דער דירעקטאָר פֿון דער נײַער מיטלשול, ראַבינער עדוואַרד האַרוויץ (שטייט) און אַ טייל פֿון די תּלמידים |
Credit: JHSC |
מיט פֿיר וואָכן צוריק איז אַ שטיקל נס מקיים געוואָרן אין ברידזשפּאָרט, קאָנעטיקאָט. נישט געקוקט אויף די שווערע עקאָנאָמישע צײַטן, ווען אַ צאָל ייִדישע טאָגשולן זאָרגן זיך, צי זיי וועלן צוליב דער שווערער עקאָנאָמיע קענען בלײַבן אָפֿן, האָט אַ נײַע ייִדישע מיטלשול געפֿײַערט איר חנוכּת־הבית.
דער גאַסט־רעדנער יענעם אָוונט — דער אַמעריקאַנער סענאַטאָר פֿון קאָנעטיקאָט און אַמאָליקער קאַנדידאַט פֿאַר וויצע־פּרעזידענט, דזשאָסעף ליבערמאַן — האָט באַצייכנט די ערשטע 19 תּלמידים פֿון דער "ייִדישער מיטלשול פֿון קאָנעטיקאָט" (Jewish High School of Connecticut) ווי אמתע פּיאָנערן. "אַ סך אַרבעט האָט מען אַרײַנגעלייגט צו גרינדן די שול, און איצט איז עס טאַקע דאָ!" האָט ליבערמאַן באַמערקט.
פֿאַרגלײַכנדיק דעם קוראַזש פֿון די תּלמידים און זייערע עלטערן מיטן מוט פֿון משה רבינו ווען ער האָט אַרײַנגעפֿירט די בני־ישׂראל אינעם ים־סוף, האָט ליבערמאַן אויסגעדריקט אַ טיפֿן דרך־ארץ פֿאַר דער האָרעוואַניע, וואָס האָט דערמעגלעכט צו עפֿענען די שול.
אינעם ראַיאָן פֿון ברידזשפּאָרט און ניו־הייווען געפֿינען זיך שוין צוויי עלעמענטאַרע ייִדישע טאָגשולן — אַ "סאָלאָמאָן־שעכטער" און אַ שול פֿאַרבונדן מיט חב״ד — אָבער נישט קיין פֿול־צײַטיקע מיטלשול. די נאָענטסטע מיטלשול איז אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע — "די העברעיִשע מיטלשול פֿון ניו־אינגלאַנד" — אָבער צו קומען אַהין דויערט 45 מינוט, וואָס איז בײַ אַ סך משפּחות פּשוט צו ווײַט.
אָבער ווי אַזוי האָט די שול באַקומען די פֿינאַנציעלע שטיצע, בפֿרט אין אַזאַ עקאָנאָמישן קלימאַט? דורך סובסידיעס פֿון פֿאַרשידענע ייִדישע פֿעדעראַציעס, פֿונדאַציעס און יחידים. לעאָ נעוואַס, אַן אַדוואָקאַט און ייִדישער כּלל־טוער אין דער דערבײַיִקער שטאָט וועסטפּאָרט האָט פֿאַר זײַן פּטירה פֿאַראַיאָרן געשאַפֿן אַ פֿונדאַציע, אין וועלכער יעדער תּלמיד, וואָס פֿאַרשרײַבט זיך פֿאַרן טערמין, באַקומט אַ הנחה פֿון $10,000. דער יערלעכער שׂכר־לימוד איז $24,900.
מיט דער צײַט האָפֿט די שול צוצוציִען 125 תּלמידים.
הגם די מיטלשול געפֿינט זיך אויפֿן צווייטן שטאָק פֿון דער אָרטיקער רעפֿאָרם־סינאַגאָגע "בני־ישׂראל", האָט דער דירעקטאָר פֿון דער שול, ראַבינער עדוואַרד האַרוויץ, איבערגעגעבן דעם "פֿאָרווערטס", אַז די מיטלשול איז נישט פֿאַרבונדן מיט קיין סינאַגאָגע אָדער אידעאָלאָגישער באַוועגונג. "אונדזער ציל איז בילדונג, נישט אינדאָקטרינירונג," האָט ער געזאָגט. טאַקע דערפֿאַר לאָזט ער די יונגע לײַט אָרגאַניזירן וואָס פֿאַר אַ מין מנינים מע זאָל דורכפֿירן יעדן אינדערפֿרי. וואָס האָבן די תּלמידים באַשטימט? צוויי מנינים: אַ טראַדיציאָנעלער מיט אַ מחיצה, און אַ "לערן־מנין" פֿאַר אָנהייבער.
דער געהילף־דירעקטאָר, טאָד דאָקטער, בעת דער אָריענטאַציע |
Credit: JHSC |
דער 46־יאָריקער פֿילאַדעלפֿיע־געבוירענער האַרוויץ, וועלכער האָט באַקומען זײַן סמיכה פֿונעם "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר", אַרבעט שוין מער ווי 20 יאָר אויפֿן געביט פֿון ייִדישער דערציִונג, און איז באַקאַנט פֿאַר זײַן פֿירערשאַפֿט אין פּלוראַליסטישע ייִדישע מיטלשולן. מיט יאָרן פֿריִער האָט ער געגרינדעט די אָנגעזעענע Jewish Community High School of the Bay אין סאַן־פֿראַנציסקאָ, קאַליפֿאָרניע. נאָך דעם האָט ער געאַרבעט ווי דער דירעקטאָר פֿון ישׂראל־פּראָגראַמען בײַ דער "מילקען מיטלשול" אין לאָס־אַנדזשעלעס. דאָרט האָט ער אײַנגעפֿירט אַ דרײַ־יאָריקע פּראָגראַם, וווּ די תּלמידים שטודירן איין סעמעסטער אין ישׂראל און די איבעריקע צוויי יאָר לערנען זיי אינטענסיוו וועגן די פּאָליטישע און קולטורעלע עלעמענטן אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט.
"מײַן גרעסטע הנאה איז אָנצוהייבן נײַע שולן," האָט האַרוויץ זיך געוויצלט. טאַקע דערפֿאַר האָט ער קיין מאָל נישט אָנגענומען קיין פּאָזיציע ווי אַ סינאַגאָגע־ראַבינער. זײַן שליחות, זאָגט ער, איז צו מוטיקן קהילות צו טראַכטן אָפּטימיסטיש וועגן ייִדישער דערציִונג, און צו אינוועסטירן אין נײַע פּראָגראַמען, וואָס וועלן אויסשולן נײַע דורות פֿון איבערגעגעבענע ייִדן.
מיט פֿינף יאָר צוריק, בעת ער האָט געאַרבעט אין קאַליפֿאָרניע, האָט ער שוין געהערט קלאַנגען, אַז מע פּלאַנירט אַ ייִדישע מיטלשול "אויפֿן מיזרח־ברעג", און אין 2008 האָט די שול אים פֿאַרבעטן צו ווערן דער דירעקטאָר.
האַרוויץ האָפֿט, אַז די "ייִדישע מיטלשול פֿון קאָנעטיקאָט" וועט העלפֿן די תּלמידים אַנטוויקלען "אויסגעצייכנטע אַקאַדעמישע פֿעיִקייטן, אַ טיפֿע אָפּשאַצונג פֿון זייער ייִדישער אידענטיטעט און אַ שטאַרקן מאָראַלישן כאַראַקטער, וואָס זאָל זיי צוגרייטן צום לעבן אין אוניווערסיטעט און אין דער וועלט בכלל."
ריטש וואָלטער, דער דירעקטאָר פֿונעם "צענטער פֿאַר ייִדישן לעבן און לערנען" בײַ דער "ייִדישער פֿעדעראַציע פֿון דער ניו־הייווען געגנט", איז זייער צופֿרידן מיט דער נײַער מיטלשול, און מיטן דירעקטאָר. ער האָט דערציילט, אַז די פֿעדעראַציע פֿירט אָן מיט אַ טיילצײַטיקער ייִדישער מיטלשול פֿאַר יונגע לײַט פֿון די עפֿנטלעכע שולן, וואָס טרעפֿט זיך יעדן מיטוואָך. "ראַבײַ האַרוויץ האָט דאָרט געלערנט אַ דרײַ־וואָכיקן קלאַס וועגן ייִדישע אַחריותן, וואָס האָט שטאַרק אויסגענומען בײַ די תּלמידים."
האַרוויץ האַלט, אַז די תּלמידים דאַרפֿן שפּילן אַ גרויסע ראָלע אין דער ריכטונג פֿון זייער דערציִונג. "זיי דאַרפֿן זיך אויסלערנען ווי אויסצודריקן זייערע געדאַנקען. איך וויל, אַז זיי זאָלן זיך נישט שעמען צו שטעלן אונדז, לערער, שווערע קשיות, און צו דעבאַטירן מיט אונדז."
מיט צוויי וואָכן צוריק האָט האַרוויץ, וועלכער לערנט אויך עטלעכע קלאַסן אין דער שול, באַרירט עטלעכע פּראָוואָקאַטיווע ענינים, וואָס שפּיגלען אָפּ די מיינונגען פֿון ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן. זעענדיק ווי די תּלמידים דעבאַטירן אים נישט, האָט ער געפֿרעגט: "האָט איינער פֿון אײַך אַ מאָל זיך אַנטקעגנגעשטעלט אַ לערער?" ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן געענטפֿערט, אַז ניין.
האַרוויץ האָט דעמאָלט ציטירט דעם באַקאַנטן פּעדאַגאָג דייוויד האַרטמאַן. "איך האָב אַ טבֿע, איך זאָג אַרויס זייער שטאַרקע מיינונגען — האָט האַרוויץ זיי געוואָרנט — און איך וויל, אַז אויך איר זאָלט האָבן שטאַרקע מיינונגען. ווער ווייסט, אפֿשר וועט איינער פֿון אײַך מיך אַפֿילו קענען איבערצײַגן? ווי צעהיצט אונדזער דיסקוסיע זאָל נישט ווערן, מאַכט עס נישט אויס — ווײַל אין לעצטן סך־הכּל, וועלן מיר תּמיד פּראַווען שבת אין איינעם."