- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
עס קומען און גייען אַוועק מוזיקאַלישע פּראָיעקטן; נאָך איידער מע קוקט זיך אַרום, זענען זיך שוין צעגאַנגען קאַפּעליעס; גרופּעס, וואָס מע וואָלט זיי טאַקע זייער געוואָלט הערן ווײַטער. למשל, פֿון מאָנטרעאָל האָב איך באַקומען אַ נײַ קאָמפּאַקטל, אַרויסגעגעבן אין 2009 וואָס הייסט "דער מעראָוויץ־פּראָיעקט" [Merovitz Project + Brass: Live in Montreal] מיטן זינגער אַלאַן מעראָוויץ. די רעקאָרדירונג איז נישט פֿון די סאַמע בעסטע אין די לעצטע יאָרן, אָבער, פֿון דעסטוועגן, הערט מען טאַלאַנטן אויפֿן קאָמפּאַקטל, וואָס ס׳איז אַ שאָד — מע וועט זיי שוין מער נישט קענען זען אָדער הערן אין דער צוקונפֿט. לויט אָנרי אָפּענהײַם, דעם אַקאָרדיאָניסט און אַראַנזשירער פֿון דער גרופּע, האָט דער "מעראָוויץ־פּראָיעקט" זיך אָנגעהויבן אין האַרבסט 2008 און זיך צעפֿאַלן אין האַרבסט 2010. די זעלביקע מוזיקער שפּילן הײַנט ווײַטער, אָבער אָן מעראָוויץ; מיט אַן אַנדער זינגער, אַ קאָמעדיאַנטקע, אַן אַקטריסע פֿון מאָנטרעאַל, מיטן נאָמען מישעל הײַסלער. דעם נאָמען פֿון דער גרופּע האָט מען געביטן, פֿאַרשטייט זיך, און הײַנט הייסט זי "מגילה" [magillah.com]. צום 90סטן געבוירן־טאָג אין דער איצטיקער צײַט ווערט געפֿײַערט דער 90סטער געבוירן־טאָג פֿון דעם קאָמפּאָזיטאָר און כאָר־דיריגענט דוד באָטוויניק. נישט אַלע לייענער קענען אים און זײַנע מוזיקאַלישע ווערק, ווײַל ער האָט כּמעט זײַן גאַנץ לעבן געלעבט און געווירקט אין מאָנטרעאַל. איך געדענק ניט צי ער איז אַ מאָל געווען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. איך האָב זיך מיט אים אייגנטלעך ניט געטראָפֿן. איך האָב אָבער אָנערקענט זײַן גרויסן פֿאַרדינסט אין נאָטירן פֿאַר שמערקע קאַטשערגינסקי די מעלאָדיעס פֿאַר די געטאָ־לידער אין זײַן גרויסן ווערק "לידער פֿון די געטאָס און לאַגערן". איך האָב אויך געזען אין דעם לאַזאַר ווײַנער־אַרכיוו פֿון ייִוואָ אַ קאָנצערט־פּראָגראַם, וווּ ס׳איז אָפּגעדרוקט באָטוויניקס ליד "לייזער, דער ייִדישער פּאַרטיזאַנער", וואָס ווײַנערס כאָר האָט געזונגען. וועגן נאָך אַ ליד "רחלע" האָב איך געהערט און געפּרוּווט געפֿינען, אָן דערפֿאָלג. דאָס דאָזיקע ליד און אויך אַנדערע געזוכטע לידער געפֿינען זיך איצט אײַנגעהילט אין דעם פּרעכטיקן נייעם באַנד לידער וואָס טראָגט דעם טיטל "פֿון חורבן צום לעבן". דאָס בוך וואָס ווערט אַרויסגעגעבן פֿון דער ייִדיש־ליגע האָט שוין באַקומען פֿיל לויב און אָנערקענונג פֿון מוזיקערס, שרײַבערס, פּראָפֿעסאָרן. און אַזאַ בוך, אין אַזאַ צײַט, מיין איך, איז ווערט צו באַטראַכטן פֿיל מאָל. אויב איך האָב ניט קיין טעות איז דאָס לעצטע בוך פֿון אַזאַ מין פֿאַרנעם געווען רות לעווינס פּראַכט־אויסגאַבע פֿון איר פֿאָטער לייבו לעווינס לידער מיט יאָרן צוריק.
"החדר׃ מחקרים, תעודות, פּרקי ספֿרות וזיכרונות".
דער חדר איז אפֿשר די סאַמע צענטראַלע אינסטיטוציע פֿון דער אַשכּנזישער קולטור. "אין משך פֿון הונדערטער יאָרן איז דער חדר געווען דאָס אָרט, וווּ עס האָבן באַקומען דערציִונג דאָס רובֿ־רובם פֿון ייִדישע ייִנגלעך" — מיטן קאָנסטאַטירן דעם דאָזיקן פֿאַקט עפֿנט זיך דער וואָגיקער באַנד (570 זײַטן פֿון גרויסן פֿאָרמאַט) מיטן טיטל "חדר׃ פֿאָרשונגען, עדותן, קאַפּיטלען ליטעראַטור און זכרונות", וואָס איז אַרויס אינעם פֿאַרלאַג פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט בשותּפֿות מיט בית שלום־עליכם אונטער דער רעדאַקציע פֿון עמנואל אטקס און דוד אַסף, צוויי באַקאַנטע מומחים אויף דער געשיכטע פֿון דער טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט אין מיזרח־אייראָפּע. די צוויי חיפֿהער מוזיקער איתּי אַלתּר און אורית פּערלמאַן האָבן אַרויסגעלאָזט אַ נײַ קאָמפּאַקטל פֿון ייִדישע לידער מיטן נאָמען "אָט אַזוי!". די רעקאָרדירונג שפּיגלט אָפּ די מוזיקאַלישע אינטערעסן פֿון די צוויי מוזיקער — דזשעז, חזנות און פאָלקסליד. די זינגערין פּערלמאַן דערציילט: "ווען איתּי אַלתּר און איך האָבן אַנטדעקט אונדזער בשותּפֿותדיקע ליבשאַפֿט צו ייִדיש, האָט זיך אונדזער נסיעה אָנגעהויבן. נאָך דעם ווי מיר האָבן איבערגעקוקט אַ סך לידער, האָבן מיר אויסגעקליבן נאָר די, וואָס האָבן אונדז צוגעצויגן מיט זייער אוראַלטן ייִחוס. זיי האָבן עפּעס טיפֿס אָנגערירט בײַ אונדז". אורית פּערלמאַן האָט גראַדויִרט פֿון דער חזנות־פּראָגראַם אינעם "העברעיִשן יוניאָן־קאָלעדזש" פֿאַר ישׂראלדיקע סאָליסטן. זי איז געווען אַ חזנטע אין פֿאַרשיידענע שילן און סינאַגאָגעס אין ישׂראל און אַמעריקע. דרײַ מאָל האָט זי געוווּנען אַ "שלשלת"־פּריז פֿאַר נײַער חזנישער מוזיק. זי האָט אויך געלערנט וואַרשטאַטן אויף אַזוינע טעמעס ווי "שלום־עליכם און מײַן מלאך", וועגן דעם שאַפֿן פּערזענלעכע תּפֿילות אינספּירירט פֿון עלטערע ייִדישע טראַדיציעס און דער מאָדערנער העברעיִשער פּאָעזיע. ראובֿן לודוויג איז געבוירן געוואָרן אין ליפּאָוועץ, קיִעווער געגנט, אוקראַיִנע, אין1895 , און איז געשטאָרבן אין , 1926 ווען ער איז אַלט געווען קוים 13 יאָר. ער האָט זיך געלערנט אין חדר, האָט אַ צײַט געלערנט אין אַ רוסישער מיטלשול אין קיִעוו. אין 1907 האָט ער אויסגעוואַנדערט קיין אַמעריקע. אין 1914 האָט ער דעביוטירט מיט אַ ייִדיש ליד. ער האָט אַרומגעוואַנדערט פֿון אַריזאָנע און לאָס־אַנדזשעלעס, זוכנדיק אַ היילאָרט פֿאַר זײַנע קראַנקע לונגען. ער איז געוואָרן אַ טייל פֿון דער גרופּע אינטראָספּעקטיוויסטישע דיכטערס אויפֿן נאָמען "אין זיך", און ער האָט געדרוקט זײַנע לידער און דערציילונגען אין זייער זשורנאַל. ער איז געשטאָרבן פֿון שווינדזוכט אין בענינג, קאַליפֿאָרניע. מיר ברענגען הײַנט עטלעכע מוסטערן פֿון לודוויגס פּאָעזיע, וואָס נעמט אַרײַן מאָטיוון פֿון אַמעריקע, ספּעציעל ניו־יאָרק, אַריזאָנע, די אַמעריקאַנער אינדיאַנער און מעקסיקע צוו״אַנד. ווען אַ צווייטע פֿידל וויל דווקא שפּילן די ראָלע פֿון אַ קאָנצערט־מײַסטער, דעמאָלט זעט איר ווי עס דונערט און עס בליצט אין דער כאַטע. און אַזוי ווי אַמעריקע צוזאַמען מיט דער וועלט, ריכטן אָפּ דעם זיבעציקסטן געבוירן־יאָר פֿון איין "ביטל" — אַן אָנגעזעענער מיטגליד פֿון אַ קאַפּעליע־זינגער, וואָס האָבן זיך אַראָפּגעלאָזט אַהער צו אונדזערע ברעגעס פֿון ענגלאַנד, ווי די היישעריקן, און פֿאַרכאַפּט אַמעריקע מיט זייער געזאַנג, מיט זייערע באַגאַבטע לידער־טעקסטן, מוזיק און העוויות, פּונקט צוגעפּאַסט צו דער שטימונג פֿון די זעכציקער יאָרן. האָט מען זיך אָנגעכאַפּט אין דער "ביטלעמאַניע," ווי צו הייסע לאָקשן, און מ׳לאָזט זיי נישט רוען ביזן הײַנטיקן טאָג. מיר ווייסן אויך, אַז ס׳האָבן זיך דעמאָלט געפֿונען אַ חבֿרה "באַבי־סאַקטערס." דערמיט קען מען באַצייכענען יונגע מיידלעך און ייִנגלעך, אָנגעזאַפּט מיטן עקסטאַז פֿון זייערע פֿלאַמיקע האָרמאָנען און ענערגיע, האָבן זיי באַלאַגערט די "ביטלס" ווי פֿליגן אויף פֿליגן־פּאַפּיר, וואָס הענגט אַראָפּ פֿון דער סטעליע, מיט געוואַלדן און געשרייען, מיט פֿאַלן אין חלשות און אויסרײַסן זיך די גאָרגלען; דער עיקר — צוצוקומען וואָס נעענטער צו די אימפּאָרטירטע זינגער. דער אמת איז, אַז זיי קומען פֿון קליינינקע שטעטלעך אין ענגלאַנד און האָבן נישט געוווּסט לגמרי מיט וואָס מ׳עסט עס. וואַשינגטאָן זונטיק, דעם 23סטן יאַנואַר 2011, איינע פֿון די סאַמע קעלטסטע טעג דעם ווינטער, האָט "ייִדיש פֿון גרויס וואַשינגטאָן" (יג״וו) דורכגעפֿירט אַן אָוונט אינעם "JCC" פֿון ראַקוויל, מערילאַנד, לזכּרון דעם ערשטן יאָרצײַט פֿונעם ייִדישן פּאָעט און קולטור-טוער אַבֿרהם סוצקעווער (2010-1913). די פּראָגראַם איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿון הילדאַ רובין, ווי אַ טייל פֿון דער סעריע "קאַפֿע קאַסרילעווקע." נאָך דער באַגריסונג פֿונעם יג״וו־פּרעזידענט, האַרווי ספּיראָ, האָט נאַטאַלי וועקסלער פֿאָרגעלייענט סוצקעווערס ליד "אונטער דײַנע ווײַסע שטערן" אויף ענגליש און דערנאָך עס געזונגען אויף ייִדיש. פּראָפֿ’ מאַקס טיקטין האָט געשילדערט אַ פּאָרטרעט פֿונעם פּאָעט, פֿול מיט רײַכע פּרטים וועגן זײַן לעבן און שאַפֿן. סוצקעווער האָט במשך פֿון זײַנע 96 יאָר אַרויסגעגעבן אַ גרויסע צאָל זאַמלונגען. אַ דאַנק זײַן אַריכות־ימים און די פּאָעטישע עשירות וואָס ער האָט אונדז איבערגעלאָזט, "זענען מיר געבענטשט." האָט פּראָפֿ’ טיקטין געזאָגט. דעם געדאַנק האָט ער געניצט ווי אַ רעפֿרען דורך זײַן גאַנצער רעדע. דער באַגריף "רוסיש־ייִדישע ליטעראַטור" האָט אין די לעצטע פּאָר צענדליק יאָרן צוגעצויגן אַ געוויסן פֿאָרשערישן אינטערעס סײַ אין רוסלאַנד און סײַ אין אַנדערע לענדער. עס גייט דערבײַ וועגן אַ פּאָר טוץ מחברים פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, וואָס האָבן געשריבן אין רוסיש אויף ייִדישע טעמעס, אי פֿאַרן ייִדישן אי פֿאַרן אַלגעמיינעם לייענער. איינער פֿון די גרעסטע מומחים אין דעם דאָזיקן געביט איז געווען פּראָפֿעסאָר שמעון מאַרקיש (1931—2003), דער עלטערער זון פֿונעם דיכטער פּרץ מאַרקיש. צום באַדויערן, איז שמעון מאַרקיש געשטאָרבן, איידער ער האָט באַוויזן צונויפֿצוברענגען די איינצלנע אַרטיקלען וועגן פֿאַרשידענע ליטעראַרישע פֿיגורן אין אַן אַרומנעמיקער מאָנאָגראַפֿיע וועגן דער רוסיש־ייִדישער ליטעראַטור. דאָס האָט שוין אויסגעפּועלט זײַן אַלמנה זשוזשאַ העטעני, וועלכע האָט אַרויסגעגעבן איר בוך "אין קעסלגרוב" אויף אונגאַריש און ענגליש. טײַערע אַרויסגעבער פֿונעם זשורנאַל "ווײַטער", טײַערע רעדאַקטאָרן: כ׳האָב נאָר וואָס באַקומען דעם נײַעם נומער (43, נאָוועמבער 2010) פֿונעם זשורנאַל "ווײַטער", דאָס מאָל נאָר 7 עקזעמפּלאַרן. (ביז אַהער האָט איר מיר יעדן חודש געשיקט 13. אַ שיינעם דאַנק!) די צאָל סטודענטן, וואָס נעמען אַן אָנטייל אין ייִדיש-קורסן אין האַמבורג, איז אָבער אַ וואַקסנדיקע. דעם זמן לערנען זיך ייִדיש אַרום 50 סטודענטן — אויף פֿאַרשיידענע מדרגות, פֿאַרשטייט זיך. מײַן נײַער אינטענסיווער אַרײַנפֿיר אין דער ייִדישער שפּראַך, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן דעם חודש, האָט אַזש 19 תּלמידים, ס׳רובֿ פֿון זיי יונגע מענטשן. איז זײַט אַזוי גוט און שיקט מיר מער עקזעמפּלאַרן. (אויך פֿונעם נאָוועמבער-נומער, אויב איר האָט נאָך.) 25 וואָלט געווען אַ גוטע צאָל. איך טייל זיי אויס אין מײַנע קורסן פֿאַר אָנהייבערס און מיטנדיקע ווי לייענוואַרג און ניץ אַ מאָל אַן אַרטיקל אין מײַנע לעקציעס. נחום יודס קינדערלידער האָבן באַרײַכערט דעם רעפּערטואַר פֿון די וועלטלעכע שולן. אין פּוילן איז געווען באַרימט זײַן ליד "מיר קומען אָן"; אין אַמעריקע האָט מען געזונגען זײַן "ליד צו דער ייִדישער שול", "ניט־געשטויגן — ניט־געפֿלויגן". אויף דער פּלאַטע פֿון "גאָלדענעם לאַנד" וואָס דער אַרבעטער־רינג האָט אַרויסגעגעבן אונטער יאָסל מלאָטעקס נאַראַציע, האָט מען געזונגען זײַן ליד "אַמעריקע". די מוזיק וואָס פֿאַרשיידענע קאָמפּאָזיטאָרן האָבן געשאַפֿן איז געווען צוגעפּאַסט צו נחום יודס פּשוטע און חנעוודיקע ווערטער. נחום יוד איז דער פּסעוודאָנים פֿון נחום יערוסאַלימטשיק. ער איז געבוירן געוואָרן אין באָבער, מאָהיליעווער געגנט, ווײַסרוסלאַנד. ביז 14 יאָר האָט ער געלערנט אין חדר, און גלײַכצײַטיק געלערנט וועלטלעכע לימודים בײַ פּריוואַטע לערערס און דורכגעמאַכט אַ מיטלשול־קורס. דער ייִדישער היסטאָריקער יונתן פֿראַנקעל ז"ל האָט געשריבן, אַז די "פֿאָרווערטס"-סבֿיבֿה האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט "אַ ניט קיין גרינגע פֿאַראייניקונג" פֿון די וועטעראַנען פֿון דער צײַטונג און די נײַע, בונדיסטישע כּוחות. זינט אויגוסט 1901, ווען אויף דער מאַפּע פֿון דעם אַמעריקאַנער פּאָליטישן לעבן האָט זיך באַוויזן די סאָציאַליסטישע פּאַרטיי, איז דער "פֿאָרווערטס" אַרײַן אין איר אינפֿראַסטרוקטור. אָבער קיין סאָציאַליסטישער מאָנאָליט איז די צײַטונג קיין מאָל ניט געוואָרן. צווישן איר מיטאַרבעטער זײַנען געווען מענטשן, וואָס האָבן אָפֿט מאָל געהאַט גאָר פֿאַרשיידענע מיינונגען וועגן פּאָליטיק, קולטור וכ'. און ווי פֿראַנקעל האָט עס באַשריבן, איז די שאַרפֿסטע גרענעץ אַדורך צווישן דער אַלטער סאָציאַליסטישער גוואַרדיע און דעם ייִנגערן דור, וועלכער האָט בדרך-כּלל געהערט צום בונד. זעלטן ווען, קומט אַרויס אַ נומער פֿון אַ זשורנאַל אָפּגעגעבן אין גאַנצן צו ייִדישע לידער. דעם אמת געזאָגט, געדענק איך נישט, אַז אַפֿילו איין נומער פֿון וואָס פֿאַר אַ מין זשורנאַל, זאָל דאָס טאָן. אָבער די טעמע פֿונעם האַרבסטנומער, 2010, Journal of Synagogue Music נעמט אַרײַן בלויז אינטערעסאַנטע מאַטעריאַלן מכּוח ייִדישע לידער, און בפֿרט, פֿאָלקסלידער. דער רעדאַקטאָר יוסף לעווין שרײַבט אין זײַן אַרײַנפֿיר, אַז ער האָט אַן השערה, אַז כאָטש דאָס ייִדישע לשון ווערט הײַנט אָפּגעשוואַכט, ווערט דאָס ייִדישע ליד אַ וויכטיקער טייל פֿון דער נײַער וועלטלעכער, פּראָגרעסיווער אידענטיטעט בײַ דער אַמעריקאַנער ייִדישער יוגנט. הלוואַי וואָלט דאָס געווען אמת — די דערקלערונג איז אַן איבערגעטריבענע. אָבער, אמת איז, אַז אַ נײַע אָפּשאַצונג קומט פֿאָר הײַנט פֿון ייִדישע לידער פֿון אַ נײַעם עולם. |