אין מײַ 1951 האָט אַ גרופּע עולים, בונדיסטן, פֿון דער שארית־הפּליטה אין ישׂראל, געגרינדעט אַ סאָציאַליסטישן קרײַז מיטן נאָמען "חוג רעוני", און אַ צווײַג פֿונעם "אַרבעטער־רינג". במשך פֿון די יאָרן האָט די אָרגאַניזאַציע אָנגעזאַמלט אַ ריזיקע ייִדישע ביבליאָטעק מיט 30,000 ביכער, געשאַפֿן דעם "מיכאל קלעפּפֿיש כאָר", פֿאָרגעשטעלט צענדליקער ייִדישע פּיעסעס, דורכגעפֿירט אינטערעסאַנטע לעקציעס אינעם "קולטור־קרײַז" און גיט אַרויס, עד־היום, דעם חודשלעכן זשורנאַל "לעבנס־פֿראַגן"; הײַנט, דער איינציקער וועלטלעכער ייִדישער זשורנאַל אין ישׂראל. דער ערשטער רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל איז געווען י. אַרטוסקי, און דער צווייטער, יצחק לודען, וואָס פּראַוועט מיט דער אויסגאַבע שוין פֿערציק יאָר. אין מײַ־יוני איז דערשינען דער טאָפּל־נומער 703־704.
אין דעם דאָזיקן יובֿל־נומער צייכנט אָפּ דער זשורנאַל זײַנע 60 יאָר מיט באַגריסונגען און ספּעציעלע אַרטיקלען. די געשיכטע פֿונעם זשורנאַל הייבט זיך אָן פֿון וולאַדימיר מעדעם, דעם לעגענדאַרן בונדישן פֿירער, וואָס האָט אין וואַרשע אין 1912 רעדאַקטירט די ערשטע צוויי נומערן פֿונעם בונדישן זשורנאַל "לעבנס־פֿראַגן". דערנאָך האָט מעדעם ווידער אַרויסגעגעבן "לעבנס־פֿראַגן", ווי אַ וואָכנבלאַט אין 1918 און ווי אַ טאָג־צײַטונג אין 1920. די צײַטונג איז געשלאָסן געוואָרן דורך דער פּוילישער מאַכט, און שפּעטער אויפֿגעלעבט געוואָרן ווי די באַקאַנטע וואַרשעווער "פֿאָלקסצײַטונג". אין ישׂראל, נאָך דער מלחמה, האָט מען ווײַטער אַקטיוו אָנגעהאַלטן די טראַדיציע פֿון דער בונדישער פּרעסע און אַרויסגעגעבן "לעבנס־פֿראַגן", וואָס איז געבליבן אַן אומאָפּהענגיק קול אין דער פּאָליטישער און קולטורעלער ייִדישער וועלט.
וועגן דער וויכטיקייט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" פֿאַר די בונדיסטן אין ישׂראל, און ספּעציעל פֿאַר אים אַליין, שרײַבט אַהרן שפּיראָ אין זײַן אַרטיקל "לעבנס־פֿראַגן — 60 יאָר!" און מאַיוס נאָוואַגרודזקי פֿון ניו־יאָרק, דערציילט ווי דער זשורנאַל איז געבליבן אַ ליכט פֿאַרן "בונד" איבער דער וועלט.
ווער איז געווען י. אַרטוסקי, דער ערשטער רעדאַקטאָר פֿון די "לעבנס־פֿראַגן" אין ישׂראל? י. לודען דערציילט זײַן גאָר אינטערעסאַנטע ביאָגראַפֿיע, פֿול מיט וואַנדערונגען פֿאַר און בעת דעם חורבן, און וועגן די אייגנאַרטיקע שטריכן פֿון זײַן פּערזענלעכקייט, וואָס האָבן דערמעגלעכט אַרויסצוגעבן אַזוי קאָנסעקווענט דעם זשורנאַל "לעבנס־פֿראַגן" 20 יאָר לאַנג, ביז 1971.
אין דעם נומער נעמט מען אויך אַרײַן: פּאָעזיע פֿון רבֿקה באַסמאַן־בן־חיים און מאַקס ריאַנט; אַן אינטערוויו, דורכגעפֿירט פֿון לייבל רויטמאַן, מיט מיכאל טעפּליצקי וועגן דער העברעיִשער פּיעסע "עיקר שכחתּי", אַ באַאַרבעטונג פֿון שלום־עליכמס "מנחם־מענדל"; אַ שמועס וועגן ייִדיש מיט הײַנטיקע שול־קינדער אין ישׂראל פֿון מרים טרין; אַן אָפּהאַנדלונג וועגן מאָצאַרטן פֿון עקיבֿא פֿישבין לזכר 120 יאָר נאָכן קאָמפּאָזיטאָרס טויט. יצחק ניבאָרסקי באַשרײַבט אַ נײַע ייִדישע קולטור־אינסטיטוציעלע אין פּאַריז, אַ ייִדיש־טיש, וווּ מע קומט זיך צונויף צו עסן און שמועסן אויף מאַמע־לשון, געגרינדעט פֿונעם יונגן דניאל קענעדי.
דער נומער שליסט זיך מיט אַן אַרטיקל וועגן דער גרויסער שׂימחה לכּבֿוד דעם 60־יאָריקן יוביליי, וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם 25סטן מײַ אין תּל־אָבֿיבֿ מיט דער באַטייליקונג פֿון דער וואָרט־קינסטלערין שוראַ גרינהויז־טורקאָוו, בעלאַ בריקס־קליין, רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, יצחק לודען, פּראָפֿ׳ דני גוטווײַן, מרדכי דוניץ, עראַן טורבינער, דעם "מיכאל קלעפּפֿיש כאָר" און זײַן דיריגענטין עליזה בלעכעראָוויטש, רעגינע דריקער און מאַקסים לעווינסאָן.
אַ יישר־כּוח קומט דעם זשורנאַל "לעבנס־פֿראַגן" און זײַן לאַנג־יאָריקן רעדאַקטאָר און "פֿאָרווערטס"־מיטאַרבעטער יצחק לודען!