װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
רפֿאל גאָלדוואַסער אין שלום־עליכמס מאָנאָלאָג "דאָס טעפּל"

"ס'ברענט!", פֿון שלום–עליכם (דרײַ מאָנאָלאָגן: "דאָס טעפּל", "דער נישׂרף" און "דער טלית–קטן"). ד.וו.ד.–פֿילם פֿון אַ ספּעקטאַקל פֿון רפֿאל גאָלדוואַסער, פּראָדוצירט דורכן "לופֿט–טעאַטער", שטראַסבורג 2010, מיט אונטערשריפֿטן אויף ענגליש. דויער: 1 שעה.


מיט אַ ביסל מער ווי אַ יאָר צוריק האָט אונדז דער אַקטיאָר רפֿאל גאָלדוואַסער באַשאָנקען מיט אַן אויסערגעוויינטלעכן ד.וו.ד.–פֿילם: זײַן אויסטײַטשונג פֿון פּרצעס באַרימטער דערציילונג "אַ גילגול פֿון אַ ניגון". הײַנט קומט ער אַרויס מיט אַ צווייטן שטאַרקן אויפֿטו: דרײַ פֿון שלום–עליכמס סאַמע באַליבטע מאָנאָלאָגן. ווי דעמאָלט, גייט עס נישט אין קיין פֿאָרלייענונג, נאָר אין אַן אמתן לעבעדיקן איין–פּערזאָניקן בינע–ספּעקטאַקל מיט אַלע זײַנע חנען. דער אַרגענטינער געבוירענער קינסטלער, וואָס האָט געלעבט אין ישׂראל, געענדיקט זײַן אויסשולונג אין פּאַריז און וווינט שוין לאַנגע יאָרן אין שטראַסבורג, פֿירט אַזוי ביסלעכווײַז אויס אַן עקשנותדיקן פּראָיעקט: צו ברענגען דאָס בעסטע פֿון אונדזערע קלאַסיקערס צום הײַנטיקן פּראָבלעמאַטישן ייִדיש–עולם.

ייִדיש־וועלט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ וויטרינע בײַ אַן אויסשטעלונג וועגן דער אָרטיקער ייִדישער פּרעסע אין ריגע, אויגוסט 2010

מיט 60 יאָר צוריק, דעם 27סטן יאַנואַר 1951, האָט מען אין ריגע, דער הויפּטשטאָט פֿון לעטלאַנד, אַרעסטירט דעם ייִדישן שרײַבער מאַרק (משה) ראַזומני. די מאַשין פֿון סטאַליניסטישע רעפּרעסיעס האָט אַרײַנגענומען אין איר "אַרבעט" נאָך איין ייִדישן אינטעלעקטואַל, וועמענס נאָמען ווערט הײַנט דערמאָנט זייער און זייער זעלטן. אמת, קיין שרײַענדיקן ליטעראַרישן נאָמען האָט ראַזומני ניט געהאַט אויך אין די יאָרן פֿון זײַן לעבן, 1896—1988. טיילווײַז איז עס געווען פֿאַרבונדן מיטן כאַראַקטער גופֿא פֿון זײַן שאַפֿערישער פּראָדוקציע, וואָס איז ניט געשטאַנען אין צענטער פֿון דעם ליטעראַרישן לעבן. דערצו נאָך האָט ער געוווינט אין אַן אָרט, וואָס האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ פּראָווינץ אויף דער ייִדישער מאַפּע, אַ פּראָווינץ אין פֿאַרגלײַך ניט בלויז מיט פּוילן, סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און אַמעריקע, נאָר אויך אַפֿילו מיט ענגלאַנד און פֿראַנקרײַך.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

מיט יאָרן צוריק האָט אויף מיר געמאַכט אַ רושם אַ שורה פֿון אַ ליד וואָס איך האָב געהערט דעקלאַמירן. די שורה איז געווען "גיט מיר צוריק די ערד אַ גאַנצע", וואָס איך האָב שפּעטער אויסגעפֿונען איז אַ ליד געשריבן פֿון ישׂראל אַשענדאָרף; דאָס ליד האָבן מיר אָפּגעדרוקט אין די "פּערל" אין 1976. דאָס ליד איז נאָך אַלץ אַזוי שטאַרק און קרעפֿטיק ווי אַ מאָל:


גיט מיר צוריק די ערד אַ גאַנצע

געווען אַ מאָל איין גרויסע, גאַנצע וועלט,

איז געקומען אַ מענטש און פֿאַרכאַפּט אַ שטיקל ערד,

אַרומגענומען עס מיט שטאַכײַטן און אַ זאָג געטאָן: מײַנס!

איז באַלד געקומען אַ צווייטער, פֿאַרכאַפּט עטלעכע ביימער,

זיי אַרומגענומען מיט אַ פּאַרקן און אַ זאָג געטאָן: מײַנס!

און אַ דריטער, אַ פֿערטער — ביז אויף גאַנצער ערדישער

ברייט

פּובליציסטיק, ייִדיש־וועלט
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער קלאַס אָנהייבער פֿון עלעמענטאַרן ייִדיש אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט

(סוף פֿון דער לעצטער וואָך)

די קאָלומביע־סטודענטן וואָס שטודירן ייִדיש, זײַנען הײַנט ס׳רובֿ אַ פּראָדוקט פֿון מאָדערנע אָרטאָדאָקסישע היימען. ס׳איז גאָר אַן אַנדער סגאַל מענטש און ייִד. זיי זוכן אַ וועג צו זיך, צו דער משפּחה, צו דער אַמאָליקער שעפֿערישקייט פֿון אונדזער פֿאָלק. זיי ווילן פֿאָלקס־מעשׂיות אויף ייִדיש, פּאָעזיע און מוזיק אויף ייִדיש, ליטעראַטור און אונדזער קולטור־געשיכטע אויף ייִדיש. דאָס איז אַ כוואַליע סטודענטן מיט נײַגעריקע אויגן, און ווען איך דערזע דעם פֿינקל אין זיי, דעם שמייכל אויפֿן פּנים, די פֿרייד פֿון אַנטדעקן זייערס, בין איך פֿון די גליכלעכע. פֿאַרגעסט נישט אַז די אַרבעטן האָבן זיי געשריבן די סאַמע ערשטע וואָך פֿון סעפּטעמבער. זעץ איך זיי איבער. און איצט לייענט ווײַטער:

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

ס'איז געווען אַ צײַט אין די 1990ער יאָרן, ווען דײַטשלאַנד איז געווען דאָס איינציקע אָרט, וווּ קלעזמאָרים האָבן געקענט גענוג פֿאַרדינען אויף צו לעבן. צו גלײַך מיט די פֿאָרשטעלונגען און קאָנצערטן דאָרטן פֿון אַמעריקאַנער, אייראָפּעיִשע, און בפֿרט דײַטשישע קלעזמאָרים, איז געוואַקסן דער אינטערעס צו דער פֿאָלקסמוזיק אויך אין דער אַקאַדעמישער וועלט. יואל רובין און ריטאַ אוטענס האָבן אַנאַליזירט די מוזיק אין אירע אַלטע און נײַע קאָנטעקסטן אין זייערע פֿאַרשיידענע אַרטיקלען אויף דײַטש. די צוויי פֿאָרשער האָבן אַרויסגעגעבן דאָס בוך "קלעזמער מוזיק" אין 1999. אין דײַטשלאַנד האָט מען זיך אינטערעסירט אויך מיט די ייִדישע פֿאָלקסלידער, און מיר האָבן שוין געשריבן וועגן דעם ריזיקן פּראָיעקט אַרויסצוגעבן די פֿעלד־רעקאָרדירונגען פֿון דער סאָוועטישער עטנאָמוזיקאָליגין סאָפֿיאַ מגיד, וואָס מיט אים האָט אָנגעפֿירט פּראָפֿ׳ עלווירע גראָזינגער בײַם פּאָטסדאַמער אוניווערסיטעט. פֿון דעם פּראָיעקט איז אַרויס אַ גראָבע זאַמלונג לידער, מיט אַ קאָמפּאַקטל פֿון די אָריגינעלע אַלטע פֿעלד־רעקאָרדירונגען.

װעלט פֿון ייִדיש

די יערלעכע פֿאַרטיילונג פֿונעם "גראָפּער־פּרײַז" איז אין חודש דעצעבמער, ווי יעדעס יאָר, פֿאָרגעקומען אין זאַל פֿון "בעלגישן הויז" בײַם העברעיִשן אוניוועריסטעט אין ירושלים.

דער "גראָפּער־פֿאָנד" איז געגרינדעט געוואָרן לויט דער צוואה פֿון יעקבֿ גראָפּער, איינעם פֿון די אָנגעזעענסטע ייִדישע דיכטער אין רומעניע, מיטן ציל צו דערמוטיקן ייִדישע דיכטער, שרײַבער, קינסטלער און פֿאָרשער פֿון רומענישן ייִדנטום און דערמעגלעכן זיי אַרויסצוגעבן און פֿאַרעפֿנטלעכן זייערע שאַפֿונגען, ווי אויך סטיפּענדיעס פֿאַר 4 סטודענטן און דאָקטאָראַנטן, וועלכע שטודירן די ייִדישע שפּראַך און ליטעראַטור און די געשיכטע פֿון רומענישן ייִדנטום.

דער פֿאָרזיצער פֿון "יעקבֿ גראָפּער־פֿאָנד", ד"ר יאַנקו שעכטער, האָט אין זײַן וואָרט בעת א פֿײַערלעכער אַקאַדעמיע צום אָנדענק פֿון יעקבֿ גראָפּער אין דער קולטור־געזעלשאַפֿט אין ירושלים באַטאָנט, אַז יעקבֿ גראָפּער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז ייִדיש איז אַ יתום — ייִדיש געהערט נישט צו קיין שום מדינה און דעריבער דאַרף מען שטיצן און דערמוטיקן ייִדישע שאַפֿערס.

ייִדיש־וועלט
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מיט סטודענטן אין ייִוואָ

(המשך פֿון דער לעצטער וואָך)

אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז ס׳רובֿ פֿון מײַנע סטודענטן זײַנען אייניקלעך פֿון לעבן געבליבענע נאָך אונדזער קאַטאַסטראָפֿע, און כאָטש די באָבעס מיט די זיידעס טיילן זיך זעלטן מיט זייערע קינדער און אייניקלעך, מיט דעם וואָס זיי האָבן איבערגעלעבט אין צײַט פֿון דער מלחמה, דאָך לעבט דער יונגער דור, דווקא די מאָדערנע אָרטאָדאָקסן, מיטן באַוווּסטזײַן אַז זייערע נאָענטע טראָגן אין זיך אַ שווערן יאָך מיט איבערלעבונגען. מען פֿילט אין זייערע שריפֿטן אַ נאָענטקייט צו זייערע ליבסטע, און דאָס איז דערפֿאַר ווײַל די משפּחה האַלט זיך צוזאַמען. עס פֿאַרבינדט זיי דער שבת, דער יום־טובֿ און די ייִדישע שפּראַך. און איצט לייענט ווײַטער.

ייִדיש־וועלט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)

ס’איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז איך בין דער לעצטער, ווער עס האָט באַמערקט דאָס דאָזיקע ווינקעלע אין אינטערנעץ: http://www.gazetaeao.ru/
gazetiy/birobidjaner-shtern.html
טאָמער ווייסט איר אויך ניט וועגן דעם, טאָ זײַט וויסן, אַז דאָרטן קען מען לייענען די צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן" — אַלע נומערן פֿאַרן יאָר 2010. הײַיאָר האָט די צײַטונג אָפּגעמערקט איר 80סטן יובֿל. אַ מאָל, ווען כ’האָב געוווינט אין מאָסקווע, פֿלעג איך דאָס בלאַט אַפֿילו אַבאָנירן, כאָטש ס’איז געווען שווער צו געפֿינען אין איר עפּעס אינטערעסאַנטס.

דאָס פּינטעלע ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון מיכאל קרוטיקאָוו
דן מירון

Dan Miron. From Continuity to Contiguity. Toward a New Jewish Literary Thinking. Stanford University Press, 2010.


דער באַגריף "ייִדישע ליטעראַטור" איז פֿולגעפּאַקט מיט אומקלאָרע און צומאָל סתּירותדיקע באַטײַטן. צי נעמט ער אַרײַן בלויז ליטעראַרישע ווערק אויף די ייִדישע שפּראַכן, אַזעלכע ווי ייִדיש, העברעיִש, לאַדינאָ און אפֿשר נאָך אַ פּאָר אַנדערע שפּראַכן און דיאַלעקטן, וואָס ייִדן האָבן געהאַלטן פֿאַר זייערע אין משך פֿון טויזנטער יאָרן? אָדער ס׳איז כּולל אַלץ, וואָס ייִדן האָבן אָנגעשריבן אויף וואָסער ניט איז שפּראַך? אָדער בלויז די ווערק, וואָס זײַנען טאַקע באַצוועקט געוואָרן פֿאַרן ייִדישן עולם? צי אפֿשר ווערט די "ייִדישקייט" באַשטימט טעמאַטיש? און לעצנטנס, איז די ייִדישע ליטעראַטור בכלל נאַציאָנאַל, לויטן שטייגער פֿון אַנדערע נאַציאָנאַלע ליטעראַטורן, אַזעלכע ווי די ענגלישע, די פֿראַנצויזישע אָדער די רוסישע?

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

אַזוי ווי עס קריסטלט זיך, אַזוי ייִדלט זיך — און מיט דעם ווערטל וועלן מיר אָנהייבן אונדזער איבערבליק איבער די בעסטע רעקאָרדירונגען פֿון דער ייִדישער מוזיק בעתן יאָר 2010. ס׳איז געוואָרן אַ טראַדיציע בײַ די מוזיק־, פֿילם־ און ביכער־קריטיקערס פֿון דער וועלט צונויפֿצושטעלן אַזוינע רשימות, וועלן מיר דאָס אויך טאָן. אָבער אין אונדזער פֿאַל, ווערט נישט פּראָדוצירט גענוג "סחורה", וואָס זאָל באַרעכטיקן אַזאַ ליסטע פֿון "די בעסטע"; וועלן מיר אַרײַננעמען עטלעכע קאָמפּאַקטלעך וואָס זענען אַרויס אין 2009, וועלכע זענען צו אונדז ערשט דערגאַנגען אין 2010.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
הרבֿ פּנחס טייץ בײַ דער ערשטער ראַדיאָ־פּראָגראַם פֿון "דף השבֿוע",
"פֿאָרווערטס"־סטאַנציע WEVD, 1953. די "דף השבֿוע"־פּראָגראַם
האָט מען טראַנסמיטירט 36 יאָר.

אַ מאָל האָט מען געדאַרפֿט פֿאַרמאָגן אַ ראַדיאָ פֿאַר "קורצע כוואַליעס", כּדי צו הערן די ייִדישע ראַדיאָ־פּראָגראַמען איבער דער וועלט. הײַנט, האָט זיך שטאַרק געביטן דער מצבֿ צום גוטן — דהײַנו, מע דאַרף נאָר אַ קאָמפּיוטער, קען מען שוין הערן כּמעט אַלע פּראָגראַמען וואָס מע וויל און ווען מע וויל. די פּראָגראַמען אויף דער ראַדיאָ דערמעגלעכן דעם דרויסנדיקן צוהערער צו האָבן אַן אַרײַנבליק אין דעם הײַנטיקן געזעלשאַפֿטלעכן און קולטורעלן לעבן פֿון די ייִדיש־רעדנערס פֿון אומעטום. אָפֿט קען מען הערן זעלטענע אינטערוויוען מיט אָרטיקע פּערזענלעכקייטן, אָדער אַ דיסקוסיע וועגן אַן ענין, אַ פּראָבלעם, וואָס איז נאָר שייך צו אַ לאָקאַל אָרט. אַ מאָל שטעלט מיט זיך פֿאָר די ראַדיאָ־פּראָגראַם די איינציקע אָרטיקע ייִדישע קולטור־אונטערנעמונג, און דעריבער איז וויכטיק נאָכצוהאַלטן דאָס וואָס מע קען דאָרטן הערן.

ייִדיש־וועלט
דירעקטאָר פֿון "ביכער צענטער", אַהרון לאַנסקי

נישט איין מאָל האָט זיך געטראָפֿן, אַז ווען אין אַמעריקע צערעדט מען זיך הײַנט מיט אַ ייִד אויף דער גאַס מכּוח ייִדיש, שאָקלט ער באַלד אויף "יאָ", אַז ער ווייסט וועגן ייִדיש און האָט געלייענט וועגן "דעם נאַציאָנאַלן ייִדישן ביכער־צענטער" לעבן אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס, און אַפֿילו געוואָרן אַ מיטגליד פֿון אים. דער "ביכער־צענטער" איז געוואָרן איינער פֿון די פּראָמינענטסטע סימבאָלן פֿון מאַמע־לשון אינעם לאַנד, און דער ברייטער ייִדישער עולם קען די פֿאַרכאַפּנדיקע ביאָגראַפֿיע פֿון זײַן גרינדער און לאַנג־יאָריקן דירעקטאָר אַהרון לאַנסקי; ווי ער האָט אָנגעהויבן זײַן "קאַריערע" פֿון ראַטעווען ייִדישע ביכער דורך אַרײַנקריכן אין גרויסע מיסטקאַסטנס, כּדי די ביכער אַרויסצושלעפּן. מיט דער צײַט האָט ער געשאַפֿן די פֿאַרמעגלעכע אינסטיטוציע, וואָס איז באַקאַנט אין אַלע ווינקלען. ווי אַן אָנערקענונג פֿאַר זײַנע אויפֿטוען, האָט ער באַקומען דעם "מאַקאַרטער־פּריז", דעם אַזוי־גערופֿענעם "זשעני־פּריז". זײַנע זכרונות "Outwitting History" וועגן דער אַרבעט פֿונעם "צענטער" האָט זיך גוט פֿאַרקויפֿט אומעטום.