- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
פֿון יאָר צו יאָר באַווײַזן זיך אין די אוניווערסיטעטן און אויף די זומער־קורסן נײַע סטודענטן, וואָס ווילן זיך לערנען ייִדיש. און כאָטש ווײַט ניט אַלע פֿון זיי וועלן זיך טאַקע אויסלערנען, מעג מען זיך פֿאָרט ריכטן, אַז דער נאָכפֿרעג אויף ייִדיש־לימוד איז מער־ווייניקער אַ סטאַבילער. עס באַווײַזן זיך אויך יאָר־אײַן, יאָר־אויס, נײַע "אינסטרוקטאָרס" פֿון ייִדיש. (וואָס טוט מען דען ניט צוליב פּרנסה?) אַ סך פֿון זיי ווערן טאַקע געראָטענע לערער. אַ טייל ווערן אַפֿילו גאַנץ היימיש מיטן לשון פֿון זייערע עלטער־באָבעס און עלטער־זיידעס. מיטן לפֿי־ערכדיקן וווּקס פֿון ייִדישן שפּראַך־לימוד וואַקסט אונטער אויך די באַדערפֿעניש אין נײַע, עפֿעקטיווע און דער עיקר, ווי־ווײַט מעגלעך נאַטירלעכע לערן־מאַטעריאַלן, טעקסט־ביכער, געניטונגען, גראַמאַטישע דערקלערונגען און אידיאָמאַטישע אײַנריכטונגען. אין אַ צײַט, ווען אַ סך זינגער הײַנט פֿון ייִדישע לידער רעדן קוים אַרויס די ווערטער, ווײַל זיי קענען נישט די שפּראַך, איז אַ מחיהניש צו הערן זינגער, וועלכע זינגען ייִדיש נאַטירלעך, אָן אַ פּגם. ווער רעדט שוין וועגן דער הנאה בײַם הערן ווי קינדער זינגען ייִדישע לידער — קאָרעקט און מיט געפֿיל. אַזאַ זעלטענעם פֿאַל שטעלן מיט זיך פֿאָר די צוויי "שעכטער־טעכטער", די צוויי טעכטער פֿונעם מוזיקער און קאָמפּאָזיטאָר בנימין שעכטער — ריינע, 13 יאָר אַלט, און טעמע, 8 יאָר אַלט. לאַנגע און פּרטימדיקע צוגרייטונגען זענען געמאַכט געוואָרן פֿאַר דער קאָנפֿערענץ, געווידמעט דער טעמע "די אַשכּנזים", וואָס איז פֿאָרגעקומען אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט דעם 27סטן און 28סטן פֿעברואַר. די דאָזיקע קאָנפֿערענץ איז אַ רעזולטאַט פֿון אַ בשותּפֿותדיקער צוזאַמענאַרבעט צווישן לייוויק־הויז און דעם אינסטיטוט פֿאַר פֿאָרשן דעם ציוניזם און ישׂראל א"נ פֿון חיים ווייצמאַן, בראָש מיטן פּראָפֿ' אַניטאַ שפּיראָ, וועלכע וועט דעם יאָר באַקומען דעם ישׂראל־פּרײַז, די סאַמע העכסטע אָנערקענונג פֿאַר פּערזענלעכקייטן און זייער באַשטײַערונג פֿאַר מדינת־ישׂראל, וואָס ווערט פֿאַרטיילט אין "יום־העצמאות". בײַ אַ סך מענטשן ווערט דער אויסדרוק "ייִדישע וויסנשאַפֿט" אַסאָציִיִרט מיטן חורבן. די נאַציס פֿלעגן באַשולדיקן די ייִדישע וויסנשאַפֿטלער אין אַרײַנברענגען, כּלומרשט, אַ פֿרעמדן גײַסט, אַ באַזונדערן "ייִדישן מין" וויסנשאַפֿט אין דײַטשלאַנד; אויף אַן אמתן, האָט וויסנשאַפֿט נישט קיין עטנישע און מלוכישע גרענעצן, הגם אין אַ טייל פֿאַלן, קאָן מען זען, ווי די נאַציאָנאַלע קולטור איז משפּיע אויפֿן געדאַנקען-גאַנג פֿון אַ וויסנשאַפֿטלער. ווען עס גייט אַ רייד וועגן אַזעלכע געביטן פֿון וויסנשאַפֿט, וואָס שטודירן פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון דער מענטשהייט גופֿא — למשל, היסטאָריע און לינגוויסטיק — טראָגן אַ סך וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען אין די דאָזיקע געביטן אַ בולטן נאַציאָנאַלן צייכן. אַרײַנפֿיר אַז מען קען מיט ייִדיש אויספֿאָרן די וועלט האָט גרינג געקענט פֿאַרשטיין יעדער איינער וואָס האָט פֿאַרשטאַנען, אַז ייִדיש קען, פּראָסט־און־פּשוט, ניט זײַן קאָנצענטרירט אויף בלויז איין אָרט, כּל־זמן אַפֿילו אירע געטרײַסטע באַניצערס קענען זיך ניט קאָנצענטרירן אין איין לאַנד צי אין איין געגנט פֿון דער וועלט. צו זײַן אַ ייִדישיסט האָט דעמאָלט (אָנהייב 1930ער ביז 1950ער יאָרן) ניט געמיינט אַזעלכע ייִדן וואָס קענען סתּם רעדן ייִדיש, נאָר אַזעלכע ייִדן, וואָס זײַנען געווען גרייט זיך מוסר־נפֿש זײַן פֿאַרן כּבֿוד, וווילזײַן און שיינזײַן פֿון ייִדיש. די צעשוווּמענקייט פֿון אָט דער דעפֿיניציע איז אי דעמאָלט, אי איצט ניט דווקא געווען קיין מעלה, נאָר קיין גרויסע עבֿירה איז עס אויך ניט געווען. אַזאַ זאַך מאַכט זיך זייער אָפֿט, ווען מע זוכט עפּעס אין אַלטע צײַטונגען, דהײַנו: מע שטויסט זיך אָן אויף אַ פּובליקאַציע, וואָס איז אינטערעסאַנט און וויכטיק, כאָטש עס האָט ניט קיין דירעקטן שײַכות צו דער פֿאָרשונג, צוליב וועלכער דו ווערסט בלינד, לייענענדיק די מיקראָפֿילמען מיט שלעכט פֿאָקוסירטע קאָפּיעס פֿון פֿאַרצײַטיקע פּובליקאַציעס. דאָס מאָל האָב איך געזוכט אַרטיקלען וועגן ייִדישער עקאָנאָמיע אין דער פּעטערבורגער צײַטונג "פֿרײַנד", אָבער ס׳איז "אַרויפֿגעשוווּמען" אויך אַן אַרטיקל, וואָס אילוסטרירט דעם מצבֿ ערבֿ דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ. I דעם 6 מאַרץ 2008 איז דובֿ־בער קערלער געוואָרן אַ בן־חמישים. 50 יאָר זענען פֿאַר אַ ייִדישן שרײַבער בכלל, און פֿאַר אַ פֿאָרשער אין געביט פֿון ייִדיש בפֿרט — יוגנט־יאָרן. ער איז גבוירן געוואָרן אין מאָסקווע, ווען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנדן האָט געהערשט די כרושטשאָווער "אָדליגע". זײַן טאַטע, דער דיכטער יוסף קערלער, האָט זיך שוין געהאַט אומגעקערט פֿון די סטאַלין־לאַגערן (1955), און איז אַלט געווען 40 יאָר. מע קאָן זיך פֿאָרשטעלן זײַן פֿרייד, זײַן באגײַסטערונג, ווען בײַ אים איז געבוירן געוואָרן אַ ייִנגעלע. טאַקע אין גיכן שרײַבט ער אָן פֿאַר זײַן בן־יחיד אַ וויגליד. מר. נ. אַבראַמאָוויטש פֿון די בראָנקס וויל וויסן, פֿאַר וואָס מען זאָגט: געזונט ווי אַ גוי. ס׳ערשטע וועגן דעם וואָרט געזונט. געזונט האָט אין ייִדיש עטלעכע טײַטשן: געזונט "העלטהי" — אַ געזונטער מענטש מיינט אַ מענטש, וואָס איז בקוו־הבריאות, וואָס איז, חלילה, נישט קראַנק. געזונט מיינט אויך "סטראָנג, האָסקי" — ער איז אַ געזונטער באָיטשיק, ער איז אַ געזונטער מענטש, מיינט ער איז אַ קרעפֿטיקער, אַ גיבור, איינער, וואָס ווען ער גיט אַ קלאַפּ, וועט שוין אויף דעם פּלאַץ קיין גראָז נישט וואַקסן. מיינט איר דאָך אַוודאי, אַז איך בין בלויז פֿאַרליבט אין לאָדזשער לשון. אַ נעכטיקע וועטשערע. איך גיי אויס נאָך יעדן דיאַלעקט אין לשון־ייִדיש, מעג עס זײַן ליטוויש, אָדער פּראָווינציעל־ליטוואַקיש. ווי מײַן חבֿרטע זאָגט: "איך האָב זשאַמשענע (זאַמשענע) שטעקשיך", אָדער קליין־שטעטלדיק־רומעניש (נישט ליטעראַריש) אָדער פֿאַרצויגן ווי אין וואַרשע, צי טשעכאַנאָווצער אויסדרוקן ווי קיטשע (טיפֿע עפֿענונג אונטערן קוימען צו האַלטן טעפּ). צום 100סטן יאָרצײַט פֿון דעם "פֿאָטער פֿון ייִדישן טעאַטער" אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען (1840—1908) איז כּמעט אַלעמען באַקאַנט ווי דער גרינדער פֿון דעם מאָדערנעם ייִדישן טעאַטער אין יאַס, רומעניע, אין 1876. ער איז אויך געווען אַ ייִדישער פֿאָלקסדיכטער, וואָס האָט אַרויסגעגעבן אַ צאָל ביכלעך פֿון לידער (אַ צען יאָר פֿריִער) אַחוץ וואָס ער האָט געשאַפֿן אַ שלל לידער פֿאַר זײַנע שפּילן און אָפּערעטעס, ווי "ראָזשינקעס מיט מאַנדלען", "דער פּאַסטעכל", "געקומען איז די צײַט", "דאָס מילעכל", "צו דײַן געבורטסטאָג", און אַנדערע. געוויינלעך, ווען מען זאָל ניט געווען שרײַבן וועגן דעם מאָסקווער ייִדישן מלוכה־טעאַטער (גאָסעט), האָט מען אים געלויבט אין טאָג אַרײַן. אַוודאי, האָט ער דאָס פֿאַרדינט. ער איז געווען דער בעסטער און פֿירנדיקער ייִדישער טעאַטער אינעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. זײַנע פֿאָרשטעלונגען, דערונטער די, וועלכע ס'האָט געשטעלט דער גרינדער און הויפּט־רעזשיסאָר פֿונעם טעאַטער אַלעקסיי גראַנאָווסקי, און אין וועלכע ס'האָבן געשפּילט דער אויסנעמלעכער בינע־קינסטלער שלמה מיכאָעלס און אָפֿט אויך דער צווייטער טאַלאַנטפֿולער אַקטיאָר בנימין זוסקין — האָבן געהאַט גרויס דערפֿאָלג און זײַנען געווען דער עכטער בײַשפּיל פֿאַר אַנדערע ייִדישע טעאַטערס. צו זײַן 30סטן יאָרצײַט אין זײַן בוך "געזאַנגען אין שײַער" באַוויינט דער דיכטער אַריה שמרי דאָס אַוועקגיין פֿון די ייִדישע פֿאָלקסלידער, און דאָס וויינען פֿון די לידער גופֿא. ער טרעט, אין דער דעמערונג, אויף די סימבאָלן פֿונעם פֿאָלקסליד: די ראָזשינקעס מיט מאַנדלען, דאָס ציגעלע, די גאָלדענע פּאַווע און די ברידער וואָס זײַנען געשטאָרבן: |