- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין אַמעריקע האָבן ייִדן גערופֿן עס "יוניאָן". אין רוסלאַנד האָט עס געהייסן "פּראָפֿעסיאָנעלער פֿאַראיין" אָדער פּשוט "פּראָפֿאַראיין". אַזוי צי אַזוי, אָבער די רייד גייט וועגן וויכטיקע אַרבעטער-אָרגאַניזאַציעס, די טראַדיציע פֿון וועלכע איז געווען זייער רײַך אין דער ייִדישער סבֿיבֿה אין אייראָפּע און אַמעריקע. אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט מען די פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען אײַנגעשפּאַנט אין דער מלוכישער מאַשין, אָבער זיי האָבן סײַ-ווי-סײַ געשפּילט אַ ראָלע אין דער געזעלשאַפֿט. אין פֿאָריקן נומער פֿון "פֿאָרווערטס" האָב איך דערציילט וועגן דער עפֿענונג פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ, געווידמעט דעם 100־יאָריקן יוביליי, לכּבֿוד דער היסטאָרישער טשערנאָוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ. אין מײַן איצטיקן אַרטיקל וועל איך זיך באַמיִען צו דערציילן וועגן דער טעגלעכער אַרבעט פֿון דער קאָנפֿערענץ, אַקאַדעמישע און קולטורעלע פּראָגראַמען, וועלכע זײַנען דורכגעפֿירט געוואָרן אין משך פֿון דער וואָך. פֿונעם נײַעם נומער "ירושלימער אַלמאַנאַך: צײַטשריפֿט פֿאַר ליטעראַטור, קולטור און געזעלשאַפֿטלעכע פּראָבלעמען תּשס״ח/ 28" איז צו זען, אַז פֿון אַ ירושלימער אַלמאַנאַך איז געוואָרן אַ וועלט־אַלמאַנאַך פֿון דער ייִדישער פּרעסע און ליטעראַטור. דער הײַנטיקער רעדאַקטאָר, פּראָפֿ׳ דובֿ־בער קערלער, וועלכער האָט איבערגענומען די רעדאַקציע פֿון זײַן טאַטן, דער פּאָעט, יוסף קערלער ז״ל, האָט פֿאַרברייטערט דעם תּוכן פֿון דער צײַטשריפֿט, סײַ געאָגראַפֿיש, סײַ טעמאַטיש. ווער זאָגט, אַז ייִדיש איז אַ לשון פֿון אַלטע לײַט? בעת דער הײַיאָריקער "ייִדיש־וואָך" מיט צוויי וואָכן צוריק, זענען אַ דריטל פֿון די 150 באַטייליקטע געווען אונטער 25 יאָר, און צווישן זיי: 21 ייִנגעלעך און מיידעלעך אונטער 10 יאָר אַלט, וועלכע האָבן אַלע זיך געשפּילט, געוויינט און געקוויטשעט אויף ייִדיש, ממש אַ מחיה געווען צו הערן... מיט אַן ערך פֿערציק יאָר צוריק האָב איך צום ערשטן מאָל איבערגעלייענט אַ גאַנצן ראָמאַן אויף ייִדיש. צו לייענען אַ טעקסט, אין סאָוועטישן אויסלייג, האָבן די עלטערן מיך אויסגעלערנט נאָך אין 1961, ווען עס האָט אָנגעהויבן צו דערשײַנען דער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד". אָבער כ'האָב געהאַט גרויסע שוועריקייטן מיט פֿאַרשטייען, וואָס איך האָב געלייענט. מײַן וואָקאַבולאַר איז דאָך געווען באַגרענעצט מיט דעם וואָס איך האָב געהערט אין מײַן משפּחה, און קיין ווערטערבוך האָב איך ניט געהאַט. צו זײַן 45סטער יאָרצײַט משה באַסין איז געווען מער באַקאַנט ווי דער קאָמפּילאַטאָר פֿון אַנטאָלאָגיעס פֿון ייִדישער דיכטונג איידער ווי אַ פּאָעט. זײַנע צוויי אַנטאָלאָגיעס זײַנען געווען און פֿאַרבליבן וויכטיקע מקורות פֿון ווייניק באַקאַנטע ווערק, און זײַנען צו נוץ געקומען מער ווי איין מאָל דעם איצטיקן רעדאַקטאָר פֿון די "פּערל". די אַנטאָלאָגיעס זײַנען: "500 יאָר ייִדישע פּאָעזיע" (מיט הערות פֿון ב. באָראָכאָוו), 1917, צווייטע אויפֿלאַגע, 1922) און "אַמעריקאַנער ייִדישע פּאָעזיע", 1940. ווי באַוווּסט, מיט 100 יאָר צוריק, איז אין טשערנאָוויץ, די הויפּטשטאָט פֿון בוקאָווינע, פֿאָרגעקומען די היסטאָרישע שפּראַך־קאָנפֿערענץ. זי איז אָנגעגאַנגען פֿונעם 30סטן אויגוסט ביזן 3טן סעפּטעמבער און די דערעפֿענונג איז דורכגעפֿירט געוואָרן אינעם שטאָטישן "מוזיק־פֿאַראיין". אין "פֿאָרווערטס", וואָס האָט באַגריסט די קאָנפֿערענץ און זי געשטיצט, האָט "געדעקט" די אַרבעט פֿון דער קאָנפֿערענץ איר קאָרעספּאָנדענט בן־ציון האָפֿמאַן (פּסעוודאָנים — צבֿיון); קיין מער טרעפֿלעכן אויפֿשריפֿט אויף דער מצבֿה פֿון מײַן טאַטן, אַהרון פֿישמאַן, ע"ה (אַן אָפּשטאַמיקער פֿון סאָראָקע, בעסאַראַביע, בלויז לפֿי־ערך אַ קליינעם מהלך פֿון טשערנאָוויץ) האָב איך ניט געקענט געפֿינען ווי צו ציטירן אייניקע ווערטער פֿון י.ל. פּרצעס אומשטערבלעכער דערעפֿענונגסרעדע בעת דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ אין 1908: אין יאַנואַר 1992 האָב איך אַ סך צײַט פֿאַרבראַכט אין דעם געוועזענעם צענטראַלן פּאַרטיי-אַרכיוו, אין מאָסקווע. דער מאַטעריאַל איז מיר זייער צוניץ געקומען פֿאַר מײַן דאָקטאָר-דיסערטאַציע און, שפּעטער, פֿאַר מײַן מאָנאָגראַפֿיע וועגן דעם סאָוועטישן ייִדיש. די אַרכיוויסטן האָבן מיך דעמאָלט פֿאַרגעדענקט. זיי האָבן געוווּסט, אַז כ'בין געקומען פֿון אָקספֿאָרד און האָב געקענט רעדן ענגליש. אַזוי אַז ווען צו זיי האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט אַ זשורנאַליסט פֿון "ניו-יאָרק טײַמס", האָט מען מיך אַרויסגערופֿן פֿונעם לייענזאַל און געבעטן איך זאָל זיך דורכשמועסן מיטן אויסלענדער, וועלכער האָט, דאַכט זיך, קיין רוסיש ניט געקענט. וועגן דעם שמועס האָב איך גלײַך פֿאַרגעסן און ער וואָלט אפֿשר קיין מאָל ניט אויפֿגעקומען אין מײַן זכּרון, אָבער אין אַ צײַט אַרום האָב איך באַקומען אַ בריוו פֿון ניו-יאָרק, פֿון ד״ר מרדכי שעכטער ז"ל. אין דעם קאָנווערט איז געלעגן אַן אויסשניט פֿון "ניו-יאָרק טײַמס", וווּ דעם 22סטן יאַנואַר 1992 האָט מען מיך דערמאָנט: ווי יעדן יאָר, ווען עס פֿאַלט אויס די דאַטע פֿון דעם 12טן אויגוסט, ברענגען מיר מוסטערן פֿון דער פּאָעזיע פֿון די אומגעבראַכטע דיכטער, וואָס זײַנען געבליבן קדושים פֿון ייִדישן פֿאָלק. אויף דעם 12טן אויגוסט הײַיאָר האָט דער רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס" באָריס סאַנדלער געדרוקט רירנדיקע זכרונות פֿון די קינדער פֿון שלמה מיכאָעלס, בנימין זוסקין און דוד בערגעלסאָן, און ער האָט בײַ נאַכט אויף דער הזכּרה אינסצעניזירט, צוזאַמען מיט אויסצוגן פֿון זעלטענע פּלאַטעס פֿון מיכאָעלס און זוסקין צוו“אַנד. ווען ס'איז אויפֿגעקומען דער געדאַנק צו שרײַבן אַזאַ בוך, האָבן מיר לאַנג זיך געשלאָגן מיט דער דעה ווי דאָס צו פֿאַרווירקלעכן. אונדזער קלוב וואָס עקזיסטירט כּמעט דרײַסיק יאָר, האָט געהערט צו דער צאָל בעסטע ייִדיש־געזעלשאַפֿטן, וואָס פֿונקציאָנירן אין לאַנד. מען וואָלט געקענט, פֿאַרשטייט זיך, נאָר דערציילן די געשיכטע פֿון קלוב, דערמאָנען די פֿילצאָליקע אימפּרעזעס און באַגעגענישן, פּראָמינענטע מענטשן, וועלכע זײַנען בײַ אונדז אויפֿגעטראָטן אאַז"וו וואָלט דאָס אָבער ניט איבערגעגעבן אין דער פֿולער מאָס די אייגנאַרטיקייט פֿון קלוב, זײַן ספּעציפֿישע אַטמאָספֿער, די יאָרן פֿון אויפֿבלי און די ממש טראַגישע יאָרן פֿון ירידה, ווען אין אַ קורצער צײַט זײַנען אַוועק פֿון דער וועלט זייער פֿיל מיטגלידער, צווישן זיי וויכטיקע פּערזענלעכקייטן, אָנהייבנדיק פֿון אונדזער פֿאָרזיצער, פּראָפֿ' פּנחס ערליך. יעדע ליטעראַרישע סבֿיבֿה האָט איר שרײַבער, וואָס האָט זיך קונה־שם געווען מיט זײַן חוצפּה, זײַן יאַנדעס, זײַן גיין איבער דער מאָס. אין דעם לעצטן גערעטעניש פֿון ביכער, וואָס זענען דערשינען אויף ענגליש וועגן ייִדיש — צווישן זיי די ווערק פֿון אַהרן לאַנסקי און דוד קאַץ — צייכנט זיך אויס מײַקל וועקס׳ בוך, Born to Kvetch [אַ קוועטשער, אַ געבוירענער] און זײַן נײַ בוך אויף דער טעמע, "Just Say Nu" ["זאָגט בלויז ׳נו׳"] מיט זײַן "נישט־סאַלאָן־פֿעיִקן" הומאָר און חריפֿותדיקע באַמערקונגען וועגן דער ייִדישער שפּראַך און ייִדיש־רעדערס. |