פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר, ייִדיש־וועלט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
דער שער־בלאַט פֿונעם באַנד "ייִדישע פֿאָלקסלידער פֿון רוסלאַנד", 1901

אין דער ייִדישער פֿאָלקלאָריסטישער ליטעראַטור טרעפֿט מען אָפֿט זאַמלונגען פֿון פֿאָלקסלידער, וואָס די זאַמלערס האָבן אַרײַנגעשיקט פֿון פֿאַרשיידענע ערטער איבער מיזרח־אייראָפּע. אַמאָל, אָבער זעלטענער, ווערט געדרוקט אַ זאַמלונג פֿון איין שטעטל, אָדער אַפֿילו פֿון איין זינגער פֿון אַ שטעטל. לאָמיר אַ קוק טאָן אויף די קלאַסישע אַנטאָלאָגיעס און זען פֿון וואַנען די לידער האָבן געשטאַמט.

ש. גינזבורג און פּ. מאַרעקס זאַמלונג "ייִדישע פֿאָלקסלידער אין רוסלאַנד", וואָס איז געדרוקט געוואָרן אין 1901, איז געווען די ערשטע וויכטיקע אויסגאַבע. אין 1898 האָבן די צוויי רעדאַקטאָרן פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אויפֿרוף צו זאַמלען פֿאָלקסלידער. פֿופֿציק "קאָרעספּאָנדענטן" האָבן אַרײַנגשיקט לידער צו די צוויי רעדאַקטאָרן.

ייִדיש־וועלט
פֿון אלישבֿע כּהן־צדק (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ה. גראָסבאַרד לייענט אַ משל פֿון אליעזר שטיינבאַרג

דאָס איז געווען מער־ווייניקער אין יאָר 1993, אַ יאָר דרײַ נאָך אונדזער עליה. די ידיעה, אַז דער וועלט־באַרימטער רעציטאַטאָר פֿון ייִדישער דיכטונג, הערץ גראָסבאַרד, לעבט, אַז ער איז דאָ אין ישׂראל, אַז ער איז אַלט הונדערט יאָר און טרעט נאָך, פֿון צײַט צו צײַט, אַרויס פֿאַרן עולם, האָט מיך אַרײַנגעבראַכט אין התפּעלות און דערוועקט אַן אויסטערלישן געדאַנק — אַז דאָס לעבן איז אייביק. דאָס דורכגעלעבטע זינט יענעם טאָג, ווען מיר האָבן צום ערשטן מאָל אין ווילנע געהערט גראָסבאַרדן (די צווייטע וועלט־מלחמה, דער אומברענג פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום און נאָך דעם — דער אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל — די אַלע געשעענישן, וואָס האָבן קוים געקענט זיך אויסשטעלן אין די ענגע ראַמען פֿון זעכציק יאָר —

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק
חנה מלאָטעק מיט אירע טאַטע־מאַמע: 
לייזער און באַשע גאָרדאָן

ווען איך און מײַן שוועסטער מלכּה גאָטליב (וואָס איז שפּעטער געוואָרן אַ פּיאַניסטין און אַקאָמפּאַניסט) זײַנען געווען קינדער, האָט אונדזער פֿאָטער, לייזער גאָרדאָן, אַן אימיגראַנט פֿון סטאָלפּץ, ווײַס־רוסלאַנד, געזונגען מיט אונדז זייער פֿיל ייִדישע לידער. שפּעטער האָבן מיר זיך דערוווּסט, אַז די לידער זײַנען פֿון פֿאַרשיידענע באַרימטע מחברים וואָס מײַן פֿאָטער האָט זיי געטראָגן אין זײַן זכּרון. ער האָט געדענקט די לידער וואָס זײַן מוטער מרים מלבים־גאָרדאָן האָט געזונגען.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

די ליבע איז דאָרט — מײַן נר־תּמיד.

עס ברענט און לעשט קיין מאָל ניט אויס.

אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען


די זינגערין און חזנטע חנהלע בראַון איז גוט באַקאַנט דער ייִדיש־וועלט אין ניו־יאָרק. ווען זי האָט נאָך געהאַט איר מיידלשן נאָמען — חנה סלעק האָט מען זי געזען און געהערט שפּילן און זינגען אינעם "פֿאָלקסבינע"־טעאַטער. אין "פֿאָרווערטס" פֿירט זי די רובריק "טײַערע חזנטע", אין וועלכער זי ענטפֿערט אויף פּערזענלעכע פֿראַגעס פֿון לייענער איבערן לאַנד. נאָך דעם ווי זי האָט שטודירט חזנות אינעם "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר" האָט זי געפֿונען אַ שטעלע אינעם באַקאַנטן "סיני טעמפּל" אין לאָס־אַנדזשעלעס, וווּ זי וווינט און אַרבעט הײַנט ווי אַ חזנטע.

ייִדיש־וועלט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿון רעכטס: אַבֿרהם רייזען און באָריס קלעצקין
(פֿון אַ "
פֿאָרווערטס"
־מאַטריצע)

עס וואָלט געווען ניט יושרדיק צו פֿאַרגעסן און פֿאַרשווײַגן אַ וויכטיקן יובֿל אין דעם היסטאָרישן קאַלענדאַר פֿון אונדזער קולטור: מיט הונדערט יאָר צוריק האָט זיך באַוויזן דער ווילנער פֿאַרלאַג פֿון באָריס קלעצקין. אַ מאָל, ווען איך האָב געשריבן אַ בוך וועגן "ראָמאַנטישע באַציִונגען" צווישן ייִדישע שרײַבער און קאָמוניזם, האָב איך געזוכט די ערשטע שפּורן פֿון דעם דאָזיקן פֿאַרלאַג.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
דער קלאַס פֿאַר טראַדיציאָנעלן נישט־באַגלייטן ייִדישן געזאַנג בײַ "
ייִדיש זומער ווײַמער" 2010

צווישן די ייִדישע מוזיק־פֿעסטיוואַלן וואָס קומען פֿאָר יעדן מיטוואָך און דאָנערשטיק בעת די זומער־חדשים, צייכנט זיך אויס "ייִדיש זומער ווײַמאַר", וואָס פּראַוועט זײַן צענטן יאָר, מיט זײַן אייגנאַרטיקן צוגאַנג צו דער ייִדישער מוזיק און קולטור. קודם־כּל, ווערט די אונטערנעמונג נישט געפֿירט ווי קיין פֿעסטיוואַל, נאָר ווי אַ סעמינאַר, אַ לערן־וואַרשטאַט. בעת די זעקס וואָכן פֿון "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר" שטודירט אינטענסיוו אַ קליינע גרופּע סטודענטן, צווישן צוואַנציק און פֿערציק אין צאָל, אַ ספּעציפֿישע מוזיקאַלישע טעמע מיט דרײַ, פֿיר לערער. די גרופּע בלײַבט צוזאַמען די גאַנצע צײַט, נישט ווי בײַ "קלעז־קאַנאַדע" אָדער "קלעז־קעמפּ", וווּ יעדער קען אויסקלײַבן פֿאַרשיידענע קלאַסן פֿון אַ לאַנגער רשימה מעגלעכקייטן.

פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר, ייִדיש־וועלט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
אַ חדר פֿאַר מיידלעך, לאַסקערעוו, פּוילן

דער טאַטע, ער וויקלט

מיך אײַן אין אַ טלית,

און פֿירט מיך צו דיין

אַוועק;

עס גייט מיט די מאַמע,

דער זיידע, דער רבי,

מען שיט אויס מיט האָפּן

מײַן וועג.

י. אַדלער


דאָס ליד "אין חדר" פֿונעם לידער־בוך "זכרונות" פֿונעם פּאָעט יעקבֿ אַדלער, באַשרײַבט די ערשטע יאָרן פֿונעם חדר־ייִנגל. אין אַדלערס גאַליצישן שטעטל האָט דאָס ייִנגל, נאָך איין יאָר אין חדר, געהאַלטן אַ דרשה פֿאַרן דיין. וועגן דעם מינהג צו באַשיטן דעם וועג מיט האָפּן האָב איך דאָרטן געלייענט צום ערשטן מאָל, און ס׳איז מיר אַ ביסל אַ רעטעניש. האָפּן זענען דאָך באַקאַנט פֿאַר זייער ביטערקייט, און געוויינטלעך, האָבן די מינהגים פֿון די ערשטע טעג אין חדר צו טאָן מיט דער זיסקייט פֿון לערנען תּורה. מע וואַרפֿט צוקערלעך איבערן קאָפּ פֿונעם ייִנגל, אָדער מע גרייט צו זיסוואַרג אין דער פֿאָרעם פֿון די אותיות און אַנדערע ענלעכע טראַדיציעס.

געשיכטע, ייִדיש־וועלט
פֿון עקיבֿא פֿישבין (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ריקאַרדאָ קאַלימאָני און זײַן בוך וועגן די ייִדן אין ווענעציע

ריקאַרדאָ קאַלימאָני איז אַ ייִד פֿון אַלטן איטאַליענישן ייִחוס. אַמאָל־אַמאָל האָבן זײַנע אָבֿות געהאַט שטיין זייערע געצעלטן בײַ די ברעגעס פֿון דײַטשן רײַן און זיך גערופֿן קלמן. געטריבן פֿון רדיפֿות זענען זיי אַוועק קיין ווענעציע, ווײַל דאָרט, האָבן זיי געהערט, לייגט אַ ייִד לײַכטער אַ ביסן אין מויל אַרײַן. בכדי צו דערגיין די וואָרצלען פֿון זײַן שטאַם האָט דער מחבר פֿון בוך גענישטערט אין די פֿאַרשטויבטע אַרכיוון פֿון אַלטן ווענעציע, געפֿאָרשט ביכער אָן אַ שיעור, און, ווי אַ שרײַבער בחסד עליון, אונטערגעטראָגן דער וועלט, שוין נישט אַ ייִחוס־בריוו פֿון זײַן שטאַם, אלא אַ צאַפּלדיקע געשיכטע פֿון אַ ייִדישער סבֿיבֿה אויף אַ מהלך פֿון יאָרן.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

צום 20סטן יאָרצײַט

לעאָן בערטיש איז געבוירן געוואָרן אין 1898 אין מיהאַלען, מאָלדאַוויע. ער איז געווען אַ באַנק־באַאַמטער אין בוקאַרעשט און איז געשטאָרבן אין . 1980 אויב עמעצער האָט ווײַטערע ידיעות וועגן אים, בעטן מיר עס צושיקן צו אונדז. אין דעם צוגאָב־באַנד פֿון "לעקסיקאָן" פֿון בערל כּהן פֿעלן ביאָגראַפֿישע ידיעות. בערטישעס לידער געפֿינען זיך אין זאַמלבוך "אויפֿשטײַג", בוקאַרעשט 1964 .

דאָס פּינטעלע ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך
לייב קוויטקאָ, 1932

איך בין אויסגעוואַקסן אין אַ משפּחה, וווּ מע האָט גערעדט ייִדיש, אָבער קיין ייִדישע ביכער, ווען איך בין געווען אַ קינד, האָבן מיר ניט געהאַט. די גאַנצע ביבליאָטעק פֿון מײַנע עלטערן איז פֿאַרניכטעט געוואָרן בעת דער מלחמה. אַזוי אַז מײַן באַקאַנטשאַפֿט מיט ייִדישע שרײַבער האָט זיך אָנגעהויבן פֿון רוסישע איבערזעצונגען. צווישן זיי זײַנען געווען אויך קינדער-לידער פֿון לייב קוויטקאָ (1890—1952). מיליאָנען סאָוועטישע קינדער האָבן געקענט זײַנען לידער, איבערגעזעצט אויף רוסיש און אַנדערע שפּראַכן. אָבער ס’רובֿ פֿון זיי האָבן קיין אַנונג ניט געהאַט, אַז דער מחבר — לעוו קוויטקאָ — האָט זיי געשריבן אויף ייִדיש.

ישׂראל, ייִדיש־וועלט
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פּראָפֿ׳ אַבֿרהם נאָווערשטיין טרעט אויף פֿאַר די סטודענטן

10 יאָר פֿון ייִדיש־קורס פֿאַר דערוואַקסענע

מיטוואָך, דעם 16טן יוני, האָט זיך פֿײַערלעך פֿאַרענדיקט דאָס צענטע יאָר פֿון דעם יערלעכן ייִדיש־קורס פֿאַר דערוואַקסענע. אָנגעהויבן האָט זיך דער דאָזיקער אויסנעמלעכער און פּאָפּולערער קורס מיט 90 סטודענטן. אין דעם לעצטן, פֿאַרגאַנגענעם, לערן־יאָר האָט די צאָל דערגרייכט ביז 340 סטודענטן.

וואָך־אײַן וואָך־אויס, זענען זיי געקומען פֿון נאָענט און פֿון ווײַט צו לערנען די ייִדישע שפּראַך און ליטעראַטור, צו באַקענען זיך מיט דער ייִדישער קולטור בכלל.

ייִדיש־וועלט
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿון רעכטס — גיטל, פֿון לינקס — עלקע, די דריטע איז פּונקט דעמאָלט געלעגן קראַנק. (וואַסאַר קאָלעדזש)

ייִדיש־לימוד באַהאַלט זיך אויס אין די זעלטנסטע ווינקעלעך, אין די פֿאַרוואָרפֿנסטע העק איבערן לאַנד. איך למשל בין שוין פֿאַרבונדן מיט וואַסאַר־קאַלעדזש כּמעט פֿינף יאָר צײַט. פֿיר מאָל אַ יאָר לאָז איך זיך אַרויס אין וועג אַרײַן געבן ייִדיש־עקזאַמענס.

וואַסאַר־קאַלעדזש געפֿינט זיך אין אַ קליין שטעטל אין צפֿון פֿון ניו־יאָרק, וואָס הייסט פּאָקיפּסי. ס׳איז אַזוי גוט ווי אַ מהלך פֿון אַרום פֿינף און זיבעציק מײַל פֿון ניו־יאָרק. וועט איר דאָך פֿרעגן היתּכן? ווי קומט עס וואָס שפּראַך־לערער איז נישט דערלויבט צו געבן זייערע קלאַסן עקזאַמענס?