- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיטוואָך דעם 13טן אָקטאָבער, וועט די ייִדישע טעאַטער־וועלט אין ניו־יאָרק, זיך פֿרייען בײַ געדעקטע טישן לכּבֿוד דעם 95סטן געבוירן־טאָג פֿון דער באַליבטער אַקטריסע שפֿרה לערער. אין דער פּראָגראַם, וואָס וועט פֿאָרקומען אין "סאָטען־פּלייס־סינאַגאָגע", וועלן אויפֿטרעטן די אַקטיאָרן און זינגער עלענאָר ריסאַ און חיים וואָלף. דער אָוונט ווערט אָרגאַניזירט דורכן "ייִדישע אַרטיסטן און פֿרײַנד־אַקטיאָרן קלוב". מיט פֿיר וואָכן צוריק איז אַ שטיקל נס מקיים געוואָרן אין ברידזשפּאָרט, קאָנעטיקאָט. נישט געקוקט אויף די שווערע עקאָנאָמישע צײַטן, ווען אַ צאָל ייִדישע טאָגשולן זאָרגן זיך, צי זיי וועלן צוליב דער שווערער עקאָנאָמיע קענען בלײַבן אָפֿן, האָט אַ נײַע ייִדישע מיטלשול געפֿײַערט איר חנוכּת־הבית. דער גאַסט־רעדנער יענעם אָוונט — דער אַמעריקאַנער סענאַטאָר פֿון קאָנעטיקאָט און אַמאָליקער קאַנדידאַט פֿאַר וויצע־פּרעזידענט, דזשאָסעף ליבערמאַן — האָט באַצייכנט די ערשטע 19 תּלמידים פֿון דער "ייִדישער מיטלשול פֿון קאָנעטיקאָט" (Jewish High School of Connecticut) ווי אמתע פּיאָנערן. אין ניו־יאָרק קומט איצט פֿאָר דער יערלעכער "ניו־יאָרקער וועלט־פֿעסטיוואַל". הײַנטיקס יאָר איז די טעמע פֿונעם פֿעסטיוואַל — מוזיק פֿונעם שוואַרצן ים. די אונטערנעמונג איז אַ בשותּפֿותדיקע צווישן דעם "מעטראָפּאָליטאַנער מוזיי", "דעם וועלט־מוזיק־אינסטיטוט" און "דעם צענטער פֿאַר טראַדיציאָנעלער מוזיק און טענץ". דער פֿעסטיוואַל שטעלט דעם טראָפּ אויף די דינאַמישע טראַדיציעס פֿון די פֿעלקער אַרום דעם שוואַרצן ים, וואָס איז אַ קווערשניט פֿון אַזיע און אייראָפּע. עס וועלן זיך באַטייליקן מוזיקער נישט נאָר פֿון די לענדער בולגאַריע, טערקײַ און רומעניע, נאָר אויך אַמעריקאַנער אימיגראַנטישע מוזיקער פֿון די לענדער. צווישן די געסט דעם זומער אין ניו־יאָרק איז געקומען פֿון ישׂראל פּראָפֿעסאָר בער קאָטלערמאַן פֿון "בר־אילן"־אוניווערסיטעט. געקומען איז ער צוליב אַ קאָנפֿערענץ פֿון העברעיִש־לערערס, וווּ ער האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט פֿאַרבונדן מיט ייִדיש — וועגן די ייִדישע שריפֿטן פֿונעם יונגן ש. עגנון. אין "בר־אילן" געפֿינט זיך זײַן פּאָזיציע אינעם "אָפּטייל פֿון דער ליטעראַטור פֿונעם ייִדישן פֿאָלק", וווּ די העברעיִשע ליטעראַטור שטייט אויבן אָן, אָבער מיט קורסן וועגן דער ייִדישער און לאַדינאָ־ליטעראַטור אויך. קורסן וועגן דעם ייִדישן קינאָ און וועגן דעם ייִדישן טעאַטער אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זענען זײַנע ספּעציאַליטעטן. און וועגן דער צווייטער טעמע האָט ער געהאַלטן אַ פֿײַנע לעקציע פֿאַר דער ייִדישער קולטור־וועלט אין ניו־יאָרק דעם זומער. ווען מע לייענט אַלטע נומערן פֿון "פֿאָרווערטס", וואַרפֿן זיך אין די אויגן אַרטיקלען, וואָס באַשרײַבן דעם אונטערשייד צווישן דעם ייִדישן לעבן אין דער אַלטער היים און דעם נײַעם, אַמעריקאַנער נוסח פֿון ייִדישקייט, ווי אויך — און דאָס איז אפֿשר אין אַ גרעסערער מאָס — באַשרײַבונגען וועגן דעם, ווי עס האָט זיך געפֿירט "בײַ די לײַט", דאָס הייסט בײַ די "עכט-אַמעריקאַנער". איך האָב אויסגעקליבן צוויי אַזעלכע אַרטיקלען און גענומען פֿון זיי אויסצוגן; ווײַל פֿריִער האָט די צײַטונג געדרוקט אַ סך לענגערע אַרטיקלען ווי איצט. עס קומען אָן די יום־טובֿדיקע טעג פֿון סוכּות און שׂימחת־תּורה, וואָס ייִדן איבער דער וועלט פֿרייען זיך מיט זיי. די ייִדישע פּאָעטן האָבן אויך געווידמעט לידער צו די דאָזיקע יום־טובֿים און מיר ברענגען הײַנט עטלעכע מוסטערן פֿון זייערע לידער. די באַליבטסטע זינגלידער וואָס מע האָט געזונגען אין די שולן זײַנען געווען "אַ סוכּה אַ קליינע" פֿון אַבֿרהם רייזען און "קינדער, מיר האָבן שׂימחת־תּורה" פֿון מאַרק וואַרשאַווסקי. דאָס געזאַנג האָט אַלע מאָל צוגעטראָגן גענוס און הנאה צום יום־טובֿ. עס קאָכט זיך מיט דער ייִדישער קולטור די טעג אין האַמבורג, דײַטשלאַנד. לעצטע וואָך, פֿונעם 3טן ביזן 5טן סעפּטעמבער, איז פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר, אָרגאַניזירט פֿון דער אָרטיקער "שלמה בירנבוים געזעלשאַפֿט", וועגן דעם לעבן און ווערק פֿון אַבֿרהם סוצקעווער, מיט דער באַטייליקונג פֿון יאַנינאַ וווּרבס, העטהער וואַלענסיע, אליעזר ניבאָרסקי און מרים טרין. די וואָך הייבט זיך אָן דער "אינטערנאַציאָנאַלער קלעזמערפֿעסט־האַמבורג" מיט קאָנצערטן, וואַרשטאַטן און לעקציעס. נישט נאָר פֿאַרבעטמען די וועלט־באַרימטע מוזיקער, ווי "בראַווע אַלטע וועלט" און לאָרין סקלאַמבערג; אויך די האַמבורגער און אַנדערע דײַטשע זינגערס און קאַפּעליעס וועלן באַווײַזן דאָרט זייער קונסט. מיט דער נײַער טעכנאָלאָגיע, מיט וועלכער מע קען צעשיקן קלאַנג־טעקעס ("פֿײַלס") דורך דער אינטערנעץ, האָט זיך אונדז אויסגעדאַכט, אַז דאָס אַרויסגעבן קאָמפּאַקטלעך וועט אין גאַנצן אויסשטאַרבן. דער עולם האָט זיך שוין צוגעוווינט צו באַקומען לידער און מוזיק נאָר בחינם, אַ דאַנק דעם קאָמפּיוטער, און מיר לייענען שוין אָפֿט אין דער פּרעסע וועגן דעם שווערן מצבֿ אַפֿילו פֿון די גרעסערע רעקאָרדיר־סטודיאָס און פֿירמעס. הײַנטיקע צײַטן, זעט אויס, אַז דאָס פֿאַרקויפֿן קאָמפּאַקט־דיסקן האָט נאָר אַ זין פֿאַר אַ קאַפּעליע, וואָס פֿאָרט אַרום אויף טורן, און קען בײַ די קאָנצערטן פֿאַרקויפֿן איר מוזיק. ס׳איז שוין אַ טראַדיציע אויף דער יערלעכער ייִדיש־וואָך פֿון יוגנטרוף, אַז פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, נאָכן עסן, רוקט מען צונויף די בענקלעך אין עסצימער, און מע זינגט — אַ מאָל, שעהען לאַנג — זמירות און אַנדערע שבתדיקע לידער אויף ייִדיש. אָבער הײַיאָר, נאָך האַלבער נאַכט, ווען אַ סך פֿון די באַטייליקטע זענען שוין געלעגן אין די בעטן, האָבן בערך דרײַסיק יונגע לײַט, ס׳רובֿ אין די 20ער און 30ער יאָרן, זיך אַראָפּגעגנבֿעט צו דער אָזערע מיט פֿלעשלעך ווײַן און בראָנפֿן, אַרײַן אינעם דערבײַיִקן פּאַוויליאָן און צונויפֿגערוקט דרײַ לאַנגע טישן, כּדי צו פּראַווען אַ פֿאַרברענגען אויף זייער אייגענעם שטייגער. ראָש־השנה פֿון י. י. סיגאַל נײַ־יאָר טוט זיך אָן אין יום־טובֿ, זומער — יום־טובֿדיק אין זײַד, כאָטש דער זומער אײַלט שוין אונטער, שטייט שוין באַלד פֿון יענער זײַט. דאָס יאָר האָט דער "קלעזקאַנאַדע-פֿעסטיוואַל", וואָס איז פֿאָרגעקומען פֿונעם 16טן ביזן 22סטן אויגוסט, 2010, אין די לאָרענשאָן־בערג, אויף צפֿון פֿון מאָנטרעאָל, אַרײַנגענומען אַ רײַכע פּראָגראַם. למשל, פֿון אייראָפּע איז געקומען אַ גרופּע פֿון אַכט מוזיקער, וואָס שטעלן מיט זיך פֿאָר דעם "אַנדערע אייראָפּעער־פּראָיעקט". דאָס איז אַ געמיש פֿון רומענישע, אוקראַיִנישע, ציגײַנערישע און ייִדישע מוזיקער, וואָס שפּילן צוזאַמען שוין צוויי יאָר אונטערן אויפֿזע פֿון אַלען בערן. אין גיכן וועט מען אַרויסלאָזן אַ פֿילם וועגן די צווישן־קולטורעלע פֿאַרבינדונגען פֿון די מוזיקער, און דערבײַ הערן ווירטואָזע מוזיק. פֿישל־יהושע שניאורסאָן (1887—1956) האָט געהערט צו יענעם אייגנאַרטיקן מין ייִדישע אינטעלעקטואַלן און קינסטלער, וואָס זײַנען געווען טעטיק אויף פֿאַרשידענע געביטן; געשריבן אין פֿאַרשידענע שפּראַכן און געלעבט אין פֿאַרשידענע לענדער. אפֿשר דווקא דערפֿאַר האָט מען וועגן זיי אַזוי גיך פֿאַרגעסן אין אונדזער צײַט, ווען די וועלט האָט אַן אינטערעס קודם־כּל אין אַ קלאָרער "אידענטיטעט". מענטשן ווי שניאורסאָן זײַנען פּשוט צו קאָמפּליצירט פֿאַרן הײַנטיקן קוקווינקל, ווײַל זיי לאָזן זיך ניט אַרײַנפּאַסן אין קלאָרע און אידעיִש־אויסגעהאַלטענע קאַטעגאָריעס פֿון "פֿרומקייט" און "וועלטלעכקייט", "וויסנשאַפֿט" און "קונסט", "נאַציאָנאַליזם" און "קאָסמאָפּאָליטיזם". |