- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
איך פֿאַרברענג אַ היפּש ביסל צײַט בײַם לייענען אַלטע נומערן פֿון "פֿאָרווערטס", און מיט אייניקע רעזולטאַטן פֿון מײַנע "אויסגראָבונגען" טייל איך זיך אין אָט דעם ווינקל פֿון "פֿאָרווערטס". כ’מוז זאָגן, אַז איך האָב הנאה פֿון גריבלען זיך אין דעם אַלטן "פֿאָרווערטס", בפֿרט ביזן אָנהייב 1930ער יאָרן. דער "פֿאָרווערטס" געפֿעלט מיר ווי אַ צײַטונג מיט אַ רעלאַטיוו באַגרענעצטן ניוואָ פֿון דאָגמאַטישקייט. דאָס הייסט, אַז די צײַטונג האָט, פֿאַרשטייט זיך, געפּריידיקט סאָציאַליזם, אָבער "סאָציאַליזם" האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט ניט קיין שמאָלע אידעאָלאָגישע סטעזשקע, נאָר אַ ברייטן שליאַך, מיט אַ גרויסער צאָל בײַ-וועגן. אין דעם "פֿאָרווערטס" האָבן געשריבן לײַט מיט גאַנץ פֿאַרשיידענע מינים וועלט-באַנעמען. די אַנטוויקלונג פֿון נײַע עלעקטראָנישע טעכנאָלאָגיעס, וואָס דערמעגלעכן צו האַלטן און איבעראַרבעטן ריזיקע מאַטעריאַלן פֿון אינפֿאָרמאַציע, האָט אויפֿגעלעבט אַ בראַנזשע פֿון שפּראַך־וויסנשאַפֿט, וועלכע מען האָט שוין לאַנגע יאָרן געהאַלטן פֿאַר אַן אַלט־פֿרענקישע. אין די 1960 יאָרן האָט דער לינגוויסטישער הויפּטשטראָם געביטן זײַן ריכטונג, אין דער גרויסער מאָס אונטער דער השפּעה פֿונעם אַמעריקאַנער פֿאָרשער נועם כאָמסקי. אַנשטאָט צו פֿאָרשן דעם שפּראַך־מאַטעריאַל ווי אַן עמפּירישן פֿענאָמען, וואָס עקזיסטירט פֿון און פֿאַר זיך אַליין, האָט זיך דער נײַער דור לינגוויסטן גענומען צו פֿאָרשן די אַלגעמיינע פּראָצעסן פֿון פֿאָרמירן איינצלנע שפּראַך־איינסן, וועלכע קומען פֿאָר אינעם מענטשלעכן קאָפּ און זײַנען אומאָפּהענגיק פֿון אַ קאָנקרעטער שפּראַך. ווער וואָלט געקענט גלייבן, אַז דײַטשלאַנד וועט ווערן אַ צענטער פֿון ייִדיש געזאַנג און קלעזמער־מוזיק נאָכן חורבן? דער פֿענאָמען איז אַ גאָר אינטערעסאַנטער און קאָמפּליצירטער און ווערט גוט דאָקומענטירט אין אַ נײַער קאָמפּאַקטל־געשיכטע וואָס די דײַטשע פֿירמע "Bear Family Records" האָט אין חודש יוני אַרויסגעגעבן אויף 12 דיסקן. די פֿירמע האָט אַ שם פֿאַר אירע אויסשעפּיקע אַנטאָלאָגיעס פֿון רעקאָרדירונגען, און אין דער נײַסטער — "זאָל זײַן: ייִדישע מוזיק אין דײַטשלאַנד און איר אײַנפֿלוס (1953—2009)" — האָט מען אַרײַנגעלייגט אַ סך פֿאָרש־אַרבעט און מי. "זאָל זײַן" (Sol Sajn) ווערט אײַנגעטיילט אין פֿיר חלקים און יעדער חלק באַשטייט פֿון דרײַ קאָמפּאַקט־דיסקן. שוין דאָס זעקסטע מאָל, ווי עס קומען פֿאָר אין דער אָפֿיציעלער רעזידענץ פֿון פּרעזידענט פֿון דער מדינה, שמעון פּערעס אין ירושלים, באַגעגענישן אין דער סעריע "ספֿרות ותרבות בבֿית־הנשׂיא" — ליטעראַטור און קולטור אין בית־הנשׂיא. מיטוואָך, דעם 23סטן יוני, איז די באַגעגעניש געווען געווידמעט דער טעמע: "היידיש — תּרבותה והתעוררותה" — ייִדיש, איר קולטור און איר אויפֿוואַכונג. עס איז געווען אַ הייסער זומער־נאָכמיטאָג. הונדערטער מענטשן, יונג און אַלט, האָבן געשטראָמט צו בית־הנשׂיא, כּדי אָנטייל צו נעמען אין דער דאָזיקער אָנזעעוודיקער און חשובֿער באַגעגעניש. יעדער איינער פֿון זיי, וואָס ייִדיש איז אים ליב און טײַער, אָדער וועלכער האָט אַ באַזונדערס וואַרעמען געפֿיל צו ייִדיש, צוזאַמען מיט דער גרויסער צאָל "ייִדישע שרײַבער און דיכטער, אַקטיאָרן פֿון דער ייִדישער בינע, ייִדיש־לערער און ייִדישע קולטור־טוער האָבן געפֿילט אַ דערהייבונג זיך צו טרעפֿן פּנים־אל־פּנים מיט דעם פּרעזידענט פֿון דער מדינה לכּבֿוד דעם נײַעם אַדרעס פֿאַר ייִדיש, וואָס מיר פֿײַערן אין "בן־גוריון־אוניווערסיטעט", דאָ אין באר־שבֿע, ווילט זיך זאָגן אַ פּאָר ווערטער וועגן ייִדיש־אַדרעסן בכלל. אַדרעסן זענען אַ נײַעס אויף דער ייִדישער גאַס. רש״י האָט קיין אַדרעס ניט געהאַט. דער קאָצקער רבי אויך ניט. אָבער אָן צעגליאַנע נומ׳ 1 — פּרצעס באַרימטער אַדרעס אין וואַרשע — וואָלט אַ גאַנצער דור שרײַבער־אָנהייבערס ניט געהאַט וווּהין עולה־רגל צו זײַן, ניט געהאַט וווּהין אָנצוקלאַפּן אין טיר, מיט קלאַפּנדיקע הערצער. שפּעטער, איז דער שרײַבער־פֿאַראיין אויף טלאָמאַצקי 13 געוואָרן דער צענטראַלער אַדרעס פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַטור אין פּוילן. אָבער אויף צו בלײַבן וויטאַל, פֿילפֿאַרביק, מוז אַ קולטור פֿאַרמאָגן מערערע אַדרעסן: Niemandssprache: Itzik Manger – Ein europäischer Dichter ("ייִדיש איז הפֿקר׃ איציק מאַנגער — אַן אייראָפּעיִשער דיכטער"). דאָס בוך וועט אַרויסגיין אין זורקאַמפּ־פֿאַרלאַג אין דײַטשלאַנד, אין 2011. אפֿרת גל־עד איז געבוירן געוואָרן אין טבֿריה, האָט שטודירט גערמאַניסטיק, ייִדישע לימודים, ייִדישע ליטעראַטור און מאָלערײַ אין דײַטשלאַנד. זי איז טעטיק ווי אַ קינסטלערין, איבערזעצערין און שרײַבערין. זי לערנט ייִדיש אין דעם הײַנריך־הײַנע־אוניווערסיטעט אין דיסלדאָרף. במשך פֿון מײַ און יוני האָב איך באַקומען צוויי ערשט־דערשינענע קאָמפּאַקטלעך, וואָס זיי וואַרפֿן זיך אין די אויגן מיט זייער אַנדערשקייט; ביידע קלינגען זיי אַנדערש פֿון דער געוויינטלעכער הײַנטיקער ייִדישער מוזיק, און אַנדערש איין קאָמפּאַקטל פֿונעם אַנדערן. איין גרופּע באַציט זיך צו דער מוזיק מיט אַ ביסל איראָניע, די אַנדערע מיט אַן אינטענסיווער נײַגעריקייט. די זינגערין פֿון דער גרופּע "ייִדישע פּרינצעסין" איז שׂרה־מינע גאָרדאָן, די טאָכטער פֿון דער באַקאַנטער זינגערין און געזאַנג־לערערין חנה (אַדריאַן) קופּער. יענע וואָך האָט די ענגלישע צײַטונג "דזשויִש וויק" [Jewish Week] זי אַרויפֿגעשטעלט אויף זייער יערלעכער רשימה פֿון "36 ייִדן ייִנגער פֿון 36" וועלכע וועלן מאַכן, ווי מע האָפֿט, אַ רושם אין דער צוקונפֿט. דאָס הייסט, אַז די וועלט האַלט שוין אַן אויג אויף שׂרה־מינע גאָרדאָן און איר קאַריערע. איך אַרבעט אינעם "אינסטיטוט פֿון פּאָליטישע און עטנאָ-נאַציאָנאַלע פֿאָרשונגען אויפֿן נאָמען פֿון איוואַן קוראַס" בײַ דער "נאַציאָנאַלער אַקאַדעמיע פֿון וויסנשאַפֿט אין אוקראַיִנע", אינעם אָפּטייל פֿון ייִדישער געשיכטע און קולטור, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אין 1992. דאָס איז דער איינציקער וויסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמישער אַנשטאַלט אין לאַנד, וואָס פֿאַרנעמט זיך אויף אַ הויכן וויסנשאַפֿטלעכן ניוואָ מיט דער ייִדישער פּראָבלעמאַטיק. איינע פֿון די ערשטע פֿאָרשאַרבעטן מײַנע איז געווען אַ שטודיע וועגן די אופֿנים ווי מיכל גאָרדאָנס באַרימט ליד "די באָרד" האָבן זיך פֿאָלקלאָריזירט, געענדערט אין טעקסט און ניגון. הײַנט גיבן מיר צו אינפֿאָרמאַציעס צו דעם געדרוקטן אַרטיקל אין די "ייִוואָ־בלעטער" אין 1951. אַ פֿריִערדיקער אַרטיקל וועגן פֿאָלקלאָריזאַציע איז געווען ש. ז. פּיפּעס אַרבעט וועגן דוד עדעלשטאַטס ליד "דער אַרבעטער" אין דובֿ און מאיר נויס בוך וועגן לידער פֿון גאַליציע, געזאַמלט פֿון עוזר און ש. ז. פּיפּע. אַן אַנדער אַרטיקל אין מאַנוסקריפּט פֿון פּיפּע האָב איך געזען וועגן מיכל גאָרדאָנס ליד "די משקה" אין די 80ער יאָרן. עס פֿרייט אונדז, ווען קינדער פֿון ייִדישע שרײַבער זענען ממשיך די קולטור־אַרבעט פֿון זייערע טאַטע־מאַמעס. צום באַדויערן, געשעט דאָס נישט גענוג אויף דער ייִדישער גאַס, אָבער ביילע בריקס־קלײַן, די טאָכטער פֿונעם שרײַבער ירחמיאל בריקס, איז איינע פֿון די אַקטיווסטע ייִדישע כּלל־טוער הײַנט אין ישׂראל און אַרבעט אין עטלעכע אָרגאַניזאַציעס, פֿאַרנעמט פֿאַרשיידענע ייִדיש־פּאָזיציעס אין לאַנד, צווישן זיי אויך ווי די אָפֿיציעלע פֿאָרשטייערין פֿונעם "פֿאָרווערטס". דעם 15טן יולי 1921 האָט ב. צבֿיון (בן-ציון האָפֿמאַן, 1874—1954), איינער פֿון די פֿירנדיקע זשורנאַליסטן פֿון "פֿאָרווערטס", געשריבן אין דער צײַטונג וועגן דער קולטור-ליגע: יעדער, וואָס אינטערעסירט זיך מער אָדער ווייניקער מיט דעם ייִדישן לעבן אין אוקראַיִנע, ווײַסרוסלאַנד, פּוילן, ליטע און לאַטוויע (לעטלאַנד), האָט געוויס געהערט וועגן דער ייִדישער קולטור-ליגע. [...] די קולטור-ליגע איז געגרינדעט געוואָרן אין חודש אַפּריל 1918, און אין אַ גאַנץ קורצער צײַט האָט זיך איר טעטיקייט פֿאַרשפּרייט איבער גאַנץ אוקראַיִנע. אַרום דער קולטור-ליגע האָבן זיך אָנגעפֿאַנגען קאָנצענטרירן די פֿאַרשידנאַרטיקסטע קרעפֿטן פֿון דער ייִדישער ראַדיקאַלער אינטעליגענץ, וועלכע זײַנען געווען פֿאַראינטערעסירט אין דער בויונג פֿון די ייִדישע פֿאָלקס-מאַסן און אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער קולטור. [...] זונטיק, דעם 16טן מײַ, האָבן די קרובֿים און פֿילצאָליקע פֿאַרערער פֿון שעפֿערישן עזבֿון פֿונעם גרויסן ייִדישן שרײַבער, שלום-עליכם, אָפּגעמערקט זײַן 94סטן יאָרצײַט אינעם בנין פֿון דער "ברודערשאַפֿט"-סינאַגאָגע אין מאַנהעטן. די הײַיאָריקע פֿאַרזאַמלונג פֿונעם "עלטסטן לעבעדיקן עולם אין ניו-יאָרק" (ווי עמעצער האָט אָנגערופֿן אַמאָל די אָנטיילנעמער-סבֿיבֿה פֿון שלום-עליכמס יאָרצײַטן), האָט געעפֿנט איינער פֿון זײַנע אוראייניקלעך, קענעט קאַופֿמאַן. די פֿראַגמענטן פֿונעם שרײַבערס צוואה, אויף ייִדיש און ענגליש, האָבן פֿאָרגעלייענט דער באַקאַנטער אַקטיאָר, בינע-רעזשיסאָר און מוזיקאַנט, זלמן מלאָטעק, און שלום-עליכמס אייניקל, שערווין קאַופֿמאַן (מיט עטלעכע וואָכן צוריק, איז ער געוואָרן 90 יאָר אַלט). |