װעלט פֿון ייִדיש

טשאַרנע שעכטער רעדט בײַ דער דעדיקאַציע פֿון דער ״שעכטער־ביבליאָטעק״
דער ייִדיש־פּראָפֿעסאָר, לינגוויסט, קעמפֿער פֿאַר ייִדיש און "ייִדיש־לערער פֿון די ייִדיש־לערערס" — ד״ר מרדכי שעכטער, האָט פֿופֿציק יאָר געזאַמלט אַלטע און נײַע ייִדישע ביכער; סײַ אַנטיקוואַרישע אוצרות, סײַ זעלטענע בראָשורן און ביכלעך פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, וועלכע פֿאַרשווינדן, געוויינטלעך, באַלד נאָך זייער פּובליקאַציע. דערצו האָבן זיך געפֿונען אין זײַן רשות הונדערטער זעלטענע ביכער אין כּלערליי פֿרעמדע שפּראַכן, וואָס זענען אים צו ניץ געקומען אין זײַן פּיאָנערישער טערמינאָלאָגישער אַרבעט. צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי טשאַרנע האָבן זיי אויפֿגעשטעלט אַ גרויסע ביבליאָטעק בײַ זיך אין דער היים אויף ביינברידזש־עוועניו אין בראָנקס, וואָס איז געוואָרן אַ באַקאַנטע וויזיט־סטאַנציע פֿאַר ייִדישע שרײַבער און פֿאָרשער איבער דער וועלט.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק (‫אַמעריקע)

מיר ברענגען הײַנט יום־טובֿדיקע לידער לכּבֿוד סוכּות, הושענא־רבה און שׂמחת־תּורה, אין וועלכע אונדזערע פּאָעטן באַזינגען דעם שטאָלץ פֿון דער אָרעמער סוכּה, אַ גלייבונג וועגן הושענא־רבה און די פֿרייד פֿון שׂמחת־תּרוה. ייִדן בכל־תּפֿוצות וועלן אָפּהיטן און נאָכפֿאָלגן די אַלטע טראַדיציעס פֿון אונדזער פֿאָלק צום נײַעם יאָר. זאָלן אַלע זיך ווינטשן אַ גוטן קוויטל, זאָל מען זינגען און זיך פֿרייען מיט דעם וווּנדער פֿון דער תּורה.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק (ניו־יאָרק)

מאיר זימל טקאַטש

ווידוי

טאָג־טעגלעך שאַלט יום־כּיפּורדיקער שופֿר,
אַיעדער נײַער טאָג איז ערבֿ סוף;
איך בין מתוודה זיך פֿאַר גאָט אָן אויפֿהער,
איך זאָג: — איך ווייס ניט, גאָט, פֿאַר וואָס די שטראָף.

װעלט פֿון ייִדיש
פֿון שׂמחה סימכאָוויטש
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

לענקאַ ליכטענבערג
אין משך פֿון אַ גאַנצער וואָך, פֿון דינסטיק דעם 29סטן אויגוסט ביז מאָנטיק דעם 4טן סעפּטעמבער, איז אין טאָראָנטאָ אָפּגעהאַלטן געוואָרן דער זעקסטער, ביז גאָר אימפּאָזאַנטער, אַשכּנז־פֿעסטיוואַל, מיטן אָנטייל פֿון ייִדישע מוזיקער, אַרטיסטן און געלערנטע פֿון קאַנאַדע, די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אַרגענטינע, ישׂראל, פֿראַנקרײַך, אוקראַיִנע און רוסלאַנד.

דער פֿעסטיוואַל האָט זיך אָנגעהויבן דאָנערשטיק, דעם 29סטן אויגוסט, מיט אַ קאָנצערט אונטערן פֿרײַען הימל, אין צוקערמאַן־אַמפֿיטעאַטער אין אוירל ביילס־פּאַרק, בײַ דער אָנוועזנהייט פֿון איבער צוויי טויזנט צושויער. דעם קאָנצערט, אונטערן נאָמען "דער מיזרח קומט קיין מערבֿ", האָבן אויסגעפֿירט אַ גרופּע מוזיקער פֿון מאָסקווע, כאַרקאָוו, מינסק, טאַלין און אַנדערע שטעט פֿון געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, וואָס האָבן פֿאַרווײַלט דעם עולם מיט לעבעדיקע קלעזמער־נומערן און געזאַנגען פֿון זעלטן־געהערטע ייִדישע פֿאָלקסלידער.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן (ניו־יאָרק)

 דבֿורה פֿאָגעל
צו גאַסט אין דער רעדאַקציע איז לעצטנס געקומען ד״ר אַנאַ מײַאַ מיסיאַק, אַ געבוירענע אין לאָדזש, וועלכע וווינט הײַנט מיט איר מאַן אין בערן, שווייץ. ד״ר מיסיאַק, אַ ליטעראַטור־פֿאָרשערין, זוכט גאַליציאַנער ייִדן, וועלכע האָבן אפֿשר געקענט די פּאָעטעסע דבֿורה פֿאָגעל, כּדי צו קריגן אינפֿאָרמאַציע פֿאַר איר אַרבעט אָנצושרײַבן אַ מאָנאָגראַפֿיע וועגן פֿאָגעל און איבערזעצן אירע לידער.

דבֿורה פֿאָגעל איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל בורשטין, אָבער אויפֿגעוואַקסן — אין לעמבערג. זי האָט שטודירט פֿילאָסאָפֿיע אינעם לעמבערגער אוניווערסיטעט, און אין 1926 פֿאַרענדיקט איר דיסערטאַציע וועגן די פֿילאָסאָפֿן געאָרג העגעל און יאָזעף קרעמער. זי האָט זיך באַקענט מיטן פּויליש־ייִדישן שרײַבער סטאַניסלאַוו וויטקעוויטש, און איר נאָענטע באַקאַנטשאַפֿט מיטן פּויליש־ייִדישן שרײַבער און קינסטלער ברונאָ שולץ האָט זיך אָנגעהויבן אין 1930.

װעלט פֿון ייִדיש, טעאַטער
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עס איז שױן אַן אײַנגעשטעלטע טראַדיציע פֿון "ייִדישפּיל־טעאַטער" אין תּל־אָבֿיבֿ, זיך צו טרעפֿן, אין אײנעם פֿון די טעג פֿאַר ראָש־השנה, מיט זײַנע הונדערטער ידידים־פֿרײַנד, פֿאַר אַ הרמת־כּוסית, הײבן אַ כּוס און זיך װינטשן אײנער דעם צװײטן אַ לחײם, אַ גוט־יאָר, אַ שנה־טובֿה.

װעלט פֿון ייִדיש
פֿון איציק גאָטעסמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם 10טן סעפּטעמבער זענען געקומען קיין פּענסילווייניער אוניווערסיטעט אין פֿילאַדעלפֿיע סײַ חשובֿע פֿאָרשער, סײַ גוטע־פֿרײַנד אָפּצוגעבן כּבֿוד דעם פּראָפֿעסאָר און שרײַבער ד״ר שיקל פֿישמאַן צו זײַן 80סטן געבוירן־טאָג, אין דער פֿאָרעם פֿון אַ טאָג־לאַנגיקן סימפּאָזיום. דער אָרגאַניזיר־קאָמיטעט פֿון דער אונטערנעמונג איז באַשטאַנען פֿון פּראָפֿעסאָרן אין פֿילאַדעלפֿיע, ניו־יאָרק און דײַטשלאַנד, צווישן זיי דער ייִדיש־פֿאָרשער, ד"ר רחמיאל פּעלץ פֿון "דרעקסעל־אוניווערסיטעט".

װעלט פֿון ייִדיש, ליטעראַטור
באָריס קאַרלאָוו, ״עלאַברעק — לידער פֿון נײַעם יאָרהונדערט״; 
פֿאַרלאַג ״אייגנס״, ירושלים, תשס״ו

בערל קערלער איז פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש אין אינדיאַנער אוניווערסיטעט און דער רעדאַקטאָר פֿונעם "ירושלימער אַלמאַנאַך", אַ פּאָזיציע, וואָס ער האָט איבערגענומען פֿון זײַן טאַטן, דעם באַקאַנטן פּאָעט יוסף קערלער ע״ה. אונטערן פּעננאָמען, באָריס קאַרלאָוו (יאָ, דער זעלבער נאָמען ווי דער אַקטיאָר פֿון די אַלטע האָליוווּדער פֿראַנקענשטיין־מאָנסטער־פֿילמען) שרײַבט בערל קערלער זײַנע לידער, וועלכע מיר האָבן שוין געזען געדרוקט אין פֿאַרשיידענע פּובליקאַציעס, צווישן זיי אויך "דער פֿאָרווערטס" און "דער אַלגעמיינער זשורנאַל". "עלאַברעק" איז די צווייטע זאַמלונג לידער זײַנע.

קערלער שרײַבט אין פֿאַרשיידענע סטילן, צווישן זיי, אַ שפּילעוודיקער, מיט קירצערע זאַצן און גראַמען סײַ בײַם סוף, און צו מאָל, סײַ אין מיטן זאַץ. אַזוי אַרום באַקומט זיך אַ חכמהדיקע שטימונג, אָפֿט עפּיגראַמאַטיש, ווי אינעם ליד "אויף ירושלימער געסלעך" —

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע, ליטעראַטור
ראַשעל וועפּרינסקי

ווי ד״ר בערל זומאָף באַווײַזט אין זײַן נײַעם בוך פֿון לידער פֿון פֿרויען־דיכטערס אין איבערזעצונג, איז פֿאַראַן אַ היפּשע פּלעיאַדע פֿון ייִדישע דיכטערינס, וואָס דער ייִדישער לייענער האָט פֿאַרגעסן אָדער בכלל נישט געוווּסט. ראַשעל וועפּרינסקי איז אַזאַ איינע וואָס איז, ווי מיר גלייבן, נישט געווען צו ווײַט באַקאַנט. זי איז געווען אַ שטילע דיכטערין, וואָס אירע לידער פֿאַרמאָגן אינטערעסאַנטע אימאַזשן, געשריבן מיט פּשוטע און סובטילע ניואַנסן און דורכזעיִקע פֿערזן.

זי גיט צו וויסן וועגן איר איינזאַמקייט און בענקשאַפֿט אין פֿיל פֿון אירע לידער. אין איינעם באַשרײַבט זי דעם טרויער פֿון דער זונס פֿאַרגאַנג:

װעלט פֿון ייִדיש, מוזיק
פֿון רעכטס: שיין סמאָליאַן, אַוויאַ מאָר, אַליסאַ גאָלדשטיין

דער זומער קומט שוין צום סוף, אָבער פֿון אַ ביסל זומערלעב האָט מען נאָך געקענט געניסן אין די לעצטע וואָכן פֿון אויגוסט אין די לאָרענשאָנער בערג אויף צפֿון פֿון מאָנטרעאַל, די "קאַנאַדישע קעטסקילס". דאָרטן, אין אַ זומער־קאָלאָניע פֿון "בני־ברית", קומען זיך צונויף יאָר־אײַן, יאָר־אויס, כּמעט 500 ליבהאָבער פֿון ייִדישער מוזיק און קולטור און פּראַווען דעם יערלעכן "קלעזקאַנאַדע"; אַ זיבן־טאָגיקע אונטערנעמונג אָנגעפֿילט מיט וואַרשטאַטן, לעקציעס און קאָנצערטן. דאָס יאָר — צווישן אַנדערע סורפּריזן — איז דער זינגער טעאָדאָר ביקעל אויפֿגעטראָטן, צוזאַמען מיט אַ צוויי טוץ מוזיקער פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. זיי זענען געקומען קיין קאַנאַדע צום צווייטן יאָר אַ דאַנק אַ סטיפּענדיע־פֿאָנד. צווישן דער גרופּע געפֿינען זיך אַזוינע באַקאַנטע און נאָוואַטאָרישע זינגערס, ווי פּסוי קאָראָלענקאָ און וואַניע זשוק פֿון מאָסקווע; די זינגערין זשעניע לאָפּאַטניק און דער פֿידלער סטאַניסלאַוו רײַקאָ פֿון כאַרקאָוו, דער זינגער און ייִדיש־לערער מאָטל גאָרדאָן פֿון מאָסקווע.