- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
נישט אַלע ווייסן, אַז אין ישׂראל איז פֿאַראַן אַן אינסטיטוציע, וווּ מען קאָן פֿאַרברענגען עטלעכע שעה אין טאָג — רעדן, הערן און געניסן פֿון די קלאַנגען פֿון ייִדיש. פֿאַר אונדז איז עס געווען אַ פֿריידיקע איבערלעבונג. די דאָזיקע אינסטיטוציע איז — דער "בית שלום־עליכם", וואָס געפֿינט זיך אין האַרץ פֿון תּל־אָבֿיבֿ. אין איינוועגס האָבן מיר געהאַט אַן אינטערעסאַנטן שמועס מיטן דירעקטאָר, פּראָפֿ' אַבֿרהם נאָווערשטערן, וועלכער האָט אונדז איבערגעגעבן אַ באַריכט וועגן דעם, וואָס עס קומט דאָרט פֿאָר, צווישן די פֿיר ווענט פֿונעם "שלום־עליכם־הויז", אין אַ ריי אוניווערסיטעטן און אַנדערע אינסטיטוציעס, אין וועלכע מען לערנט נישט בלויז ייִדיש, נאָר אויך ייִ די טעג בין איך אַרײַן אין דער סלאַווישער ביבליאָטעק פֿון אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט צו נעמען אויף איבערצולייענען איוואַן טורגענעווס ראָמאַן "רויך". איך זאָג צו, אַז אין אַ וואָך אַרום, אין מײַן קומענדיקן אַרטיקל, וועל איך, אם ירצה השם, דערקלערן צוליב וואָס מיר איז נייטיק געווען עס צו לייענען. אָבער איצט בין איך אויסן צו קאָנצענטרירן זיך אויף גאָר אַן אַנדער טעמע. אַ יונגע פֿרוי, וואָס האָט אויך עפּעס געזוכט אויף די פּאָליצעס פֿון דער ביבליאָטעק, האָט דערזען דעם "רויך" אין מײַנע הענט און זיך געוואָנדן צו מיר. ניט לאַנג צוריק איז אין דעם זשורנאַל Jewish History, באַנד 20, נומ. 3–4, דערשינען אַן אינטערעסאַנטער אַרטיקל פֿון גור אלרואי (חיפֿה-אוניווערסיטעט). די אַרבעט הייסט "דעמאָגראַפֿיע אויף דער דינסט פֿונעם פֿאָלק: ליבמאַן הערש, יעקבֿ לעשצינסקי, און די פֿריִע פֿאָרשונגען פֿון ייִדישער מיגראַציע". וועגן לעשצינסקין האָב איך שוין ניט איין מאָל געשריבן, און מײַן גרויסער ענגלישער אַרטיקל וועגן דעם מערקווערדיקן מענטשן וועט אָט-אָט דערשײַנען אין דעם זשורנאַל Science in Context, וואָס האָט אויסגעטיילט אַ גאַנצן נומער דער טעמע פֿון ייִדישער וויסנשאַפֿט. צו איר 55סטן יאָרצײַט ווען מע גיט אַ טראַכט וועגן דער ייִדישער שול אין אַמעריקע פֿון אַ מאָל און וועגן דעם שול־רעפּערטואַר, וואָס מע האָט גענאָסן און ליב געהאַט, קומען אויפֿן געדאַנק די זינגלידער, די דיכטונג, די מעשׂיות און ימים־טובֿים, וואָס די קינדער האָבן געלערנט, שטודירט, געזונגען, געפּראַוועט. ס׳איז געווען אַ פֿריידיק אָרט, צו וועלכן די קינדער האָבן ליב געהאַט צו קומען, לערנען זיך און פֿאַרברענגען אַ שעה אָדער מער. צווישן די באַליבטע דיכטערס איז געווען לאה קאַפּילאָוויטש־האָפֿמאַן, וועמעס קינדער־לידער די שול־קינדער האָבן געלייענט, רעציטירט און אויסגעלערנט אויף אויסנווייניק. אין אירע לידער האָט די מחברטע ניט נאָר אויסגעדריקט די געפֿילן פֿון קינד, זײַנע שפּילן, שטיפֿערײַען, זײַנע פֿריידן און זאָרגן, זי האָט גערעדט ווי דאָס קינד רעדט, און דאָס האָט ליבער געמאַכט דאָס לייענען דאָס ליד. קודם־כּל, זאָל דער לייענער זיך גרייטן פֿאַר אַ גרויס שטיקל אַפּיקורסות, וואָס ער וועט באַלד הערן פֿון מיר. קען זײַן, אַז ער האָט עס אַפֿילו שוין געכאַפּט פֿונעם קעפּל אויבן. בײַ אונדז הייסט דאָס לשון "ייִדיש", נאָר בײַ די חסידים — "אידיש". און די צוויי סאָרטן מאַמע־לשון, ייִדיש און אידיש, אונטערשיידן זיך זייער שטאַרק. מיר ברענגען דאָ עטלעכע אויסצוגן פֿון א. אַלמיס בוך "חשבון און סך-הכּל" (1959). א. אַלמי איז דער אַדאָפּטירטער נאָמען פֿון אליהו-חיים שעפּט (1892—1963), איינער פֿון די אָנגעזעענסטע ייִדישע זשורנאַליסטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. ער האָט געאַרבעט אין אַ צאָל ניו-יאָרקער צײַטונגען, אַרײַנגערעכנט דעם "פֿאָרווערטס", אָבער באַזונדערס לאַנג איז געווען זײַן טעטיקייט פֿאַרבונדן מיט דער אַנאַרכיסטישער "פֿרײַע אַרבעטער-שטימע". ווען איך האָב מיט אַ יאָר זעקס צי זיבן צוריק גענומען פֿאָרשן דעם מצבֿ פֿון ייִדיש אין בערלין אַרום דער ערשטער וועלט-מלחמה, האָב איך באַמערקט, אַז פֿון צײַט צו צײַט פֿלעגן מיר אַרײַנפֿאַלן אין די הענט מאַטעריאַלן, וועלכע האָבן געהאַט אַ שײַכות צו קאָפּענהאַגען. פֿריִער האָב איך קיין מאָל ניט געטראַכט וועגן דער קרוינשטאָט פֿון דענמאַרק ווי וועגן אַ ייִדישן קולטור-צענטער, סײַדן, עס איז געווען פֿאַרבונדן מיט עפּעס אַ טעטיקייט אין די לעצטע יאָרצענדליקער פֿון 20סטן יאָרהונדערט. לילי בערגער האַרציקע מזל־ברכות שיקן מיר איבער אונדזער פּען־קאָלעגע, דעם אָנגעזעענעם ייִדישן שרײַבער יוסף בורג צום אַלט ווערן 95 יאָר (פּינקטלעכער, איז ער געבוירן געוואָרן דעם 30סטן מײַ 1912), און צו זײַן איבער 70־יאָריקער רײַכער שאַפֿערישער טעטיקייט. ס'איז ניט איבערגעטריבן, ווײַל זײַן ערשטע דערציילונג "אויפֿן ספּלאַוו" בעת איך וועל קומען צווישן די שבֿחים, וואָס ייִדישע קריטיקערס האָבן בשעתּו געזאָגט וועגן מײַן "אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך", איז געווען אַ פּסוק פֿון ד״ר מוקדוני, וואָס פּאַסט צו דעם ענין, וועגן וועלכן איך וויל צו אײַך רעדן: "איך קען", שרײַבט ד״ר מוקדוני, "אַרויסגיין מיט דעם דאָזיקן בוך אין דער ייִדיש־אַמעריקאַנער גאַס און ווען איינער וועט אַ פּלאַפּל טאָן עם־הארצותדיק: ייִדיש איז קיין שפּראַך נישט, וועל איך אים אונטערטראָגן אָט דאָס טויזנט־זײַטיקע בוך צו די אויגן און אים זאָגן: טיפּש וואָס דו ביסט!" דאָנערשטיק בײַ נאַכט, דעם 26סטן אַפּריל, האָב איך אַ קוק געטאָן אויף מײַן בליצפּאָסט, צו זען צי עפּעס איז אָנגעקומען פֿון מײַן חבֿר מנחם־יאַנקל איידלמאַן. אין דער פֿרי האָב איך געוואָלט פֿאָרן אין בראַנדײַס־אוניווערסיטעט אויף דער יוגנט־קאָנפֿערענץ "ייִדיש־ברייק" [—הפֿסקה], אָבער איך האָב נישט געוווּסט, ווי צו פֿאָרן. מנחם־יאַנקל האָט אָרגאַניזירט די "קאָנפֿערענץ", האָט ער געדאַרפֿט אונדז אויך אָנשרײַבן, ווי אַזוי מע פֿאָרט אַהין. און דאַנקען גאָט, איך האָב געפֿונען אַ בריוו פֿון אים מיט די אַלע פּרטים, ווי אַזוי מע פֿאָרט פֿונעם ניו־יאָרקער "טשײַנאַ טאַון" מיטן כינעזישן אויטאָבוס "פֿונג וואַ" קיין באָסטאָן, און פֿון דאָרט צום בראַנדײַס־קאַפּמוס. דאָס אויפֿלעבן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד נאָך די רדיפֿות פֿון 1948־1953 האָט געפֿאָדערט אַ נײַעם קריטישן קוק אויף דער אַלטער ירושה. דער סאָוועטישער רעזשים איז געוואָרן מילדער, אָבער פֿאַרבליבן בטבֿע אַן אויטאָריטאַרער. דער דערלויבטער שטח פֿון דער קולטורעלער טעטיקייט אויף ייִדיש איז געווען זייער באַגרענעצט: צוויי פּעריאָדישע אויסגאַבעס, עטלעכע יערלעכע ביכער־פּובליקאַציעס, עטלעכע פּראָפֿעסיאָנעלע זינגער און אַקטיאָרן, און אַ פּאָר ליבהאָבערישע טעאַטראַלישע און מוזיקאַלישע קאָלעקטיוון. דער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" האָט גלײַך גענומען אויף זיך די ראָלע פֿונעם קולטורעלן, אידעאָלאָגישן און עסטעטישן מדריך. |