- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווייניק איז באַוווּסט וועגן דעם סאָוועטישן דיכטער מענדל אַבאַרבאַנעל. פֿון דעם "נײַעם לעקסיקאָן" דערוויסן מיר זיך, אַז ער איז געבוירן געוואָרן אין 1888 און געשטאָרבן אין 1957. ער האָט געלעבט אין ווײַסרוסלאַנד און ער איז געווען פֿון פֿאַך אַ סטאָליער. ער האָט אָנגעהויבן דרוקן אין מאָסקווע און וויטעבסק אין 1918. ער האָט אַרויסגעגעבן עטלעכע זאַמלונגען לידער אין בוכפֿאָרעם. "זײַן גורל — אומבאַקאַנט", שרײַבט דער "לעקסיקאָן". דאַרפֿן מיר זיך פֿאַרלאָזן אויף געוויסע דאַטן וואָס געפֿינען זיך אין זײַנע לידער וועגן זײַן לעבן און טראַכטן אין זײַן בוך "אַף כוואַליס פֿון צײַט", כאַרקאָוו, 1930. אַ מאָל האָבן די ייִדישע שפּראַכקענער איבערגעקערט די וועלט צו ווײַזן און איבערצײַגן, אַז ייִדיש איז אַן אַלטע, בכּבֿודיקע שפּראַך, ניט קיין פֿריש-אָפּגעבאַקענער "זשאַרגאָן". הײַנטיקע טעג אַמפּערט זיך וועגן דעם שוין, דאַכט זיך, קיינער ניט. אַ פֿרישן באַווײַז פֿון אַ דרך-ארצדיקער באַציִונג צו ייִדיש לייענען מיר אויף אינטערנעץ, אין אַ רעקלאַמע פֿון דער ייִדישער זומער-פּראָגראַם אין תּל-אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט (tauac.typepad.com/ac/2007/04/everything_yidd.html). די סאַמע ערשטע פֿראַזע אין דעם רעקלאַמע-טעקסט קלינגט אַזוי: ווען עס איז מיר לעצטנס געוואָרן פֿאָרגעלייגט אָנצושרײַבן פֿאַרן "דווקא" — דעם נײַעם העברעיִשן זשורנאַל פֿאַר ייִדישלאַנד — אַן אַרטיקל וועגן דער מעדעם־סאַנאַטאָריע, איז פֿאַר מײַנע אויגן גלײַך אויפגעקומען די געשטאַלט פֿון יאָסל מלאָטעק. דאָס לעצטע מאָל האָב איך אים געזען אין דער רעדאַקציע פֿונעם "פֿאָרווערטס" קורץ נאָך מײַן אַרײַנקומען אַהין, בעת מײַנעם אַ באַזוך אין ניו־יאָרק. דאָס איז געווען אין די סוף 90ער יאָרן, נישט לאַנג פֿאַר זײַן אַוועקגיין פֿון דער וועלט. אַ פֿלעגערין האָט אים אַרײַנגעפֿירט אויף אַ רעדערשטול אין דעם צימער, וווּ ער האָט געאַרבעט, און האָט אים צוגעפֿירט און געהאָלפֿן זיך צוזעצן צו זײַן שרײַבטיש. די געשיכטע פֿון ייִדיש אין דעם ארץ־ישׂראלדיקן ייִשובֿ און דערנאָך אין מדינת־ישׂראל איז לעצטנס געװאָרן אַ פּאָפּולערע פֿאָרשונג־טעמע. דאָס האָט צו טאָן אי מיט דעם װוּקס פֿונעם אינטערעס צו ייִדיש אין דער אַקאַדעמישער סבֿיבֿה בכלל, אי מיט דער רעװיזיע פֿון דער ציוניסטישער אידעאָלאָגיע און איר ראָלע בײַם פֿאָרמירן די מאָדערנע יישׂראלדיקע קולטור. דאָס בוך פֿון יעל חבֿר שטײט אין מיטן, צווישן אָט די צװײ טענדענצן. די פֿאָרשערין װײַזט, אַז די ייִדישע ליטעראַטור האָט פֿאַרנומען אַ חשובֿ אָרט אינעם קולטורעלן לעבן פֿונעם ייִשובֿ, הגם דער דאָזיקער פֿאַקט איז געװען פֿאַרשװיגן דורך דער אָפֿיציעלער ציוניסטישער היסטאָריאָגראַפֿיע. בעריש ווײַנשטיין, ווי אַנדערע ייִדישע פּאָעטן וואָס האָבן עמיגרירט קיין אַמעריקע, האָט די ערשטע יאָרן פֿון זײַן אַרײַנוואַנדערונג געליטן שטאַרקע נויט, נישט געהאַט אַן אָרט אויף צו שלאָפֿן און געבענקט נאָך זײַן היים און משפּחה. ער האָט געשריבן אַ בריוו צו זײַן מוטער אין די יום־טובֿדיקע פּסח־טעג וועגן זײַן עלנטקייט: זונטיק, דעם 25 מאַרץ, איז פֿאָרגעקומען אינעם פּאַריזער טעאַטער "פּאַסאַזש ווער לעז עטואַל" אַ קאָנצערט פֿון לויקע טשאַצקיס "טאַנגעלע: פֿון וואַרשע צו דער גאַנצער וועלט". דער קאָנצערט איז געווען אָרגאַניזירט פֿונעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער. באַגלייט פֿון כואַן לוקאַס אײַזענבערג, וואָס האָט געשפּילט אויף דער וויאָלע, און איוואָ דע גרעף, וואָס האָט געשפּילט אויף דער פּיאַנע, האָט די יונגע זינגערין געזונגען ייִדישע טאַנגאָס, וואָס מע האָט אַ מאָל געהערט אין ניו־יאָרק און אין וואַרשע פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה ("איך האָב דיך צופֿיל ליב", "אויגן") און אויך שפּעטערע לידער וועגן חורבן (אַזעלכע ווי "פֿרילינג", "דאָס ליד פֿון ביאַליסטאָקער געטאָ", "דער טאַנגאָ פֿון אָשווענטשים"). צו זײַן 50סטן יאָרצײַט אין די ייִדישע שולן פֿלעגט מען זינגען אַ צאָל פֿון זישע ווײַנפּערס קינדער־לידער, ווי
איינס און צוויי,
(מוזיק פֿון נ. זאָסלאָווסקי) דאָס איז אַ גרינג מאכל צוצוגרייטן, און פּאַסט זיך גוט צו צו פֿיש. דאָס קאָרי־געווירץ גיט צו אַ ביסל אַ שאַרפֿן טעם. אויב איר האָט ליב נאָך מער "חריף" (ווי מע זאָגט אין ישׂראל), פֿאַרבײַט 1 לעפֿעלע קאָרי־געווירץ אויף 1/2־1 לעפֿעלעך. אויב ווייניקער שאַרף — בײַט עס אויף אַ 1/2 לעפֿעלע.
1 לעפֿל איילבערט־בוימל
שיט אַרײַן דאָס קרויט און קאָכט עס אָפּ, ביז ס׳ווערט ווייך. דרייט אָפּ דאָס פֿײַער, מישט אַרײַן די לימענע־זאַפֿט און יאָגורט און דערלאַנגט צום טיש. צו זײַן 30סטן יאָרצײַט אליעזר גרינבערג האָט פֿאַרעפֿנטלעכט לידער און עסייען אין פֿיל ביכער און זשורנאַלן, אָבער דאַכט זיך, אַז ער ווערט בפֿרט דערמאָנט פֿאַר די וויכטיקע אַנטאָלאָגיעס פֿון איבערזעצונגען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, וואָס ער האָט רעדאַקטירט צוזאַמען מיטן אַמעריקאַנער ליטעראַטור־קריטיקער אוירווינג האַו. דער לעצטער נומער "פּינטעלע ייִדיש" איז געווען געווידמעט צו די צוויי מחברים און זייער בײַטראָג צו דער ייִדישער ליטעראַטור אין איבערזעצונג. דעם 4טן מערץ, פּורים, איז אין אַ יום-טובֿדיקער שטימונג פֿאָרגעקומען די דערעפֿענונג פֿונעם נײַעם צוויי־שפּראַכיקן ייִדיש-עבֿרית דערציִונג־צענטער — "קינדערוועלט" — אינעם "לייוויק־הויז", תּל־אָבֿיבֿ. אַרום צוואַנציק קינדער צוזאַמען מיט זייערע עלטערן און עטלעכע זיידע-באָבעס זענען זיך צונויפֿגעקומען אין אַ נײַ-רעמאָנטירט אָרט, וווּ קליינע קינדער און יוגנטלעכע קאָנען זיך שפּילן, פֿאַרווײַלן און באַקומען אַ דערציִונג אין גײַסט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. צו איר 55סטן יאָרצײַט איינע פֿון די שענסטע לידער פֿון אַננאַ מאַרגאָלין, די אַמעריקאַנער ייִדישע דיכטערין, איז אַ ליבעליד, אין וועלכן זי דערציילט וועגן דער גאָלדענער פּאַווע. אין דער ייִדישער פּאָעזיע פֿאַרנעמט די גאָלדענע פּאַווע אַ באַדײַטנדיקע ראָלע, ווי אַ שליח פֿאַר געליבטע, ווי אַ שליח פֿאַרן פֿאָלק, א״אַנד. אין דעם אָריגינעלן פֿאָלקסליד האָט די גאָלדענע פּאַווע געבראַכט טרויעריקע גרוסן פֿון דער טאָכטער בײַ שווער און שוויגער, צו דער מאַמען. |