װעלט פֿון ייִדיש
פֿון דוד־הירש ראָסקעס
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דוד־הירש ראָסקעס
דוד־הירש ראָסקעס

לכּבֿוד דעם נײַעם אַדרעס פֿאַר ייִדיש, וואָס מיר פֿײַערן אין "בן־גוריון־אוניווערסיטעט", דאָ אין באר־שבֿע, ווילט זיך זאָגן אַ פּאָר ווערטער וועגן ייִדיש־אַדרעסן בכלל.

אַדרעסן זענען אַ נײַעס אויף דער ייִדישער גאַס. רש״י האָט קיין אַדרעס ניט געהאַט. דער קאָצקער רבי אויך ניט. אָבער אָן צעגליאַנע נומ׳ 1 — פּרצעס באַרימטער אַדרעס אין וואַרשע — וואָלט אַ גאַנצער דור שרײַבער־אָנהייבערס ניט געהאַט וווּהין עולה־רגל צו זײַן, ניט געהאַט וווּהין אָנצוקלאַפּן אין טיר, מיט קלאַפּנדיקע הערצער.

שפּעטער, איז דער שרײַבער־פֿאַראיין אויף טלאָמאַצקי 13 געוואָרן דער צענטראַלער אַדרעס פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַטור אין פּוילן. אָבער אויף צו בלײַבן וויטאַל, פֿילפֿאַרביק, מוז אַ קולטור פֿאַרמאָגן מערערע אַדרעסן: אַדרעסן פּראָסטע און חשובֿע; אויף דער שוסטער־גאַס און אין די הויכע פֿענצטער; אַדרעסן פֿאַר אַלע, און אַדרעסן נאָר פֿאַר יחידי־סגולה. כּל־זמן ייִדיש־וואַרשע האָט געלעבט, האָבן געלעבט אין איר כּלערליי אַדרעסן: הלל צייטלינס ליטעראַרישער סאַלאָן אויף שליסקע 60; די רעדאַקציעס "הײַנט" און "מאָמענט", דאָס אָרטאָדאָקסישע "ייִדישער טאָגבלאַט" און די בונדישע "פֿאָלקס־צײַטונג"; די "ליטעראַרישע בלעטער" און "דער אַשמדאַי"; אַ קונסט־טעאַטער, אַ שונד־טעאַטער און אַ קליינקונסט־טעאַטער; אַ פּאַראַדנע סינאַגאָגע פֿאַר די שיינע ייִדן אויף טלאָמאַצקי און אַ שיל פֿאַר ייִדישע גנבֿים און אונטערוועלטניקעס אויף סמאָטשע.

אַזוי אויך אין ניו־יאָרק. אַחוץ און מחוץ די גרויסע רעדאַקציעס אויף איסט־בראָדוויי האָבן די יונגע שרײַבערס געמאַכט שבת פֿאַר זיך אין רעסטאָראַנען ווי גוטמאַן און לעווין, אָדער אין קאַפֿעען ווי דער באַרימטער קאַפֿע־ראָיאַל. נאָך אין מײַנע צײַטן, אין די שפּעטע 60ער, אָנהייב 70ער יאָרן, האָבן עקזיסטירט צוויי ייִדיש־אַרכיוון וואָס האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט צוויי ייִדיש־וועלטן — דער ייִוואָ־אַרכיוו אויף דער 5טער עוועניו און 86סטער גאַס, און דער "בונד"־אַרכיוו אינעם אַטראַן־בנין אויף איסט 78סטער גאַס, וואָס בײַ אים אין קעלער איז געווען אַ היימישער, טריפֿענער רעסטאָראַן.

ייִדיש־אַדרעסן, הייסט עס, מוזן זײַן כּלערליייִקע: פֿאַר עמך און פֿאַר אַקאַדעמיקער.

* * *

ייִדיש לעבט דאָרט וווּ עס לעבן ייִדן, און ייִדן, דאַנקען גאָט, זיצן ניט אויף אַן אָרט. ייִדן האָבן ניט קיין זיצפֿלייש. בײַ אונדז אין מאָנטרעאָל האָבן זיך אַלע ייִדיש־אַדרעסן געביטן במשך מײַנע קינדער־ און יוגנט־יאָרן. דער שווערפּונקט פֿון דער קהילה איז אַריבער פֿון "דהע מיין," פֿון דער אימיגראַנטישער געגנט, הייסט עס, צו די נײַערע טיילן שטאָט. די ייִדישע פֿאָלקשול, למשל, איז אַריבער פֿון אַ באַשיידענעם זעלבשטענדיקן בנין אויף ווייווערלי־גאַס צו אַ געראַמען, צוויי־גאָרנדיקן בנין אויף וואַן האָרן. די ייִדישע פֿאָלקס־ביבליאָטעק, נעבעך, האָט קוים מיט צרות אויפֿגעבויט איר נײַעם בנין אויף עספּלאַנאַד, און איידער וואָס און איידער ווען, נאָך קנאַפּע 13 יאָר, האָט זי געמוזט זיך איבערפּעקלען אין דעם צווייטן עק שטאָט, וווּ זי שטייט ביזן הײַנטיקן טאָג.

אין פּאַריז טוט זיך אויף טיש און אויף בענק, ווײַל דער מעדעם־צענטער ציט זיך אַריבער אויף אַ נײַעם אַדרעס, ממש צוויי טריט פֿון פּלאַס דע לאַ רעפּובליק אין דער 10טער געגנט פֿון שטאָט. ניט געקוקט אויף אַלע ווייענישן בײַם איבערציִען זיך, האָט זשיל ראָזיע באַוויזן אַרויסצושיקן אָט די באַגריסונג לכּבֿוד אונדזער דערעפֿענונג:

"אַ צימער? פֿאַרוואָס נישט קיין קאַטעדרע? נו, לאָמיר כאָטש אָנהייבן מיט 'אַ צימער,’ און דערמאָנען דאָס וואָס ווירדזשיניאַ וואָלף פֿלעגט שרײַבן: 'אַ צימער פֿאַר זיך אַליין’ איז דער מינימאַלער מיטל וואָס אַ מענטש דאַרף דיספּאָנירן מיט אים כּדי צו ווערן שאַפֿעריש. איז לאָמיר ווינטשן דעם ייִדיש־צימער בײַם באר־שבֿער אוניווערסיטעט אַל דאָס שאַפֿערישסטע. און זאָלן די סטודענטן וואָס וועלן זיך לערנען אין דעם־אָ חדרל שעפּן הנאה, ווי איך האָב אַליין געשעפּט בײַם קוואַל פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, און געפֿינען אַן אינטעלעקטועלע ליבע אויף אַ גאַנץ לעבן.

זשיל ראָזיע, פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק, פּאַריז"

ניט אַלע מאָל, מוז מען מודה זײַן און זיך באַוואָרענען, לאָזט זיך אויס אַז "משנה מקום, משנה מזל." ווען דער ייִוואָ האָט פֿאַרלוירן זײַן אייגענעם, חשובֿן אַדרעס אויף דער 5טער עוועניו, און האָט זיך אָנגעשלאָסן אינעם צענטער פֿאַר ייִדישער געשיכטע, לעבן ניו־יאָרקער אונויווערסיטעט, איז דער ייִוואָ געוואָרן בטל־בשישים. קוים וואָס מע זעט אים, צווישן די אַנדערע פֿינעף שותּפֿים צום צענטער.

ווען דער רובֿ־מנין־און־בנין ייִדן קלײַבט זיך אַריבער אויף אַלץ נײַערע אַדרעסן מוזן ייִדיש־אַדרעסן זיך בײַטן אויך, אָבער יעדער אַזאַ בײַט איז סײַ אַ בראָך, סײַ אַ ברכה.

ווי זשע איז אָבער דער דין ווען אַ ייִדיש־אַדרעס האַלט זיך אויף איין מענטש? גיט אַ קוק וואָס ס’איז געוואָרן מיט דער ליטעראַטור־געזעלשאַפֿט בײַם ייִוואָ אויפֿן באַרימטן אַדרעס פּאַסטער 633 אין בוענאָס־אײַרעס; מיט דער רעדאַקציע "סאָוועטיש היימלאַנד" אויף קיראָוו־גאַס 17 אין מאָסקווע, און להבֿדיל, מיט "די גאָלדענע קייט" אינעם בנין פֿון הסתּדרות אויף ווייצמאַן־גאַס 30 אין תּל־אַבֿיבֿ. אַלע דרײַ האָבן זיך געהאַלטן אויף איין מענטש.

שמואל ראָזשאַנסקי האָט באַוויזן אַרויסצוגעבן אַלע 100 בענד פֿון זײַנע מוסטערווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור נאָך איידער דער מוסולמענישער שׂונא האָט אויפֿגעריסן דעם אַמיאַ־בנין וווּ עס געפֿינען זיך אַלע ייִדישע אינסטאַנצן פֿון אַרגענטינער ייִדנטום. ער האָט אָבער דערלעבט צו זען דעם חורבן, און נאָך זײַן טויט זענען מער קיין ייִדישע ביכער ניט אַרויס אויף דעם אַדרעס.

נאָך דעם ווי דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז זיך צעפֿאַלן האָט זיך אַהרן ווערגעליסן אײַנגעגעבן צו בײַטן דעם נאָמען און די פּאָליטישע ריכטונג פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד" אויף "די ייִדישע גאַס" און צו פֿאַרבלײַבן אויפֿן זעלבן אַדרעס, כאָטש אויף אַ פּאָר יאָר. הײַנט, נאָך זײַן טויט, געפֿינט זיך די קסעראָקס־געזעלשאַפֿט אויפֿן אָרט פֿון דער רעדאַקציע.

און אַבֿרהם סוצקעווער האָט במשך 46 יאָר רעדאַקטירט "די גאָלדענע קייט". נאָך איידער די הסתּדרות האָט פֿאַרקויפֿט דעם בנין — ווען זי וואָלט במילא אויפֿגעהערט צו שטיצן די צײַטשריפֿט — האָט סוצקעווער באַשלאָסן איבערצורײַסן די קייט.

ווי גרויס דער מענטש זאָל ניט זײַן, טאָר אַ ייִדיש־אַדרעס זיך ניט האַלטן אויף איין מענטש.

* * *

פֿאַראַן כאָטש איין ייִדיש־אַדרעס בײַם הײַנטיקן טאָג וואָס ווערט אָנגעפֿירט פֿון אַ פֿרוי. דאָס איז די ייִדיש־ליגע, וואָס האָט שוין פֿאַר דער צײַט ניט איין מאָל געביטן איר אַדרעס, איר משיחישע ריכטונג, און איר אָנפֿירערשאַפֿט. הײַנט שטייט שבֿע צוקער בראָש פֿון דער ייִדיש־ליגע, וואָס גיט אַרויס דעם פּרעכטיק־באַנײַטן "אויפֿן שוועל". אָט וואָס שבֿע שרײַבט אונדז, צווישן אַנדערן, לכּבֿוד אונדזער דערעפֿענונג:

"מיר באַגריסן דיך, דוד־הירש און אַלע וואָס פּראַווען הײַנט דעם יום־טובֿ פֿאַר ייִדיש אינעם אייגענעם ייִדישן ייִשובֿ. איר זאָלט טאַקע זוכה זײַן אויפֿצובויען מיט אײַער מאַמע־לשון־צענטער נײַ־ווילנע, נײַ־ניו־יאָרק און נײַ־ירושלים אין נגבֿ, און איר זאָלט אונדז צושיקן נײַע לייענערס און שרײַבערס!

ייִדיש־ליגע/אויפֿן שוועל"

* * *

הײַנט נאָך מיטאָג וועלן מיר אָפּגעבן אַ היפּש ביסל צײַט דער טעמע: ווירטועלע אַדרעסן פֿאַר ייִדיש. וויל איך פֿאַרענדיקן מײַן אַרײַנפֿיר־וואָרט צום ייִדיש־טאָג אָט דאָ, אויפֿן נײַסטן ייִדיש־אַדרעס, מיט אַ צאָל קאָנקרעטע אויספֿירן:

1. ניטאָ מער קיין צענטראַלער אַדרעס פֿאַר ייִדיש. עס וועט ניט זײַן מער אַזאַ אַדרעס און עס דאַרף ניט זײַן מער אַזאַ צענטראַלער אַדרעס. וואָס מער ייִדיש־אַדרעסן, אַלץ בעסער.

2. אַ ייִדיש־אַדרעס אָן ייִדישקייט, אָן ייִדיש, און אָן ייִדן — איז ניט קיין אַדרעס פֿאַר ייִדיש.

3. פֿון פּרץ ביז סוצקעווער ציט זיך אַ גאָלדענע קייט פֿון יחידישע אַדרעסן, וואָס צו זיי איז מען עולה־רגל געווען. דאַנקען גאָט, וואָס מיר האָבן זוכה געווען צו אַזעלכע געהויבענע, ייִדישע אַדרעסן! דער זכות פֿון אַ קאָלעקטיוון, געזעלשאַפֿטלעכן אַדרעס, קען אָבער ניט בײַשטיין, כּל־זמן ער האַלט זיך בלויז אויף איין מענטש.

4. אַ ייִדיש־אַדרעס איז דאָרט וווּ מע קען באַקומען אַ גלעזל טיי. אינעם רינה־קאָסטאַ־צענטער אין בר־אילן קען מען באַקומען אַ גלאָז טיי. אין בית שלום־עליכם און אינעם משפּחה גאָלדרײַך־צענטער אויך. דאָ, אין אונדזער ייִדיש־צימער, איז פֿאַראַן אַן עלעקטרישער טשײַניק. ווער עס וויל, זאָל זיך אַליין באַדינען!

5. אַ ייִדיש־אַדרעס דאַרף זײַן פֿול מיט ייִדישע ביכער, בילדער, קאָמפּאַקטלעך, רעסורסן, וואָס באַווײַזן אַז ייִדיש שטייט ניט אויף אַן אָרט, אַז עס געהערט ניט נאָר צום עבֿר, נאָר צום מאָרגן אויך. ייִדישע ביכער זענען ניט קיין דענקמאָל און ניט קיין דעקאָראַציע. ייִדישע ביכער זענען אונדזער אַדרעס אין דער אייביקייט.