דעם חודשלעכן זשורנאַל "לעבנס־פֿראַגן"; הײַנט, דער איינציקער וועלטלעכער ייִדישער זשורנאַל אין ישׂראל. דער ערשטער רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל איז געווען י. אַרטוסקי, און דער צווייטער, יצחק לודען, וואָס פּראַוועט מיט דער אויסגאַבע שוין פֿערציק יאָר. אין מײַ־יוני איז דערשינען דער טאָפּל־נומער 703־704. אין דעם דאָזיקן יובֿל־נומער צייכנט אָפּ דער זשורנאַל זײַנע 60 יאָר מיט באַגריסונגען און ספּעציעלע אַרטיקלען. די געשיכטע פֿונעם זשורנאַל הייבט זיך אָן פֿון וולאַדימיר מעדעם, דעם לעגענדאַרן בונדישן פֿירער, וואָס האָט אין וואַרשע אין 1912 רעדאַקטירט די ערשטע צוויי נומערן פֿונעם בונדישן זשורנאַל "לעבנס־פֿראַגן". דערנאָך האָט מעדעם ווידער אַרויסגעגעבן "לעבנס־פֿראַגן", ווי אַ וואָכנבלאַט אין 1918 און ווי אַ טאָג־צײַטונג אין 1920. די צײַטונג איז געשלאָסן געוואָרן דורך דער פּוילישער מאַכט, און שפּעטער אויפֿגעלעבט געוואָרן ווי די באַקאַנטע וואַרשעווער "פֿאָלקסצײַטונג". אין ישׂראל, נאָך דער מלחמה, האָט מען ווײַטער אַקטיוו אָנגעהאַלטן די טראַדיציע פֿון דער בונדישער פּרעסע און אַרויסגעגעבן "לעבנס־פֿראַגן", וואָס איז געבליבן אַן אומאָפּהענגיק קול אין דער פּאָליטישער און קולטורעלער ייִדישער וועלט. וועגן דער וויכטיקייט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" פֿאַר די בונדיסטן אין ישׂראל, און ספּעציעל פֿאַר אים אַליין, שרײַבט אַהרן שפּיראָ אין זײַן אַרטיקל "לעבנס־פֿראַגן — 60 יאָר!" און מאַיוס נאָוואַגרודזקי פֿון ניו־יאָרק, דערציילט ווי דער זשורנאַל איז געבליבן אַ ליכט פֿאַרן "בונד" איבער דער וועלט. איך בין געבוירן געוואָרן אין 1985 אין לאָס־אַנדזשעלעס, קאַליפֿאָרניע, אין דער משפּחה פֿון ייִדישע אימיגראַנטן פֿון דרום־אַפֿריקע. געוואַקסן בין איך אין אַ טראַדיציאָנעל־פֿרומער סבֿיבֿה; צום באַדויערן, ניט קיין ייִדיש־רעדנדיקער. נאָך דער מיטלשול האָב איך זיך געלערנט אין אַ ישיבֿה, אין ירושלים.
"כ׳וואָלט פֿאַרגויט..." הײַנט בין איך אַ זעלנער. נעכטן בין איך געפֿאָרן מיט מײַנע זיידע־באָבע צום היסטאָרישן "אַמוניציע בערגל" (גבעת התחמושת) אין מיזרח־טייל פֿון ירושלים. האָב איך דאָרטן געקראָגן אַ תּפֿילה־הדרך־קאַרטל און אַ צוקערל, און בין אַרויפֿגעגאַנגען אויף אַן אויטאָבוס, וואָס האָט געבראַכט מיך און אַן ערך הונדערט אַנדערע בחורים אין תּל־אָבֿיבֿ, וווּ איך האָב געקראָגן מײַן אוניפֿאָרם. אין דער קלעזמער־וועלט, וואָס איז אויפֿגעשטאַנען תּחית־המתים אין די סוף 1970ער יאָרן, פֿאַרגעטערט מען צוויי קלאַרנעטיסטן פֿון דער אַלטער היים, דייוו טאַראַס און נפֿתּלי בראַנדווײַן. די צוויי שפּילערס שטעלן מיט זיך פֿאָר דאָס בעסטע וואָס אַ מוזיקער קען דערגרייכן, שפּילנדיק אינעם טראַדיציאָנעלן נוסח. בראַנדווײַן האָט געשפּילט מיט אַ ווילדן, האַסטיקן סטיל, וואָס איז שווער נאָכצומאַכן, אַפֿילו פֿאַר די געניטסטע מוזיקער, אויב מע האָט נישט דעם טעמפּעראַמענט דערפֿאַר. טאַראַס האָט געשפּילט מער גלאַטיק, אָבער מיט אַלע קנייטשן פֿון אַן עכטן ייִדישלעכן סטיל. נו, און וואָס וועגן די אַנדערע קלעזמער־קלאַרנעטיסטן אין אַמעריקע, וועלכע האָבן געשפּילט אויף טויזנטער חתונות, ווען קלעזמער זענען נאָך געווען אין דער מאָדע פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה? שמואלקע בעקערמאַן, האַלט מען אויף אַ ביסל אַ נידעריקערער מדרגה ווי טאַראַס און בראַנדווײַן, אָבער אויך פֿאַר אַן עכטן שפּילער. אין אונדזער צײַט האָט געשפּילט זײַן זון סיד בעקערמאַן, אַ פּאָסט־טרעגער בײַ טאָג, און מוזיקער אין די אָוונטן (אַגבֿ, האָט ער געשפּילט אויף מײַן חתונה). פֿאַרן קלאַרנעטיסט פּאָל פּינקוס ז״ל האָט מען אויך געהאַט גרויס דרך־ארץ. וועגן פּינקוס האָט מיר דערציילט אַ טשיקאַווע מעשׂה נחום קויפֿמאַן, דער קלאַנג־ און ווידעאָ־אינזשיניער בײַ אונדז אין "פֿאָרווערטס". מע האָט אים אָנגעשטעלט צו שפּילן אַקאָרדעאָן אויף אַ ציגײַנערישער "לוויה" אין ניו־יאָרק. דער טויטער איז געלעגן אין קאַסטן און די ציגײַנער האָבן באַשטעלט אַ ייִדישע קאַפּעליע, זי זאָל שפּילן פֿריילעכע קלעזמער־שטיקלעך, כּדי "אויפֿצומונטערן" דעם מת — אַ שׂימחה! די ציגײַנער־עדה האָט שטענדיק באַשטעלט פּאָל פּינקוס, ער זאָל שפּילן אויף זײַן קלאַרנעט בײַ די געלעגנהייטן, און אים צוגעשטופּט אַלץ נאָענטער און נאָענטער צום טויטן. פֿון סאַבינע קאָלער (רעגנסבורג, דײַטשלאַנד) "איך האָב גוט געקענט אַלע זידלערײַען פֿון דער גאַס — און אויך אַ ביסל לײַטישע ווערטער. נאָר אַזאַ מין פֿאַנטאַסטיש בוך־וואָרט, אַזאַ מין נישט־דאָיִק וואָרט ווי "כודאָזשניק" — האָב איך נישט געהערט. ס׳הייסט, כ׳האָב יאָ געהערט, נאָר אין אונדזער שטאָט האָט מען עס קיין מאָל נישט באַנוצט. ווי קומט עס? איך וואָלט קיין מאָל נישט געקענט, לויט מײַן אַפּשטאַם, דערלויבן זיך אַפֿילו אין געדאַנק אַרויסרעדן אַזאַ וואָרט. נאָר ווען מײַן חבֿר האָט דערזען די צעהאַנגענע בילדער אויף אונדזערע ווענט, האָט ער אַ זאָג געטאָן אַזוי׃ ׳הער נאָר, דו ביסט דאָך אַן אמתער כודאָזשניק!׳ וואָס איז כודאָזשניק? ווער כודאָזשניק? קען איך דען אין דער אמתן אויך זײַן אַ...זאַ? ער איז אַוועקגעגאַנגען און האָט מיר גאָרנישט געענטפֿערט. און איך האָב זיך דערמאָנט אַז ערגעץ, אין דער שטאָט וויטעבסק, האָב איך אין דער אמתן געזען אַ גרויסן שילד, ווי אויף די קראָמען׃ "אַ שול פֿון מאָלערײַ און צייכענען פֿון כודאָזשניק פּען". און איך האָּב אַ טראַכט געטאָן׃ "מײַן גורל איז באַשטימט. מען דאַרף נאָר אַהין אַרײַן און ענדיקן דאָס אָרט, און איך בין שוין אַ פֿאַרטיקער כודאָזשניק. און איך וועל זיך אָפּגעזעגענען מיט דער מאַמעס חלומות וועגן אַ משרת, אַ בוכהאַלטער, אָדער אין בעסטן פֿאַל — אַ פֿאָטאָגראַף מיט מעבל." בײַם ניו־יאָרקער ייִדישן פֿילם־פֿעסטיוואַל אין יאַנואַר האָט מען געוויזן דעם פֿילם "ראָמעאָ און דזשוליעט אין ייִדיש" פֿון איוו אַנענבערג, און די פּרעסע האָט אַ סך געשריבן סײַ וועגן דעם אויסטערלישן פֿילם, און סײַ וועגן דער חסידישער וועלט. אונדזער מיטאַרבעטערין, רחל שעכטער, האָט אינטערוויויִרט די אַקטיאָרן צו יענער צײַט און באַשריבן דעם "הו־האַ" אַרום אַ סעקס־סצענע. די וואָך, דעם 8טן יולי, וועט דער פֿילם געוויזן ווערן אַ לענגערע צײַט אינעם נײַעם קינאָ בײַם "לינקאָלן־צענטער" אין מאַנהעטן — אַ גרויסער כּבֿוד — און מיר האָבן איצט די געלעגנהייט דעם פֿילם צו רעצענזירן. די רעזשיסאָרין, איוו אַנענבערג, האָט אויך אָנגעשריבן דעם סצענאַר וועלכער פֿאַרבינדט עטלעכע נאַראַטיוון, מיטן טראָפּ אויף דער קשיא — ווי זעצט מען איבער אַ שפּראַך, אַ קולטור, אַ לעבן־שטייגער? דעריבער נעמט אָן דאָס וואָרט "איבערזעצן" אַ סך אַ רײַכערן באַטײַט ווי נאָר איבערזעצן ווערטער. געוועזענע יונגע ברוקלינער חסידים וואָס זענען אַוועק פֿון זייערע היימען און קהילה, פּרוּוון זיך אַרײַנצופּאַסן אין דער גרויסער וועלט, אָבער עס קומט זיי נישט אָן לײַכט. אַ ביסל שווינדלערײַ דאָ, אַ ביסל ליגנערײַ דאָרט, אָבער מיט אַ מאָל באַקומען זיי די געלעגנהייט צו פֿאַרדינען אַ ביסל געלט דורך איבערזעצן אויף ייִדיש און פֿאַרהײַנטיקן שייקספּירס קלאַסישע טראַגעדיע "ראָמעאָ און דזשוליעט" — כאָטש זיי קענען זיך אויס אין דעם טעקסט, ווי אַ האָן אין בני־אָדם. לעצטע וואָך האָט איציק גאָטעסמאַן געווידמעט זײַן רובריק וועגן פֿאָלקלאָר צו דער טעמע פֿון פֿאָטערס לכּבֿוד "פֿאָטערס טאָג" און זײַן פֿאָטערס יאָרצײַט. ער האָט ציטירט עטלעכע שפּריכווערטער און עטלעכע אינטערעסאַנטע פֿאָלקסלידער. מיר האָבן זיך געפֿרעגט די פֿראַגע וועגן דער אָפֿטקייט פֿון דעם וואָרט "פֿאָטער", אָדער "טאַטע" אין זינגלידער אין ליכט פֿון זײַן וויכטיק אָרט אין דער פֿאַמיליע, און מיר האָבן געדענקט איבער 40 אַזעלכע לידער. מיר נעמען אין באַטראַכט דעם פֿאָטער אָדער טאַטע פֿון דער פֿאַמיליע, און נישט דעם נאָמען פֿון דעם אייבערשטן, וועלכן מע האָט אויך אַדרעסירט ווי "טאַטע, טאַטעניו, פֿאָטער אין הימל" (ווי למשל אין ש. קאַטשערגינסקיס "זאָל שוין קומען די גאולה") אאַז״וו. אין איין ליד "מײַן ייִנגעלע" פֿון מאָריס ראָזענפֿעלד געפֿינט זיך דאָס וואָרט "פּאַ" — "וווּ איז פּאַ?" וואָס מיר נעמען אַרײַן, אָבער געוויינטלעך איז די באַצייכענונג "פֿאָטער" אָדער "טאַטע". דאָס איז אַ שפּיל וואָס איך און מײַנע בנים זלמן און משה האָבן ליב צו שפּילן פֿון צײַט צו צײַט. מיר ברענגען דאָ די טיטלען אָדער ערשטע שורות פֿון די לידער און געבן אָנצוהערעניש, אַז דאָס איז ווײַט ניט אַ פֿולע רשימה. אויב עמעצער געדענקט און קען צוגעבן נאָך לידער, וועט עס זײַן בײַ אונדז ביז גאָר אָנגעלייגט. וויג־ און קינדער־לידער 1. וווּ דער טאַטע? ניטאָ הי. (פֿייגעלע, פֿייגעלע, פּי־פּי־פּי) 2. דער טאַטע וועט קויפֿן שיכעלעך (פּאַטשע, פּאַטשע, קיכעלעך) 3. דער טאַטע וועט קויפֿן שיכעלעך (אין אַן אָרעם שטיבעלע) 4. און דער טאַטע האָרעוועט, האָרעוועט אַלע יאָרן זײַנע (ביי דעם שטעטל שטייט אַ שטיבל) 5. אָט שטייט דער טאַטע, קוועלט און הערט זיך צו (יאַנקעלע) נאָכן ערשטן ייִדישן טעאַטער־פֿעסטיוואַל אין מאָנטרעאָל, מיט צוויי יאָר צוריק, האָט מען פֿון די שטענדיקע ייִדישע צווייפֿלער געקענט הערן: "נו, לאָמיר זען, צי ס'וועט נאָך אַמאָל זײַן אַ צווייטער..." נײַן טעג, אָנגעפֿילט מיט ייִדישע טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען און אַנדערע אונטערנעמונגען — קינאָ, לעקציעס, קאָנצערטן, פֿאַרווײַלונגען — זײַנען געווען צעפּראַלט די טירן פֿונעם סעגאַל־צענטער, וווּ דער פֿעסטיוואַל איז פֿאָרגעקומען — פֿאַר טעאַטער־טרופּעס און שאַפֿערישע אַנסאַמבלען פֿון אַכט לענדער: רומעניע, פּוילן, פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד, פֿאַראייניקטע שטאַטן, ישׂראל, אויסטראַליע און קאַנאַדע. צו דעם דאַרף מען אויך צוגעבן, אַז אין די ראַמען פֿונעם הײַיאָריקן פֿעסטיוואַל איז דורכגעפֿירט געוואָרן אַ צוויי־טאָגיקער וויסנשאַפֿטלעכער סימפּאָזיום, וואָס האָט זיך אָפּגעגעבן מיט פֿראַגעס פֿון ייִדישן טעאַטער און קינאָ (וועגן דעם זעט אַ באַזונדערן באַריכט אויף ז' 9). מע זעט, ווי פּורים־שפּילערס טראָגן מאַסקעס אינעם פֿילם "דער פּורים־שפּילער", רעזשיסירט פֿון יוסף גרין, מיט זיגמונט טורקאָוו און מרים קרעסין אין די הויפּט־ראָלעס. אינעם פֿילם, שטעלן פֿאָר די בעל־מלאָכות, דער עיקר, די שנײַדער פֿונעם שטעטל, אַ פּורים־שפּיל. זיי קומען אַרײַן אינעם גבֿירס הויז אויפֿצוטרעטן, און זיי טראָגן פּאַפּירענע מאַסקעס. די מאַסקעס וואָס מע זעט אינעם פֿילם, זענען נישט אַזוי אינטערעסאַנט, ווײַל זיי דינען נאָר אויסצובאַהאַלטן דאָס פּנים פֿונעם אַקטיאָר. זיי האָבן נישט קיין פּערזענלעכן אויסדרוק, וואָס זאָל אויסדרוקן אַ געוויסן פּערסאָנאַזש. די מאַסקעס פֿון דער קלאַסישער איטאַליענישער "קאָמעדיע־דעל־אַרט", אָנהייבנדיק פֿונעם 16טן יאָרהונדערט, להיפּוך, האָבן רעפּרעזענטירט ספּעציפֿישע כאַראַקטערן: "אַרלעקינאָ", "בריגעלאַ", "פּאַנטאַלאָנע", "דאָטאָרע", "קאַפּיטאַנאָ" און אַזוי ווײַטער. בײַם צען־טאָגיקן "אינטערנאַציאָנאַלן מאָנטרעאָלער ייִדישן טעאַטער־פֿעסטיוואַל", וואָס האָט זיך געשלאָסן דינסטיק, דעם 21סטן יוני, האָט מען פֿאָרגעשטעלט טעאַטער, מוזיק, וואַרשטאַטן און לעקציעס אין אַ וואַרעמער, היימישער סבֿיבֿה. אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון ברײַנע וואַסערמאַן, דירעקטאָרין פֿונעם "סעגאַל־צענטער", איז דער דערפֿאָלג פֿונעם צווייטן טעאַטער־פֿעסטיוואַל געווען, לויט אַלע קוואַלן, נאָך גרעסער פֿונעם ערשטן. איין אַקטיאָר פֿון דער ייִדישער בינע, וואָס האָט פֿאַרבראַכט די גאַנצע צײַט איז געווען אַבֿי האָפֿמאַן, הײַנט אַ תּושבֿ פֿון דרום־פֿלאָרידע. ער איז געפֿאָרן קיין מאָנטרעאָל פֿאָרצושטעלן זײַנע פּיעסעס "ראַנדעוווּ מיט גאָט" וועגן איציק מאַנגער, און "Too Jewish": אַ קאָמישער קוק אויף דער ייִדישער קולטור אין אַמעריקע. מיר האָבן אים געבעטן אונדז איבערגעבן זײַנע אײַנדרוקן פֿון דער אונטערנעמונג — און מיר גיבן איבער זײַנע באַמערקונגען: ס'איז אַלע מאָל אַ קאָמפּליצירטער ענין, ווען מע וויל אָנטאָן די קרוין איינעם, איין מענטש, ווי דער גרינדער אָדער דער פֿאַרלייגער פֿון אַ גאַנצן אַקאַדעמישן שטח. געוויינטלעך, איז אַזאַ אויפֿטו אַ בשותּפֿותדיקער און ס'וואָלט געווען אוממעגלעך צו אָנערקענען נאָר איין מענטש ווי "דער פֿאָטער" אָדער "די מוטער" פֿון אַ ברייטן אַקאַדעמישן פֿעלד. וואָס שייך דעם שטח פֿון דער שטודיע פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר, האָט פּראָפֿעסאָר דבֿ נוי פֿון ירושלים פֿאָרגעלייגט צו קרוינען דעם פֿאָלקלאָריסט הרבֿ ד״ר מאַקס גרונוואַלד ווי דער גרינדער; און ד״ר נוי האָט געהאַט מער ווי גענוג ראַיות דאָס צו באַשטעטיקן. מאַקס גרונוואַלד איז געבוירן געוואָרן אין 1871 אין הינדענבערג, דײַטשלאַנד; פּראַווען מיר דאָס יאָר זײַן 140סטן געבוירן־טאָג. ער איז געווען דער רבֿ אין האַמבורג פֿון 1895 ביז 1903 און פֿון ווין פֿון 1905 ביז 1935, אַ תּקופֿה פֿון איבערקערענישן און בײַטן. אין 1938 האָט ער זיך באַזעצט אין ירושלים און איז דאָרטן געשטאָרבן אין 1953. גרונוואַלד האָט געפֿאָרשט כּלערליי טעמעס, און אין אַמעריקע קען מען אים, דער עיקר, פֿאַר זײַן בוך אויף ענגליש, וועגן דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין ווין, וואָס איז אַרויס אין 1936. זײַן הויפּט־לײַדנשאַפֿט, אָבער, איז געווען צו זאַמלען און פֿאָרשן דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר. במשך פֿון פֿיר טעג, פֿונעם 14טן ביזן 17טן יולי, קומט פֿאָר "דער גלות־פֿעסטיוואַל": עס וועלן מער ווי 100 ייִדיש־רעדנערס און ייִדיש־ליבהאָבערס שלאָפֿן אין געצעלטן, אַליין קאָכן אין דרויסן אויף אייוועלעך, און פֿאַרברענגען אויף אַ ריזיקער שיינער פֿאַרם אין גושן, ניו־יאָרק. מע וועט קענען זיך באַטייליקן אין טעאַטער־שפּילן, מוזיקאַלישע אַקטיוויטעטן, ספּאָרט און הערן לעקציעס. די אונטערנעמונג ווערט אָרגאַניזירט פֿון דער גרופּע "ייִדיש־פֿאַרם", וואָס איר ציל איז צונויפֿצוברענגען ייִדיש־רעדנערס מיט "פֿאַרשיידענע השקפֿות, כּדי צו בויען אַ ייִדיש־רעדנדיקן ייִשובֿ." אויף זייער וועבזײַט שרײַבן זיי, אַז "מיר וועלן אַליין קולטיווירן אָרגאַניש עסן, אָנפֿירן מיט קולטורעלע פּראָגראַמען, און פֿאַרקויפֿן גרינסן מיט פֿלייש". |