ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור

אַ נײַע בילדער־אויסשטעלונג — "יצחק־באַשעוויס זינגער און די איסט־סײַד: פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון ברוס דייווידזאָן", האָט זיך געעפֿנט אינעם ניו־יאָרקער ייִדישן מוזיי און וועט בלײַבן דאָרט ביזן 3טן פֿעברואַר 2008. די קליינע אויסשטעלונג נעמט אַרײַן צענדליקער בילדער פֿון די 1970ער יאָרן. אויף אַ טעלעוויזאָר אין דער גאַלעריע שפּילט כּסדר דייווידזאָנס 25־מינוטיקער פֿילם "דער קאָשמאַר און פֿרוי פּופּקאָס באָרד", געבויט אויף באַשעוויסעס אַ דערציילונג.

ייִדיש־וועלט
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(דאָס צווייטע אַרטיקל)

יעדעס מאָל וואָס איך לייען איבער די אַרבעטן פֿון די נײַע סטודענטן איז נישט נאָר באַקען איך זיך מיט יעדן איינעם באַזונדער, נאָר איך שטוין אַ סך מאָל פֿון זייערע אינטערעסאַנטע און אינטעליגענטע, און ייִדישלעכע אַרײַנבליקן אין זיך, אין זייערע משפּחות און אין זייער וועלט. סטודענטן וואָס רעגיסטרירן זיך צו נעמען ייִדיש און אָבליגירן זיך צו פֿאַרבלײַבן אַ יאָר אָדער צוויי, אָדער אַפֿילו דרײַ דערמיט. בעת זיי רעגיסטרירן זיך צו טאָן גראַדויִר־אַרבעט אויף אַ געוויסער ייִדישער טעמע פֿון זייער אינטערעס, ווערט פֿאַר מיר בולט די טראַנספֿאָרמאַציע וואָס קומט אין זיי פֿאָר. גלײַך אין אָנהייב זאָג איך זיי:

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

צו זײַן 55סטן יאָרצײַט

בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט דער פּאָעט פּרץ מאַרקיש גערופֿן דעם ייִדישן סאָלדאַט צו נעמען נקמה אויף די דײַטשן. אין זײַן שטאַרק ליד "דעם ייִדישן שלאַכטמאַן" דערמאָנט ער דעם ייִדנס העלדישקייט, זײַן פּאַטריאָטיזם, און באַשווערט אים, אַז עס זאָל זיך ניט אויסשעפּן בײַ אים דער צאָרן.

איך ווייס: דו האָסט געקושט די ביקס אין יענעם טאָג,
וואָס האָט אויף וואָגשאָלן געלייגט פֿון פֿאָלק דאָס לעבן,
און מיט אַיעדן שאָס, ווי מיט אַ דונערדיקן גלאָק,
האָסט געבענטש דאָס לאַנד, וואָס האָט זי דיר געגעבן.

ייִדיש־וועלט, טעאַטער
אַ סצענע פֿון "געקויפֿט און באַצאָלט", 1920ער יאָרן, ניו־יאָרק

דער ייִוו״אָ אין ניו־יאָרק פֿאַרמאָגט, אויב נישט די גרעסטע, איז איינע פֿון די גרעסטע זאַמלונגען פֿון ייִדישע טעאַטער־מאַטעריאַלן אויף דער וועלט. נאָך אין 1927, אין ווילנע, האָט דער אינסטיטוט אָנגעזאַמלט גענוג מאַטעריאַלן צו שאַפֿן אַ מוזיי אויפֿן נאָמען פֿון אסתּר־רחל קאַמינסקאַ. אַ טייל פֿון די מאַטעריאַלן האָט מען געוויזן אינעם ייִוו״אָ אין 2001 אויף דער אויסשטעלונג לכּבֿוד דער דאָזיקער "גראַן־דאַם" פֿונעם ייִדישן טעאַטער. די פֿאָרשער האָבן פֿון לאַנג פֿאַרשטאַנען, אַז דער אויפֿקום און אַנטוויקלונג פֿונעם ייִדישן טעאַטער שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ פֿענאָמען אין דער ייִדישער געשיכטע אָן זײַן גלײַכן.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
מײַק בורשטיין

די ליבהאָבער פֿונעם ייִדישן וואָרט אין ישׂראל זענען געקומען באַגריסן דעם "פֿאָרווערטס" צום 110טן יאָרטאָג, סוף פֿאַרגאַנגענע וואָך. די צײַטונג איז דאָך אויך אונדזערע! האָבן מיר דען אַן אַנדער ייִדישע צײַטונג אויף צו לייענען, אויף מיטצואַרבעטן, אויף זיך אויסצולעבן אין ייִדיש? דעריבער טאַקע איז אויסגעקומען אַזוי פֿאַרשטענדלעך די שטופּעניש אַרום די קאַסעס בײַם “בית ציוני־אמריקה", אין תּל־אָבֿיבֿ, אויף צו באַקומען אַ בילעט אויף דער פֿאָרשטעלונג. מיר אַלע זײַנען דאָרט געווען און די שטופּעניש האָבן מיר אָנגענומען פֿאַר ליב, ווײַל זי האָט ווי פֿאָרויסגעזאָגט דאָס וואָס האַלט בײַם אָנקומען. דער עולם האָט געהאַט וואָס צו דערוואַרטן און האָט זיך טאַקע נישט אַנטוישט.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם 4טן נאָוועמבער אין דעם ניו-יאָרקער "ייִדישן קולטור-קאָנגרעס" (אַ וויכטיקער אַדרעס פֿאַר יעדן ליבהאָבער פֿון ייִדיש) האָט ד״ר שבֿע צוקער, אַ באַקאַנטע ייִדישע קולטור-טוערין, דערציילט וועגן איר ביראָבידזשאַנער דערפֿאַרונג. זי איז געווען איינע פֿון די לעקטאָרן אויף דער הײַיאָריקער ייִדישער זומער-פּראָגראַם, וואָס איז אַדורך אין דער ווײַט-מיזרחדיקער שטאָט. די לעקציע איז געווען אַ געראָטענע, אילוסטרירט מיט אינטערעסאַנטע פֿאָטאָס, אָבער דער עיקר האָט ד״ר צוקער זייער גוט איבערגעגעבן די אַטמאָספֿער, וואָס זי האָט דערפֿילט אין יענע מקומות.

ייִדיש־וועלט
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(דאָס ערשטע אַרטיקל)

די יאָרן בײַטן זיך ווי די סעזאָנען, און מיר שטייען שוין אויף דער שוועל צווישן 2007 און 2008. און יעדעס יאָר, ווען איך פֿאַרענדיק דעם צווייטן זמן פֿונעם ערשטן יאָר מיט די אָנהייבער, קלאָג איך און וויין אַז אַזאַ קלאַס וועל איך שוין קיין מאָל מער נישט האָבן. העלפֿט גאָט, און דער נײַער קלאַס איז פּונקט אַזוי מאָטיווירט און פֿול מיט ענטוזיאַזם ווי דער פֿאַראַיאָריקער קלאַס, און אַלע קלאַסן פֿאַר זיי. זיי שמייכלען ווען עס געפֿעלט זיי עפּעס, און בײַם פֿאַרלאָזן דעם קלאַס זאָגט מען זיך נישט נאָר “זײַט געזונט!" נאָר זיי גייען אַוועק מיט “אַ שיינעם דאַנק," וואָס זיי האָבן פֿון זיך אַליין געוואָלט וויסן ווי צו זאָגן. דאָס איז אַ זעלטנהייט אין מײַנע מקומות, מען זאָל מיר דאַנקען בײַם אַוועקגיין.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די טעג איז געוואָרן 90 יאָר זינט דער באָלשעוויסטישער איבערקערעניש, וועלכע האָט ראַדיקאַל געביטן דעם גאַנג פֿון דער גאַנצער ווײַטערדיקער געשיכטע. מיליאָנען מענטשן זײַנען אומגעקומען, געוואָרן קרבנות פֿון דעם אידעאָלאָגישן עקספּערימענט. שוין אָפּגעשמועסט פֿון די מיליאָנען מענטשן איבער דער גאַנצער וועלט, וואָס זײַנען פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אידעאָלאָגישע קאַליקעס, רעליגיעז פֿאַרגלייבטע אין אַן אוטאָפּיע. דער כּישוף פֿון קאָמוניזם לאָזט ניט אָפּ די גלויביקע און ציט נאָך אַלץ צו צו זיך נײַע סעקטאַנטן.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

ווען מען זאָגט דעם נאָמען “איציק פֿעפֿער" קומט גלײַך אויפֿן זכּרון זײַן פּרעכטיק ליד "אַ קרעניצע". יאָסל מלאָטעק האָט מיר געזאָגט, אַז די גאַנצע יוגנט פֿון פּוילן האָט עס ליב געהאַט צו זינגען.

דאָרט וווּ גראָזן זײַנען נאַסער
שטייט אַ קרעניצע פֿאַרטראַכט;
קומען מיידלעך ציִען וואַסער
מיט די עמער אַלע נאַכט.

ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק
נישט בלויז בײַ די חסידים לערנען זיך הײַנט פֿרומע מיידלעך אויף ייִדיש. אויפֿן בילד: תּלמידות פֿונעם צווייטן קלאַס בײַ דער "בית־יעקבֿ פֿון באָראָ־פּאַרק", אין ברוקלין, נ״י

אין אַ ליכטיקן קלאַסצימער, באַצירט מיט גרויסע ייִדישע אותיות און פֿאַרביקע בילדער, האָט אַ יונגע לערערין, פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק, געקנעלט די פּרשה "לך לך" מיט די איבער צוואָנציק תּלמידות פֿונעם צווייטן קלאַס, אַלע אָנגעטאָן אין ליכטיק בלאָע בלוזקעס און טונקל בלאָע קליידלעך. אויף ייִדיש האָט זי געפֿרעגט: "ויאמר — ווער ווייסט די טײַטש פֿון וואָרט — ויאמר?" מיט אימפּעט האָבן די הענט פֿון כּמעט אַלע מיידלעך אויפֿגעשפּרונגען.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַדאָלף העלד (רעכטס) און די פֿירער פֿונעם אַמעריקאַנער

דעם 3טן סעפּטעמבער 1936 האָט זיך אין "פֿאָרווערטס" באַוויזן אַזאַ מודעה:


דער "פֿאָרווערטס" פֿאַנגט אָן צו דרוקן אַ סעריע אַרטיקלען אַיבער ביראָבידזשאַן פֿון אַדאָלף העלד

גענאָסע אַדאָלף העלד, דער פּרעזידענט פֿון דער אַמאַלגאַמייטעד באַנק און פּרעזידענט פֿון "פֿאָרווערטס"-אַסאָסיִיישן, האָט זיך מיט עטלעכע טעג צוריק אומגעקערט פֿון אַ רײַזע איבער ביראָבידזשאַן, רוסלאַנד און פּוילן. ער האָט די לענדער באַזוכט אין די אינטערעסן פֿון דעם "אָרט" און אויך אַלס פֿאָרשטייער פֿון "פֿאָרווערטס".

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

דוד האָפֿשטיין איז געווען איינער פֿון די פֿײַנסטע לירישע דיכטער אין סאָוועט־רוסלאַנד. ער האָט זײַנע געפֿילן אויסגעדריקט אין מוזיקאַלישער ליריק. אין זײַן ליד "אין ווינטער פֿאַרנאַכטן" האָט ער אויסגעמאָלן זײַן שטימונג פֿון איזאָלאַציע און איינזאַמ­קייט אויף אַ ווײַסער קאַנווע פֿון שנײַיִקע סטעפּעס פֿון רוסלאַנד. צו די ווערטער פֿון דוד האָפֿשטיין האָט עמיל גאָראָוועץ גע­שאַפֿן אַ נישט ווייניקער פּרעכטיקע מוזיק, וואָס מען קען הערן אויף זײַן פּלאַטע "איך בין אַ ייִד":